בלאט 1 פון 2
א בריוו צו מיינע קאלעגעס
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:02 pm
דורך [NAMELESS]
צו מיינע טייערע ברודער און קאלעגעס.
עס איז נישט קיין סוד ווי שטארק איך האב ליב די פלאץ דא, מער ווי סיי וועלכע פלאץ אויפן אינטערנעט. איך האב זיך איינגעקויפט ידיעות וועלכע איז מיר זייער אינטערעסאנט, איך האב געשמייכלט און געלאכט פון אסאך תגובות. וכמים פנים אל פנים, דאכט זיך מיר אז די עולם דא האט שטארק הנאה געהאט פון מיר.
זייענדיג אין מירון דאס יאר, אזוי אויפן וועג ארויף צום מערה מיט מיין טלית ותפילין צו דאווענען שחרית האב איך אזוי געטראכט צו מיר:
צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיין ווייב? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיינע קינדער? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיין פרנסה? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל געמאכט אז איך זאל זיין אויפן אינטערנעט מער ווי איך דארף? ליידער יא
פון די אנדערע זייט:
צו האט קאווע שטיבל ארויסגעברענגט כוחות וואס איך האב נישט געוואוסט אז איך האב? ב"ה אז יא
צו האט קאווע שטיבל בארייכט מיינע ידיעות? ב"ה אז יא
צו איז קאווע שטיבל געווען א פלאץ זיך אויסצוליפטערן? ב"ה אז יא.
האב איך זיך באקענט מיט געוואלדיגע גוטע מענטשן דא, איינעם מער און איינעם ווייניגער? ב"ה אז יא.
במילא איך האב נישט געוואוסט וואס צו טראכן, צו איז עס גוט פאר מיר צו נישט? צו איז עס כדאי צו נישט.
במילא בין איך געקומען צו א מסקנה, לטובת מיין ווייב, מיינע קינדער, פרנסה, און אידישקייט וויל איך נעמען א שטיקל ברעיק פון שרייבן. דהיינו, איך וועל נאך ליינען פון דא און דארט, גיבן לייקס דא און דארט און אפשר אריינווארפן א תגובה'לע ווי איך שפיר אז עס איז וויכטיג. אבער איך וויל זעהן צו איך קען זיין אויסגעטוהן און נישט אריינגעטוהן אינעם שטיבל ראשי ורובו ביז נאך שבועות.
פאר דריי וואכן וויל איך מאכן א פראבע פאר מיר אליינס, איך וויל מיר קענען פראוון אז איך קען דאס יא באווייזן.
איך פארשטיי אז נישט יעדער דא וועט מיר פארשטיין, אבער איך דארף טוהן פאר מיר וואס עס איז די בעסטע פאר מיר.
צום ווידערזעהן אי"ה מוצאי יו"ט.
און א גרויסן ייש"כ פאר פארשטיין
ממי שאמרו
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:06 pm
דורך זר זהב
הצלחה מרובה. וואטש נאר זעץ נישט אריין אין א באן, ער איז אויפן וועג צוריק. האלטיך מער לינקס
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
ואני, אנה אני בא מצערו של...???
איך גיי אויס פאר קנאה. יעדער קען זיך קאנטראלירן אויסער איך?
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
ממי שאמרו מיר וועלן מוותר זיין אויף אונזער תענוג והנאה פון אייך ליינען, און זיין מסתפק במועט וויסנדיג אז דאס איז אייער תכלית און טובה, הוי מבטל רצונך מפני רצונו.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:53 pm
דורך טאמבל סאס
אסאך נושאים ביי אונז פארלאנגען אסאך מחשבה און בדידות. התבדודות און קאנצערטרירונג. זאכן וואס זענען באמת ווערט, מ'זאל זיי פיהל טראכט געבן. ממי שאמרו, כאטש איך בתוכם פון אלע חברי השטיבל וועלן זיך זייער בענקען צו דיר, איז עס אבער אפשר כדי זאלסט קענען אדורכטראכטן און דורך נעמען די קאמפליצירטע ווילד נייע מעגליכקייטן. און זען צו דיין קאפ פארדייעט די מושגים. אזוי צו אזוי, וועט דיין נאמען אייביג בלייבן חרות ונחתם ביי אונז אין קרעמל, מיט דיינע באגאבטע ווערק וואס האסט אונז איבערגעלאזט. לאז גריסן די מונדליכע וועלט.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:56 pm
דורך זר זהב
טאמבעל זאג איבער אין אידיש וואס דו האסט דא געזאגט...
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:59 pm
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:טאמבעל זאג איבער אין אידיש וואס דו האסט דא געזאגט...
פוץ דיך אפ פון דא!
ווי יענער האט געזאגט: וויאזוי זאגט מען טראסט מי אין אידיש? F*** YOU
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:01 pm
דורך זר זהב
רזא דשבת אין ספאניש וואלט איך שוין שנעלער פארשטאנען
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:50 pm
דורך מאטי
בניגון הידוע כי בשמחה
כי בשמחה תייאיי צייאיי אי... ובשלום תו אי אי ווא ווא ווא לין .... ההרים! והגבעות! יפצ..........
בניגון הידוע: מישעניכנעס
מישע מישע מישע מישע אמרו
תצא תצא תצאו בשמחה (2x)
אאה! אאה! אאה! מישע מישע אמרו
אאה! אאה! אאה! בשלום תבולון.(2x)
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
ממי , מ'גייט זיך בענקען, אבער איך פארשטיי. נאר פליז, מאך נישט קיין קנאת סופרים. שמעקעדיג וויל שוין לויפען....
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:33 pm
דורך מאראנצןזאפט
אוועק מיט די טישאוס, נישטא קיין בענקענישן, איך לאך, יעדער האט דא זיין טשאנס צו שרייבן א מגילת איכה און נאכדעם איז מען צוריק ביתר שאת ווי קיינמאל בעפאר.
ביים שלוס פון משפיעים קענט איר ליינען מיין הספד. זייט דעמאלט בגן רבי שלום איז שוין ארויס צום דרוק, און פרישע פאנקען פרעגלען זיך בעז"ה.
זייט ער איז אויפ'ן שיפל איז ער דא בתוקפו. האט קיינער נאכנישט געזען דעם כולנו חכמים כולנו נבונים אשכול פון היינט סמעש אינמיטן וויקדעיס.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
ממי

חזק ואמץ, ה' אתך גבור החיל.
(איז דאס
מיין קרעדיט אדער מיין שולד???)
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:36 pm
דורך לעמאן דזשוס
כ'מאראנצןזאפט וזר,
די פאקט באווייזט נאכאמאל און נאכאמאל, אז די אלע וואס שרייבן געזעגענונגס בריוו, קומען צוריק שנעלער ווי געראכטן, די באווייז איז פשוט. שרייבסט אפ א שיינע געזעגענונגס בריוו....נעקסט סטעפ, קליקסט צען מאל די נעקסטע פינעף מינוט צו זעהן צו איינער וויינט אז זאלסט בלייבן...גייט דורך א האלבע שטונדע איינער רופט זיך אן ווארעם אז זאלסט בלייבן, דיין קאפ ווערט פול מיט עסטראדשזין, ס'הייסט, מען וויל איך זאל פארבלייבן, איך טוה אויף, מען ווארט און בענקט אויף מיר...דיין הארץ ווערט פול מיט ליבשאפט צו די אנאנימע קאלעגער וואס בענקן און ליבן דיר אזוי שטארק,...און אט אט ביזטו צירוק אינעם ליינען, תגב'ענען, שרייבן, טענה'ן, לייקן, קריגן לייקס צירקל, וחוזר חלילה ביז דו שפאצירסט דעם בארג מירון נאכאמאל און א ווינטעלע חרטה בלאזט דיר אריין אינעם פארמאטערטען מח'ל.
צדיק'ל, ווילסט גיין, מאך עס שטיל, שרייב נישט דערוועגן, קוק נישט צוריק צו מען זוכט דיר...וסוף הכבוד לבא!
בקיצור אין איין ווארט, אז דו שרייבסט פאר קאווע וועגן דיין גיין, איז טייטשט אז ביזט פולי דא. עס שטערט מיר נישט אז ביזט דא, אדרבה ואדרבה, אבער אויב ווילסטו גיין, מאך א ויברח אזוי ווי יעקב אבינו און לאז דיר נישט נאכיאגן. והיה שלום!!!
(דרך אגב) איך רעד פון ערפארונג סיי וואס איך האב אויף מיר פרובירט און סיי וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי אנדערע פון מילד גערעדט אזוינע טייערע אידן ווי מאראנצןזאפט, און סיי אויף אייוועלט וואס איך האב שוין געליינט לאאאנגע קינות'ער מיט איכה'ס ווי ניקס שווערן זיך ביי בין לאדינ'ס בארד און הויזן אז זיי גייען איינס און פאר אלעמאל, און זענען צוריק געקומען שטערקער זעענדיג ווי שטארק דער עולם גלייכט זיי יא!!! טייל מיט נייע גלגולים און אנדערע פרעך און פריי אן קיין בושה מיט די אייגענע אלטע ניק...ודוק
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:38 pm
דורך געפילטע פיש
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייענדיג אין מירון דאס יאר, אזוי אויפן וועג ארויף צום מערה מיט מיין טלית ותפילין צו דאווענען שחרית האב איך אזוי געטראכט צו מיר:
יעצט זעסטו שוין פארוואס מ'טאר נישט גיין קיין מירון? די דרך מהדרין האט גארנישט אויפגעטון.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:55 pm
דורך ברעט מענינג
.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:55 pm
דורך בדחן
ממי שאמרו, איך האב זייער געגליכען דיין וועג פון שרייבען א שאד פאר אונז אז דו גייסט.
איך האף אז דו וועסט האבן א כח המעצר זיך צו האלטען צו דיין באשלוס וואס דו האסט געמאכט, ווייל (כמעט) יעדע נברא האט א השפעה אויף זיינע ארומיגע און אויב מיר וועלן זען דא אז אפילו אזא שווערע באשלוס וואס דו האסט געמאכט קען זיך האלטן, וועט עס איין וועג אדער די אנדערע וועג האבן א השפעה אויף אונז אלע און כ״ש וכ״ש אויף דיר אליינס, דערפאר וועל איך נישט זיין סעלפיש און זאגען אז זאלסט צוריק קימען כאטש אז איך גלייך דיר.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:57 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאנקל ידידי היקר,
איך האב חס ושלום נישט פארמינערט די נאנטשאפט און טיפע צוגעבינדענקייט צו טאקע אט די אלע טייערע אנאנימע חבירים, מיט וועם מיר עסן אינאיינעם, שלאפן אינאיינעם, און מאחורי'ען אינאיינם, ערבשבת, מוצאישבת, ערביוה"ק און מוצאיפורים...
געוויס, איז דא א שטארקע נאנטקייט אין אלע פארמען וואס נאנטשאפט אין עכט, הארט, גופ'ליכע לעבן און נאכמער. דער פונקט וואס איך האב געשריבן וועגן די ויברח האב איך נישט געמיינט אויף לעולם ועד.
איך האב מיך באצויגן צום לענגערען שטיקל געזעגענונג וואס מען לאזט איבער, און ארויסגעברענגט אז דאס אליין האט א געפערליכע ציאונגסקראפט אויף צוריק נאך איידער מען איז געגאנגען. מיין כוונה איז געוועהן טאקע פאר אזא איינער ווי ממי שאמרו וואס ווי ער גיבט אן וויל ער אויף א צייט אפשניט פון דריי וואכן נישט ערשיינען, פאר געוויסע פערזענליכע סיבות, איז די עצה צו גיין ווען מען וויל און קומען ווען מען וויל. און מבשרי אחזה, אז איך באשלוס א געוויסע זונטאג פארנאכט אז איך וויל די וואך נישט זיין פארבינדן אזוי שטארק, גיי איך מיר ארויס און איך קום נישט אריין אפילו פאר א בליק צו טאן...דערנאך באשליס איך ווידער, וויל איך קומען פארברענגן? עס קען מיר קאסטן א צוויי וואכן און עס קען געלונגען צו בלייבן פארווע, און איך פאס א באשלוס און שוין.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:57 pm
דורך טאמבל סאס
בדחן האט געשריבן:ממי שאמרו, איך האב זייער געגליכען דיין וועג פון שרייבען א שאד פאר אונז אז דו גייסט.
איך האף אז דו וועסט האבן א כח המעצר זיך צו האלטען צו דיין באשלוס וואס דו האסט געמאכט, ווייל (כמעט) יעדע נברא האט א השפעה אויף זיינע ארומיגע און אויב מיר וועלן זען דא אז אפילו אזא שווערע באשלוס וואס דו האסט געמאכט קען זיך האלטן, וועט עס איין וועג אדער די אנדערע וועג האבן א השפעה אויף אונז אלע און כ״ש וכ״ש אויף דיר אליינס, דערפאר וועל איך נישט זיין סעלפיש און זאגען אז זאלסט צוריק קימען כאטש אז איך גלייך דיר.
בדחן, ביי דיר גייט עס פארקערט, כ'האף דו מיינסט נישט, אז ער זאל קיינמאל נישט צוריקקומען.
מסתמא נישט!
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:02 pm
דורך בדחן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:די פאקט באווייזט נאכאמאל און נאכאמאל, אז די אלע וואס שרייבן געזעגענונגס בריוו, קומען צוריק שנעלער ווי געראכטן, די באווייז איז פשוט. שרייבסט אפ א שיינע געזעגענונגס בריוו.........
(דרך אגב) איך רעד פון ערפארונג סיי וואס איך האב אויף מיר פרובירט און סיי וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי אנדערע פון מילד גערעדט אזוינע טייערע אידן ווי מאראנצןזאפט, און סיי אויף אייוועלט וואס איך האב שוין געליינט לאאאנגע קינות'ער מיט איכה'ס ווי ניקס שווערן זיך ביי בין לאדינ'ס בארד און הויזן אז זיי גייען איינס און פאר אלעמאל......טייל מיט נייע גלגולים און אנדערע פרעך און פריי אן קיין בושה מיט די אייגענע אלטע ניק...ודוק
גערעכט, דערפאר שרייב איך נישט מיין געזענוגס בריוו כאטש איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט פון גיין....

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:04 pm
דורך בדחן
טאמבל סאס האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:ממי שאמרו, איך האב זייער געגליכען דיין וועג פון שרייבען א שאד פאר אונז אז דו גייסט.
איך האף אז דו וועסט האבן א כח המעצר זיך צו האלטען צו דיין באשלוס וואס דו האסט געמאכט, ווייל (כמעט) יעדע נברא האט א השפעה אויף זיינע ארומיגע און אויב מיר וועלן זען דא אז אפילו אזא שווערע באשלוס וואס דו האסט געמאכט קען זיך האלטן, וועט עס איין וועג אדער די אנדערע וועג האבן א השפעה אויף אונז אלע און כ״ש וכ״ש אויף דיר אליינס, דערפאר וועל איך נישט זיין סעלפיש און זאגען אז זאלסט צוריק קימען כאטש אז איך גלייך דיר.
בדחן, ביי דיר גייט עס פארקערט, אויב זאגסטו אז ער זאל אוועק שטיין פון דא, איז עס סעלפיש אינדיד.
1) איך האב נישט פינקטליך פארשטאנען וואס דו זאגסט, אבער בכל אופן ייש״כ פאר די קאמפלימענט.
2) איך האב נישט געזאגט ער זאל אוועקשטיין, איך האב בסך הכל ארקענט זיין געוואלדיגע קבלה, אין וואנטש אים ער זאל עס קענען אויספירען.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:05 pm
דורך אביגדור
ממי, חזק ואמץ!
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:09 pm
דורך בדחן
גיב אכטונג, א שינוי וואס מען טוט צופיל מאל גייט ארויס מגדר שינוי און עס ווערט אזוי ווי די סדר און עס איז אסור.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:22 pm
דורך זר זהב
אבער לעמאן ס'דא א צד צו דעם מהלך אויך. ס'דא וואס דארפן א שטופ אויסצופאלגן וואס זיי ווילן אויספירן, און ווען זיי שרייבן עס ארפ דא אז זיי גייען פאר א שטיק צייט וועלן זיי זיך שמען צו ברעכען דעם צוזאג... ווי אויסגעהאלטן דאס איז איז אויך צום דעבעיטן.