בלאט 1 פון 1

לייחד שם יו"ד ק"ה בוא"ו ק"ה

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:56 pm
דורך שרייבער
איך ברעך מיך שוין קאפ א שטיק צייט, ווען מען זאגט ביי לשם יחוד לייחד שם י-ה בו-ה זאגט מען ארויס די ה' אדער נישט?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:57 pm
דורך טאמבל סאס
ניין. אויב יא האט מען דאך גארנישט אויפגעטוהן.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:13 pm
דורך ברעט מענינג
שוין פארענטפערט!
די אשקול קען שוין ווערן פארמאכט!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:14 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'ווענד זיך לכאורה אין די צוויי גירסאות פון "בר יוחאי". "ל"ב נתיבות..." אדער "שלשים ושתים נתיבות ..."

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 7:58 am
דורך איחוד פעלד
כמה פעמים געהערט וואס זאגען יא ארויס.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:29 am
דורך Atgan
ווי באקאנט טאקע וועגן דיינע ספיקות איז געווען די באקאנטע מחלוקת צו מזאל בכלל זאגן די לשם יחוד.
די הייליגע נודע ביהודה האט געפירט א שארפע קאמפף וועגן דעם. דאכציך ער שרייבט אז מפטפטין במילין ואינם יודעים טוב המילין. בקיצור אז מבלאבעלט אוועק די ליחד שם בזה ובזה און מווייסט נישט וואס מזאגט ממילא זאל מען דאס אויסלאזן.

די צאנזער רב האט אנגענומען אז מזאל דאס נישט זאגן נאר אינזין האבן.
אין בעלזא איז די מנהג אז אויפן יארצייט פון נודע ביהודה וועלכע פאלט אויס אין די ספירה, זאגט מען נישט מפני כבודו די לשם יחוד.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:00 am
דורך קאווע טרינקער
אבער אין די באבוב'ע סידורים שטייט "יכוין: לשם יחוד...", ע"כ איז די שאלה במקומו עומדת, וויאזוי טראכט מען ה' אדער ק' ?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:12 am
דורך Atgan
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער אין די באבוב'ע סידורים שטייט "יכוין: לשם יחוד...", ע"כ איז די שאלה במקומו עומדת, וויאזוי טראכט מען ה' אדער ק' ?


קאמ'אן. ווען מזאגט ארויס יו"ד קא"י ווא"ו קא"י, איז מען אויך מכוון מיט די ה'. מוויל עס נאר נישט ארויסזאגן.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:16 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ. איך האב פשוט נישט געוואוסט, ווייל איך בין א נודע-ביהודה חסיד.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:35 am
דורך שרייבער
טאמבל סאס האט געשריבן:ניין. אויב יא האט מען דאך גארנישט אויפגעטוהן.

וואס הייסט מען האט גארנישט אויפגעטון?
זיי זיך מסביר