עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,

שליחה דורך מיכאל »

שוין יארען וואס א "אומווערדיגע" מנהג (אותיות גהנם) ווערט פראקטיצירט ביי יוצאי מדינת גאליציע ומדינת הגר, דהיינו אז ביי א חתונה פין א יונג פארפאלק טוען זיי מאכען א טאנץ ציזאמען פאר א צאמקום פין אנשים ונשים,

ס'גלייבט זיך פשוט נישט פין ווי אזא שרעקליכע מנהג האט זיך אריינדערווישט אין כלל ישראל, אין אפילו גדולים וטובים טוען טאנצען לפני הכלה במעמד אנשים ונשים, ס'דאך א שרעקליכע ערשיינונג, ס'איז דאך אסאך ערגער ווי די אינטערנעט, ווייל די פראבלעם פין די אינטערנעט איז אז מען קען דארט זעהן א מצוה טאנץ, אבער די מצוה טאנץ אליינס איז דאך דער שורש פורה ראש ולענה, ווי קען מען שטיין אויף די זייט אין ציקוקען ווי אין אזא הייליגער טאג ווי א יום החופה ווערען אפגגעטוהן אזאלכע געמיינע מעשים, שומו שמים, ס'ליגט א פליכט צי מוחה זיין ברבים אויף אזא מנהג,

אפילו די חופה איז אויך נישט אזוי פשוט, דהיינו, א מאן מיט א פרוי ציזאמען אונטער איין חופה אין נאך במעמד אנשים ונשים, ווי איז אזאנס געהערט געווארען, אבער עכ"פ די מצוה טאנץ איז א מנהג וואס מיר דארפען פארליגען כוחות עס צי מבטל זיין בביטול גמור, ווי קען מען צילאזען ביי כלל ישראל אזא זאך,

עכ"פ האבען זיך צאמגענומען עסקנים פין אלע שיכטען אין קרייזען, אין מ'וועט אנהייבען צי ארבעטען מיט די מוסדות אז יעדעס פארפאלק וואס וועט פין היינט אין ווייטער טאנצען מצוה טאנץ ברבים זאלען די קינדער ווערען אויסגעשלאסען פין די מוסדות, אין די עסקנים האפן אז מיט די צייט וועט מען עס קענען אויסברייטערען אז יעדעס פארפאלק וואס וועלען חתונה האבען בחופה וקידושין פאר ברבים פאר צען אידען וועט מען נישט אננעמען זייערע קינדער,

די טירען פין די מוסדות וועלען זיין אפען נאר פאר גרים, בעלי תשובות אין די וואס זענען מקדש בביאה, אלע אנדערע זאלען זיך עפענען אייגענע מוסדות, מען קען שוין נישט צילאזען אזאלכע פירצות ביי כלל ישראל,

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר