בלאט 1 פון 1
א יאר אן אינטערנעט די רעזולטאטן
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 4:59 pm
דורך בן תמליון
פאול מיללער וואס האט עקספערימענטירט א יאר אינטערנעט פריי, נאכן איינזען עס נעמט איהם אוועק פון זיין ריכטיקן זיך און ציהלן, האט זיך היינט צוריקגעקערט און שרייבט א באריכט דא:
http://www.theverge.com/2013/5/1/427967 ... e-internetער זאגט אז אנהייב האט עס גוט געשפירט פילנדיק ווי ער לעבט א מער ארגינאלן לעבן. ער איז געקומען צו סיטי פיעלד צום אינטערנעט אסיפה און מסכים געווען צו אלעס וואס רב וואקסמאן זאגט. נאך א פאר חדשים אבער זאגט ער זענען זיינע שלעכטע געוואינהייטן אריבער צו זיין לעבן אנעם אינטערנעט, און אנשטאט לעבן אינעם עכטן וועלט האבן פריינד און פאמילע איהם נישט געקענט קומיונקירן ווי אמאל און ער האט פונקט אזוי נישט געלעבט אינעם עכטן וועלט ווי מיטן אינטערנעט.
זיין מסקנה: דער אינטערנעט איז היינט די וועלט מען דארף לעבן דערמיט און זיין פרודוקטיוו. עס פארמיידן איז נישט קיין סאלוציע.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:22 pm
דורך זר זהב
וויאזוי איז צו פארגלייכן א גוי צו א איד? א גוי האט נישט וואס אנצופילן דעם טאג מיט, ער דארף טאקע זיין אויפ'ן נעט. א איד וואס נעמט א יאר וואקאציע וואלט ווארשיינליך בעסער געווארן, ער וואלט נישט חרטה געהאט אויף זיין בעסערע פאמיליע לעבן (קוק אהער, דער גוי איז געווען אליינס אין זיין פאמיליע אן נעט!) ער וואלט איינגעקויפט א מסכת אדער צוויי. כ'ווייס נישט צי מ'קען נעסעסערילי ארויסלערנען פון מיללער און עס אפלייען צו א איד.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:47 pm
דורך יידל
מיללער'ס ארטיקל נאכן אסיפה (ער איז געווען ביים אסיפה און געשריבן אן ארטיקל מיט פען אויף פאפיר און די ווערדזש - די וועבסייט פאר וועם ער ארבעט - האט עס ארויפגעלייגט אנליין):
http://www.theverge.com/2012/5/22/30352 ... rnet-rally
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:54 pm
דורך גימפל
יאנקל, ערווארט נישט אז די היימישע נייעס קוועלער זאלען דיר דערציילען די נייעס, און אוודאי נישט אן ענפער פון קאברע. און ערגעסטען פאל, וועט זיין תירוץ זיין אז וויבאלד מילער האט פארברענגט די צייט מיט שפילען ווידיאו געימס, במילא האט די עקספירעמענט נישט געארבייט. משא"כ אויב וואלט ער אויסגעניצט די צייט צו לערנען וואלטען די רעזולטאט געווען מער פאזעטיוו. די סארט טענות צייגען די לעכריגקייט און די אינטערנט מערכה, ווייל ווי אנדערע האבען שוין אנגעוויזען, די אינטערנעט איז נישט קיין ציהל סאיז א סך הכל א מיטל.
למעשה, לעת אתה זענען די שאנסן זייער שוואך אז די פיערשאפט זאל טוישען זייער מיינונג א דאנק מילער'ס עקספירעמענט. סאיז דא מער שאנסן אז די פי. אר. און געלט וואס סאושעל מידיע קען טוהן פאר די חסידות-פארטייען וועט איבערצייגען די פיערשאפט צו טוישען די מהלך. גארנישט רעדט נישט אזוי גיט ווי געלט, ווי נאר זיי וועלען דאס דערשמעקען, וועלען אלע חרמות גייען פייפען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 3:26 am
דורך לעמאן דזשוס
איך טראכט ערענסט צו גיין פון אינטערנעט פאר א האלב יאר...איך וויל עפעס צוגעבן צו די דעבאטע...מילער זאגט אז עס לוינט נישט. יאנקל שטעלט צו אונזער לאגע. זר דינגט זיך. מאורינו הגאוו רב לעיקוואד ערווענט שוין פון לאנג אז אינטערנעט איז נישט קיין חפצא בכלל נאר פונקט ווי אויוון.
.
אלזא, בלייבט דאך זייער בעננים די הארבע שאלה. יא אינטערנעט אדער ניין, דבילה ׳ךט ארום אז ניין, ליטוואק מאכט גאר א מדרש אז מי שחוסם אינטרנט איז אין כל בריה יכולה לעמוד.
איך וויל נישט שרייבן לאנגע מגילות פון ברכת פרידה׳ס און דעטאלירטע ליסטעס פון צייטונגען וואס כגיי ליינען און מאדע פון טייפרייטער וואס כגיי נוצן, איך וויל זיין שייף עייל ושייף נפיק, און מקבל זיין שכר על הפרישה,
ווילט זיך מיר פראבירן אויף מיין אייגענעם בארדע. אלזא, הננו מוכן ומזומן לנתק עצמי מ׳אינטערנעט מהיום עד לראש חדש מרחשון דשנת תשע״ד הבעל״ט און אי״ה דאן צוריק קומען שרייבן אן אנאליז דערוועגן. מיט׳ן הילף פון ג׳ט וואס וועט געבן געזונט און לעבן, ויחדש כנשר נעורי!
(וזאת למודעי, מיין אימעיל וועל איך יא באנוצן כמובן ווייל דאס איז פשוט ווי פאסט, אבער נישט קיין אנאנימע)
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:33 am
דורך בן תמליון
לעמאן מאך נישט אזאנע וויצן, סתם אנציען די נערוון? און וואס טוט זיך טאקע מיט דעם קומענדיקן פאעזיע פארמעסט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:58 am
דורך שמעקעדיג
העי, דו טשיעטסט! ביז ר"ח מרחשון איז נישט קיין האלב יאר!
כ'ווייס, ס'איז שווער, אבער א קבלה איז א קבלה! ביז ר"ח כסלו וועסטו דארפן ווארטן!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:03 am
דורך קאווע טרינקער
@ס'פשוט אז מיללער'ס תוצאה איז נישט קיין נמשל פאר איינער וואס זיין טאטע מאמע, שווער שוויגער, 17 פעטער'ס און מומע'ס, 200 קאזינס, מלמדים, חברים, רבי'ס, וכו' וכו', וואוינען אלע אין איין סקווער מייל.
@לעמאן, איך בין מוחל דיין אנאליז פון א האלבע יאר ארום.. בלייב נאר דא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:37 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:לאמיר זען, קאברע, צי יעצט וועסטו קענען מסביר זיין פאר די רבנים וואס מילער פארשטייט היינט.
נעבעך דער גוי, ער איז געווען אזוי צוגעבינדען צום אינטערנעט אז ער קען זיך נישט אפשיידן... נו זעסטו ווי שלעכט די אינטערנעט איז?
פונעם ארטיקל זעט מען אז די ערשטע תקופה איז עם גראדע יא געגאנגען גוט, ס'האט עם אויסגעקלארט די קאפ, זיין אטענטשען ספען איז געווארן לענגער, און ער האט געהאט מער יישוב הדעת. נאר אז פאר די לאנג ראן איז עס נישט קיין עצה ווייל די וועלט איז אויפן אינטערנעט, און טאמער וויל ער מיטהאלטן בילדער פון זיינע ניכטן און רעדן צו זיי אויף סקייפ מוז מען זיין "קאננעקטעד".
איך האב לעצטענס געליינט דעם
ארטיקל, טאני שווארץ, א געוועזענע שרייבער פאר די נ.י. טיימס, פאוסט, נ.י. מאגאזין, און ניוזוויק און עסקווייער, ווי אויך א ביזנעס מאן, און די גרינדער פון "די ענערגיע פרויעקט", שרייבט וועגן זיין וואקאציע פונעם אינטערנעט פאר צען טעג, ווי די קאפ האט זיך עם געעפענט, ער איז געווארן רואיגער, און זיך געקענט מצמצם זיין די מח בעסער. ער איז געפארן אויף וואקאציע, געלאזט אינדערהיים די לעפטאפ, אייפעד, סעלפאון, און נאר מיטגענומען אפאר ביכער, געזאגט אין די ארבעט אז די נעקסטע צען טעג איז ער אף די גריד, און ויסעו. אין אנהויב האט ער געשפירט די אימפולס צו גוגל'ן עפעס וואס ער האט געוואלט וויסן, אבער מיט די צייט איז עס אוועק, און א מורא'דיגע רואיגקייט האט עם ארומגענומען.
איך וויל דאס פראבירן צו טוהן ביי מיין קומענדיגע וואקאציע, אי"ה ווען דאס וועט געשען וועלן מיר אייך מודיע זיין די ריזאלטס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:40 am
דורך שמעקעדיג
וואס דען וועט מען טון ביי די וואקאציע? נישט יעדער גלייכט צו ליינען בוכער, און אפילו יא, נישט די גאנצע צייט.
וואס נישט צו טון ווייסן מיר שוין, וואס יא?? שפילן געימס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:13 am
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט? ווען דו גייסט אויף וואקאציע זיצטו אויפן אינטערנעט?
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 12:55 am
דורך ישמעאל הכהן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
איך וויל נישט שרייבן לאנגע מגילות פון ברכת פרידה׳ס און דעטאלירטע ליסטעס פון צייטונגען וואס כגיי ליינען און מאדע פון טייפרייטער וואס כגיי נוצן, איך וויל זיין שייף עייל ושייף נפיק, און מקבל זיין שכר על הפרישה,
ווילט זיך מיר פראבירן אויף מיין אייגענעם בארדע. אלזא, הננו מוכן ומזומן לנתק עצמי מ׳אינטערנעט מהיום עד לראש חדש מרחשון דשנת תשע״ד הבעל״ט און אי״ה דאן צוריק קומען שרייבן אן אנאליז דערוועגן. מיט׳ן הילף פון ג׳ט וואס וועט געבן געזונט און לעבן, ויחדש כנשר נעורי!
א נעכטיגן טאג, שוין א יאר דורך.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך טראכט ערענסט צו גיין פון אינטערנעט פאר א האלב יאר...איך וויל עפעס צוגעבן צו די דעבאטע...מילער זאגט אז עס לוינט נישט. יאנקל שטעלט צו אונזער לאגע. זר דינגט זיך. מאורינו הגאוו רב לעיקוואד ערווענט שוין פון לאנג אז אינטערנעט איז נישט קיין חפצא בכלל נאר פונקט ווי אויוון.
.
אלזא, בלייבט דאך זייער בעננים די הארבע שאלה. יא אינטערנעט אדער ניין, דבילה ׳ךט ארום אז ניין, ליטוואק מאכט גאר א מדרש אז מי שחוסם אינטרנט איז אין כל בריה יכולה לעמוד.
איך וויל נישט שרייבן לאנגע מגילות פון ברכת פרידה׳ס און דעטאלירטע ליסטעס פון צייטונגען וואס כגיי ליינען און מאדע פון טייפרייטער וואס כגיי נוצן, איך וויל זיין שייף עייל ושייף נפיק, און מקבל זיין שכר על הפרישה,
ווילט זיך מיר פראבירן אויף מיין אייגענעם בארדע. אלזא, הננו מוכן ומזומן לנתק עצמי מ׳אינטערנעט מהיום עד לראש חדש מרחשון דשנת תשע״ד הבעל״ט און אי״ה דאן צוריק קומען שרייבן אן אנאליז דערוועגן. מיט׳ן הילף פון ג׳ט וואס וועט געבן געזונט און לעבן, ויחדש כנשר נעורי!
(וזאת למודעי, מיין אימעיל וועל איך יא באנוצן כמובן ווייל דאס איז פשוט ווי פאסט, אבער נישט קיין אנאנימע)
מעתה יש לחקור, צו לעמאן דזשוס האט טאקע באוויזן זיך איינצוהאלטן פון ארויפגיין אויפן אינטערנעט זינט דאן, אדער איז זיין עקספערימענט גאר אדורכגעפאלן אזוי שנעל - אז ער האט זיך געשעמט צוריקצובאווייזן זיין פרצוף מיט דעם ניק נאמען, און באמת איז ער צוריקגעקומען מיט א נייע ניק...
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 5:02 pm
דורך איך אויך
ויש לשלב את המחקר ביחד עם המחקר על תוחלת החיים של החלטת שש לעזוב את קאווע שטיבל...
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל דאס פראבירן צו טוהן ביי מיין קומענדיגע וואקאציע, אי"ה ווען דאס וועט געשען וועלן מיר אייך מודיע זיין די ריזאלטס.
נו? וויאזוי איז געווען?
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:48 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:ויש לשלב את המחקר ביחד עם המחקר על תוחלת החיים של החלטת שש לעזוב את קאווע שטיבל...
לא החלטתי לעזוב, אלא להפסיק לכתוב מאמרים ותגובות ארוכות, מה שאכן עשיתי.