בלאט 1 פון 1

באקומט איר אימעיל ווען איר קריגט א לייק?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:02 pm
דורך ברוין
וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן פונעם עולם צו מ'ניצט אויס די אפציע פון קריגן אימעילס ווען מ'קריגט א לייק. איך בין דערווייל אנגעשטעלט אז נישט. ווער יא?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:02 pm
דורך שעפטל
איך יא...

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:04 pm
דורך זר זהב
איך אויך. איך האב זיך געווינדערט ווען איינער האט מיר לעצטענס געזאגט אז ער באקומט נישט און ער זעהט נישט ווען איינער לייקט אים. במחילת כבודו האב איך אים זינט דאן אויפגעהערט לייקן. מיינע לייקס זענען נישט זכר בונדלעך, און איך האלט נישט ביים טון עפעס וואס איז ניטאמאל מתן בסתר!!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:39 pm
דורך שעפטל
שכח Lexus פאר די אימעיל...

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 7:22 pm
דורך שמעקעדיג
איך פלעג אמאל נישט האבן, אבער היינט באקום איך יא.
אבער עס גייט צו אזא אקאונט וואס איך עפן קוים איינמאל אין א וואך אדער צוויי, נישט די אימעיל וואס איך קוק כסדר.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 7:24 pm
דורך זר זהב
רעט מען דא פון אימעיל אדער אישי? מ'קען מאכן מ'זאל באקומען אן אישי אן א אימעיל

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:26 pm
דורך ברוין
אישי שיקט אימעילס אויך. סאם האו האב איך עס נישט אויפגעסעט צו באקומען.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:29 pm
דורך זר זהב
כמיין אז נישט. אישי איז באזונדער און אימעיל איז באזונדער.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:37 pm
דורך הוגה
איך האב פונקט היינט געטראכט איבער דער נושא. איך סיין דא אריין נאך א טאג ארבייט און איך זעה אז איך האב צובאקומען א פינף נייע לייקס. עס איז מיר אינטרעסטנט צו וויסן ווער עס האט מיר געלייקט, און נאך מער איז מיר ווויכטיג צו וויסן וועלכע הודעה איז געלייקט געווארן כדי איך זאל וויסן וואס,די עולם האט ליב.

איז דא א וועג נאכצוקוקען די לייקס און עס זעהן געפילטערט עקארדינג צו די דעיט?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:39 pm
דורך זר זהב
יא, גיי צו: באניצער'ס קאנטראל פאנעל, גיי דארט אריין צו: סיסטעם פרעפערענצן. און וועהל אויס צו האקומען אן אישי יעדעס מאל איינער לייקטיר.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:35 pm
דורך געפילטע פיש
הוגה האט געשריבן:איך האב פונקט היינט געטראכט איבער דער נושא. איך סיין דא אריין נאך א טאג ארבייט און איך זעה אז איך האב צובאקומען א פינף נייע לייקס. עס איז מיר אינטרעסטנט צו וויסן ווער עס האט מיר געלייקט, און נאך מער איז מיר ווויכטיג צו וויסן וועלכע הודעה איז געלייקט געווארן כדי איך זאל וויסן וואס,די עולם האט ליב.

איז דא א וועג נאכצוקוקען די לייקס און עס זעהן געפילטערט עקארדינג צו די דעיט?

יא, קליק אויפן ציפער וואס קומט נאך האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל, און ס'וועט דיר ארויפברענגען א ליסטע פון דיינע לייקס אנגעהויבן פונעם לעצטן.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:14 pm
דורך איך אויך
יא און היינט בין איך בארעגנט געווארן מיט לייקס פון [tag]צולייגער[/tag].