בלאט 1 פון 3

אייזיק האניג #4 על ההרים

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 6:18 pm
דורך ידען
אייזיק האניג איז פון די טאפ זינגערס און ער ארבעט שוין כמעט צעהן יאר אויף זיין נייע סידי און סע וועט זעכער זיין א היט.

דא קען מען הערען א preview און א פאר ליינס וועגען די נייע סידי

www.chasidinews.com/14134/

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 6:19 pm
דורך זר זהב
10 יאר אויף א נייע סידי? דאס איז ווי שטודירן 70 יאר צו ווערן א דאקטאר

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 6:19 pm
דורך לעמיל
די קאווער
בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:35 pm
דורך שמייכל
שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:37 pm
דורך זר זהב
שמייכל האט געשריבן:שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?

אזוי נישט מיר נישט נישט דיר...

האלאו!!!

שמייכל?!?!

שלום עליכם!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:50 pm
דורך שמייכל
עליכם ועל בניכם!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 6:46 pm
דורך מאראנצןזאפט
שמייכל, איר זענט גוד לאאקינג, לאמיר האפן אז ס'איז תוכו כברו.
וועלקאם עבארד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:10 pm
דורך יידל
אז מאראנצן זאפט זאגט פאר שמייכל "וועלקאם עבארד" זעמער אויף געהאקטע צרות... שמייכל, אזוי לאנג ביזטו שוין נישטא, אזש מאראנצןזאפט מיינט אז דו ביסט א נייער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:12 pm
דורך זר זהב
לאל איך האב אויך דאס געקלערט... אבער נישט געווען זיכער

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:30 pm
דורך zurich
איך מיין די איידוע פון אייזיק האניג איז מער זיין ווארימקייט ביים זינגן ווי זיין זיסן קול, וויל זיסקייט קען מען עים נאך עני טיים ביעטן, למשל יומי לאווי!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:13 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל האט געשריבן:אז מאראנצן זאפט זאגט פאר שמייכל "וועלקאם עבארד" זעמער אויף געהאקטע צרות... שמייכל, אזוי לאנג ביזטו שוין נישטא, אזש מאראנצןזאפט מיינט אז דו ביסט א נייער?


א בליק געטון אויף זיין הדרת פנים און זיינע הודעות, און פארשטאנען אז ער איז שוין לאנג נישטא געווען. האבן מיר אים הערצליך באגריסט.
סימפל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:14 pm
דורך מאראנצןזאפט
און גראדע איז שמייכל א טרעידמארק פון א בארא פארקער שומר שבת יודל.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:25 am
דורך שעפטל
הערנדיג דעם נייעם קאסעט, וויל איך איין זאך פארשטיין... סאיז אדער אז פינקי מיט יוסי גרין האבן אויסגעוועלט ספעציעלע ניגונים פאר אייזיק'ן, אדער פשוט אייזיק זינגט דאס אראפ ס'בעסטע. דער האט דארט ניגונים און זינגט דאס אז מ'קען צוגיין! ס'האצעך געלוינט צו ווארטן אזוי לאנג.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 11:54 am
דורך אביגדור
שעפטל האט געשריבן:הערנדיג דעם נייעס קאסעט


אייזיק'ס ניגונים, ווי אלט זיי זענען נאך, וועפן זיי נישט אויס.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:03 pm
דורך שעפטל
פאר אייזיק'ס איין ניגון וואלט איך אויך געצאלט 16 טאלער. זיין ניגון קינדערלעך איז אויך עפעס געוואלדיג, שיין הערליך, הארציג און ווארעם.
יעצט לייג נאך צו צוויי פינקי ניגונים' אזא אתה הוראת, א בעלזא כתר, צו א יוסי גרין'ס היה עם פפיות. וואונדערבאר!!!!!!!

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:09 pm
דורך שעפטל
יענץ חברה-מאן האט געשריבן:כה לחי. היינטיגע טעג, ארויסצוגעבן עפעס איז ממש א פרייע סערוויס פונעם ארויסגעבער. ס'נישט מעגלעך צו מאכן א ביזנעס מאדעל וואס זאל פראפעטירן. מ'קאפי'ט עס און מ'שיקט עס ווייטער. וואס מאטאוועיט נאך א מענטש מוציא לאור צו זיין א סי די? ממילא ווען די ניגונים זענען אייגענע, איז מען איז מפיץ לקיים מה שנאמר ויפוצו, אבער יענעם'ס ניגונים? כ'פארשטיי באמת נישט דער אינוועסטמענט.

Honig.jpg

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:10 pm
דורך newkave
וגם את נח איז אויך א שטיקל א באבובער ניגון. ניין?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:13 pm
דורך ענן כבד
ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:23 pm
דורך אביגדור
הערליך.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:25 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט געקויפט, אן קוקן וואס די פרייז איז.
בנוסף וואס אייזיק האניג איז אויף מיין הויך-ליסטע, און איך גיי אי"ה הנאה האבן פון זיין נייע אלבום, פיל איך - בשבילי נברא העולם - אז איך שטיץ א איד, וואס איז ערליך, נארמאל, בטעמ'ט, און נאך אסאך מעלות אויסער זיין ווארימע איידעלע שטימע.
נישט נאר צולאזטע זינגער'ס מעגן מאכן געלט, נארמאלע אויך.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:40 pm
דורך שעפטל
ענן כבד האט געשריבן:ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?

http://www.mostlymusic.com/al-hehorim.html

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:42 pm
דורך שעפטל
און וואס איז געווארן?

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:58 pm
דורך קאווע טרינקער
און ס'קומט מיך אלץ ארויס דער וגם את נח האהבה זכרת, ווי פון הארץ ארויס אן מחשבה.

ביי מיר גייט נישט דורך קיין יום טוב אן
"וזכר לנו, ה' אלוקינו, אהבת הקדמונים..."
און נאך אסאך פון ר' אייזיק.
"אתה הוא עד שלא נברא העולם..."
"ושויתי ה' לקראתי, שתרחמני עוד בגלותי..."
"אדון הכל..."
ועוד הרבה.