בלאט 1 פון 2

"שוין אנגעקומען": נייע רעסעפי קאטשעניו אן פיש!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:22 pm
דורך חזקיהו המלך
מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען קאטשעניו אן צו נוצען פיש, אין צי דעם ביליג אין זייער געזונט,

קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, אין נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה אין עס אראפ שרייבען דא,

------------------------------ ויאכלו ענוים וישבעו ----------------------------

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:24 pm
דורך זר זהב
ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:29 pm
דורך ברעט מענינג
זר זהב האט געשריבן:ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

ווער?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:33 pm
דורך זר זהב
ברעט מענינג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

ווער?

viewtopic.php?p=100691#p100691

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:42 pm
דורך היימישער ליטוואק
ג'עלו (JELLO) אן פלייוואר.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:50 pm
דורך חזקיהו המלך
ניין כ'רעד נישט פין קיין געקינצעלטע, געהעריג נאטורליך,

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
עס זעהט עפעס אויס ווי א קאנספיראציע..

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:04 pm
דורך שמעקעדיג
קודם זאג וואס קען מען טון מיט קאטשעניו אן פיש? מה טיבו?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:10 pm
דורך חזקיהו המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:קודם זאג וואס קען מען טון מיט קאטשעניו אן פיש? מה טיבו?


מ'מאכט עס גוט ספייסי אין מען עסט עס מיט די חלה אזוי ווי א דיפ, אדער מיט ברויט אין דער וואכען,

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:32 pm
דורך Lexus
That's the recipe? Just a bit spicy water?
Seems to be tasty...

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:44 pm
דורך געפילטע פיש
מ'לייגט אריין פלארייד?

דזשאסט קידינג, וואס איז די טריק?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:54 am
דורך שמעקעדיג
מה ראה געפילטע פיש וינוס? פלארייד של חזקיהו ראה.
קאטשעניו אן (געפילטע) פיש איז איין צרה, פיש אן די וואסער קען דאך נישט בלייבן לעבן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:56 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב מורא אז עס וועט האבן אזא טעם ווי פארווע טשיז קעיק און מילכיגע האט-דאגס :?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:40 am
דורך משה געציל
א באנדע בטלנים דא! זה בכה וזה בכה! א איד וויל דא ארויסגעבן א פארצווייגטע געהיימע איינשטיין קאטשעניא געהיימניס, וואס וועט לכל הדיעות רעוואלטירן אין די עולם הזאפטעראציע ווי לאנגיעריגע וויסענשאפטלער וועלען זיך ברעכן דאס קאפ וויאזוי מיר האבן אייביג געלעבט אין א נעטען איזעלאציע, איז אנשטאט דער עולם זאל זיך ארויפכאפן אויף חזקיה און אים נישט ארויסלאזן ווילאנג ער אנטפלעקט דעם געהיימניס, פאנגט מען אן מיט נאר'ישע -וואס איז געשען מיט די בוים- קשיא'לעך?!
נא אוודאי וויל מיר וויסן! ס'טיישט א קלייניגקייט? עסן ראפיגאש מיט קאטשעניא אין א גרינעם דינסטאג?! פארואס זענען מיר דא אויפן עולם השקר, אויב נישט אויף מתקן צו זיין און מפיץ צו זיין די קאטשעניא בכל קצוי תבל עד שיפצו ויתקאטשא החוצה!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:06 am
דורך סאשי פיש
אונז ווארטען קוים אויף די נייע מאכל לכבוד שבת חזק!!
ביטע ארויסגעבן ווי פריער מען זאל עס קענען צורישען נאך אויף דעי וואך 

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:38 am
דורך פרענטש וואנילע
כפי ידיעתי איז "גאלע רעטע" קאטשעניו אהן פיש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:44 am
דורך לעמיל
חזקיהו געב ארויס די רעסעפי לאמער עס טרייען נאכדעים וועמער זעין וואספארא טעם קאטשעניו האט אן פיש

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:35 am
דורך חזקיהו המלך
פרענטש וואנילע האט געשריבן:כפי ידיעתי איז "גאלע רעטע" קאטשעניו אהן פיש.


יא אבער גאלע איז פליישיג, דאס איז פארווע,

גוט אי"ה היינט וועליך עס ארויף לייגען,

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:43 am
דורך אביגדור
כשר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:08 pm
דורך חזקיהו המלך
נאופ - יו גאדט איט ראנג,

כ'רעד פין א הויעך קוואליטעט קאטשעניו, נישט פין פיש גארביטש, אין נאכאמאל ס'האט נישט אין זיך גארנישט קיין פיש פראדוקטען,

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:11 pm
דורך ברסלבער
נא? עס איז שוין באלד שבת, עס דארף נאך בלייבן צייט עס צוצוגרייטן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:16 pm
דורך למדן
קענסט נעמען פייק סקין וואס דאס ניצן די נשים צדקניות ממילא צו פארגליווערן די קאטשעניו און מאכן א קאטשעניו דיפ.
די וואס האבן עס ליעב מיט חריין קענען מאכן מאכן חריינעניו (ע"ד חרייענעז)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:50 pm
דורך בעל הבית
אין די פאפא קאאק בוך דפוס ראשון תרע"ג, בחייו פין די רעבעצין פון הרה"ק ויגד יעקב מפאפא ב.פ. זצ"ל, ווערט געבערנגט גאר גאר א שיינע רעסיפי, מיט א שלל מפורשים,

עיין בדף עא ד"ה דג שנטבע בנהר