בלאט 1 פון 2
דוד גרינפעלד סומאטאכע
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:49 am
דורך געפילטע פיש
א געוועזענע טשיף אוו סטעף פון קונסילמאן גרינפעלד דעקט אויף מיסברויכן אינעם פאליטישאנס אפיס.א בלאגער אויפן נייעס וועבזייטל Yeshiva World מיטן נאמען דוב גארדאן, וואס פאר עטליכע יאר שרייבט ער בשבחו פונעם קאונסילמאן, און בגנותם פון זיינע קעגנער, אריינגערעכענט דוב הייקינד, ווייזט זיך ארויס אז דאס איז מעגליך נישט קיין אנדערער ווי הרב גרינפעלד אליינס.
לויט די געוועזענע ארבייטער, סטעפאני פעדעק, איז גרינפעלד געווארן בידידות מיטן YWN פאבלישער יודא עקשטיין, און אז ער מאכט אלעמאל זיכער אז גרינפעלד ווערט אראפגעלייגט אין א פאזיטיווע ליכט אינעם וועבסייט. זי זאגט אז ארטיקלען וואס גרינפעלד האט איר געבעטן צו שרייבן האט זי שפעטער געזען אויפן וועבסייט אונטערן פען נאמען דוב גארדאן, און אז דער מיסטריעזער גארדאן האט אלעמאל געהאט געהיימע "אינסייד" אינפארמאציע פון וואס גרינפעלד טוט אלץ אויף.
א גרינפעלד ווארטזאגט שלאגט קאטאגאריש אפ די אנקלאגע, און אין א געשריבענע סטעיטמענט זאגט ער אז "דיין מעשה איז א פאלנע שקר, פארשפרייט דורך אן אבסעסט און אנגעווייטאגטע ארבייטארן וואס איז געווארן אפגעזאגט א קנאפע צוויי יאר צוריק, די קלינטאנס האבן זייערע ווינס פארסטער משוגעים, אבאמא האט זיך זיינע "בערטערס" און גריפעלד האט זיינע אייגענע חברה וואס מיינען אז נאך זיין 70 שעהדיגע ארבעטס וואך האט ער צייט צו שרייבן נייעס ארטיקלעך, די אלע קאנספיראציע טעאריסטן ברויך מען לייגן אין משוגעים הויז!"
פעדעק דערציילט אז זי האט אמאל געכאפט גרינפעלד'ן שרייבן אן ארטיקל, און נאכן זען דעם ארטיקל אויף ישיבה ווירלד אונטערן דוב גארדאן נאמען האט זי עם געפרעגט דערוועגן, און ער זיך אויסגעלאכט, און איר דערציילט אז ער האט עס טאקע געשיקט צו ישיבה ווירלד. מיט די צייט איז עס געווארן א חלק פון איר דזשאב אויפצוקומען מיט איידיעס און שרייבן ארטיקלעך.
פאר מער דרוקט נאמבער פיר (אדער ליינט
דא).
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:04 am
דורך געפילטע פיש
דער עולם לייקט און לייקט, אבער קיין מאק הערט מען נישט, זאגטס עפעס, שרייט מיר אן פארן גלייבן לשון הרע אויף א איד, שרייטס חילול השם, עפעס! סתם א שאקל מיטן קאפ א טובה צו טוהן? קאם אן.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:08 am
דורך יידל
נא! חילול השם!
צופרידן?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:14 am
דורך שמעקעדיג
די חילול ה' איז אז מען מאכט זיך נאריש. ער טוט אויף אסאך, און די אנדערע זייטיגע זאכן איז קיינעמ'ס נישט ביזנעס.
לאזט די סארט דאגות פאר די מים אחרונים חברה.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:19 am
דורך געפילטע פיש
די סקאנדאל איז אפשר מער אויף ישיבה וואוירלד ווי אויף גרינפעלד, אבער ביי אונז איז עס אזוי נארמאל אז מ'זעט גארנישט ראנג אז א צייטונג אדער א נייעס וועבסייט לייגט ארויס "נייעס" פאר באצאלט.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:20 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:נא! חילול השם!
צופרידן?
העכסט צופרידן.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:22 am
דורך נולד מאוחר
שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:13 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.
ער טוט עס שוין היינט.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 8:06 pm
דורך George
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.
ער טוט עס שוין היינט.
?
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 1:50 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:דער עולם לייקט און לייקט, אבער קיין מאק הערט מען נישט, זאגטס עפעס, שרייט מיר אן פארן גלייבן לשון הרע אויף א איד, שרייטס חילול השם, עפעס! סתם א שאקל מיטן קאפ א טובה צו טוהן? קאם אן.
איך טוה מיר שוין אן דעם גארטל און איך זאג לשם יחוד. איך גיי דיך שוין גוט אנזידלען ברבים אין ביהמ"ד. נאר קודם דארף איך וויסן אין וועלכן ביהמ"ד דו דאוונסט (אדער שמועסט(.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:01 am
דורך געפילטע פיש
איך האב א מנין קבוע ביי א אבל אינדערהיים וואס זיצט שבעה נעבעך, נעבעך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:08 am
דורך יאיר
און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:11 am
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.
איך האלט טאקע אז דער וואס זיצט צוויי שורות ארויף פון מיר אין ביהמ"ד בזסט דו. לויט דיינע מאמרים און ווערטלעך אין ביהמ"ד שבת אינדערפריה, זעה איך אין וואס דו ביסט עוסק א גאנצע וואך....
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:16 am
דורך געפילטע פיש
שטעל דיך פאר קאווע שטיבל אליינס, א חורבן וואס קען ארויסקומען, וועסט געוואר ווערן אז לעיקוואד איז דיין ראש הכולל, בדחן איז דיין שווער, זר זהב דיין חברותא פון כולל, שמעקעדיג איז דיין שכן וועם דו גיבט איבער אלע וועטער אפדעיטס אין די עלעוועיטער, קאווע טרונקער איז דיין שוואגער, יואליש איז דיין דיין, און פארשטייט זיך אחרון אחרון בערל באלאגאלע איז דיין טאכטערס באס דרייווער, ס'וועט זיין ששון אין די גאסן! ס'הייסט מיין רבי'ס זון איז געווען ביהיינד די גאנצע מילקשעיקער אשכול? יעצט פארשטיי איך שוין, און דער וואס האט זיך אנגענומען פאר די אייזלעך איז נישט קיין צווייטער ווי די רעביצן תליט"א אליינס?
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:21 am
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:שטעל דיך פאר קאווע שטיבל אליינס, א חורבן וואס קען ארויסקומען, וועסט געוואר ווערן אז לעיקוואד איז דיין ראש הכולל, בדחן איז דיין שווער, זר זהב דיין חברותא פון כולל, שמעקעדיג איז דיין שכן וועם דו גיבט איבער אלע וועטער אפדעיטס אין די עלעוועיטער, קאווע טרונגער איז דיין שוואגער, יואליש איז דיין דיין, און פארשטייט זיך אחרון אחרון בערל באלאגאלע איז דיין טאכטערס באס דרייווער, ס'וועט זיין ששון אין די גאסן! ס'הייסט מיין רבי'ס זון איז געווען ביהיינד די גאנצע מילקשעיקער אשכול? יעצט פארשטיי איך שוין, און דער וואס האט זיך אנגענומען פאר די אייזלעך איז נישט קיין צווייטער ווי די רעביצן תליט"א אליינס?
און אז כקש"ת אדמו"ר רבינו רשכבה"ג שליט"א איז מגולגל געווארן אין מיינע באליבטע געפילטע פיש.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:23 am
דורך יאיר
berlbalaguleh האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.
איך האלט טאקע אז דער וואס זיצט צוויי שורות ארויף פון מיר אין ביהמ"ד בזסט דו. לויט דיינע מאמרים און ווערטלעך אין ביהמ"ד שבת אינדערפריה, זעה איך אין וואס דו ביסט עוסק א גאנצע וואך....
דו האסט זיך לכאורה פארמישט מיט א צווייטן. אין בית המדרש קענסטו מיר נאר טרעפן זאגן בדחן'דיגע ווערטלעך.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:25 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:און אז כקש"ת אדמו"ר רבינו רשכבה"ג שליט"א איז מגולגל געווארן אין מיינע באליבטע געפילטע פיש.
שששש...!
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:42 am
דורך אברעמעל
ווילאנג ס'שטייט נישט אינעם קעפל "והמסתעף" קענסטו נישט ערווארטן צופיל תגובות.
עניוועי ווארט נאר גארדאן זאל אהערקומען וועסטו שוין די תגובות וואס וועלן נאכקומען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:42 pm
דורך מיין מיינונג
Booklet Calling Councilman Greenfield “Traitor” Circulated in His Districthttp://jpupdates.com/2013/10/13/booklet ... -district/
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:51 am
דורך בעל הבית
..
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:57 am
דורך דעת תורה
די פאר וועמען ער גיט די הענט, איז א פרוי? כ'בין נישט אזוי זיכער.
אלנפאלס, הו עווער ס'איז האט אן הענטשוך.
און, נישט יעדער האלט אז ס'איז אסור ממש.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:02 am
דורך רויטע וואנצעס
דוד גרינפעלד לויפט נישט פאר רב הראשי ד'בארא פארק. ער לויפט אלס א קאמיוניטי לידער. קאמיוניטי מיינט יעדעם.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:15 pm
דורך קורץ און שארף
גייט יעצט ארום