רילעישאנשיפ צווישן געוועזענע מאן און ווייב נאך א גט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

רילעישאנשיפ צווישן געוועזענע מאן און ווייב נאך א גט

שליחה דורך בדחן »

מען האט חתונה געהאט מיט א האפענונג פאר גאר א גוטע עתיד (ווי אזוי האט מען געהאפט אויף א גוטן צוקונפט אן דעם וואס מען זאל אינוועסטירען דערין? קשיא) מען האט זיך צוקריגט, מער האט זיך בארעדט, מען האט זיך געשלאגען, מען האט זיך גע'גט... יעצט וואס ווייטער?

פארוואס ברויך מען זיך שלאגען נאכן גט? עס איז דאך דא קינדער וואס ביידע ווילען זייער טובה? נעווער מיינד די קינדער, אבער וואספארא פשט האט דאס לעבן אויב עס איז פול מיט האס און מחלוקות - אפילו מען איז גערעכט? ווי אזוי גייט מען עס אנקוקען 20 יאר שפעטער? פארוואס קען מען נישט טרעפן קאמען גראונד און לעבן אפגעריקט איינער פונעם צווייטען אבער אן מחלוקת? איך פארשטיי אז מען קען נישט ווייטער לעבן אין גוטן, אבער קאם אן?? ענק האבן דאך בשותפות'דיגע קינדער?!! ענקער פלייש און בלוט טראגט א נפש'ל וואס צאלט די פרייז פאר ענקער מידות מגונות פון נישט קענען מאכן א האלבע קאלטע שלום אז מען זאל זיך פארשטיין אז מען פארשטייט אז מען קען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און מען מוז זיך נישט אויסשטעכן די אויגן איינער דעם צווייטען..?!

געפענט די אשכול אינטערן רושם פון קינות געוויין.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר