רבי אדם בעל שם בעווייזט וואונדער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

רבי אדם בעל שם בעווייזט וואונדער

שליחה דורך פעדער »

איך רעזערוויר די רעכטן, צו פארבאטן דאס אריבערקאפיען דעם ארטיקל ערגעץ אנדערש, אדער גיבן פאר א צווייטן, אויף סיי וועלכן אופן וואס שייך. עס איז בלויז פאר די מיטגלידער פון קאווע שטיבל! אויף קאווע שטיבל!.

[justify]בס"ד
[center]די באגעגעניש[/center]

אין לאנד פרייסן אין דעם קייסער'ס פאלאץ הערשט א געהויבענע שטימונג. דער קייסער האט איינגעלאדנט א גרויסער גאסט, און ער דארף שוין אנקומען, מען רוימט און מען קערט, מען לייגט אויס די קארידארן מיט פרישע קראנצן בלומען, מען דעקט די טישן און די קרעדענצן מיט אויסגעצירטע טישטוכער.
איעדע מינוט וועלכע גייט פארביי העכערט דעם נייגער און אינטערעסע צום גרויסן באגעגעניש.
עס איז נישט קיין איינפאכע זאך, עס קומען טאקע טעגליך דא אן אין פאלאץ מיניסטארן און געלערנטע, פרינצן און אפילו קעניגן פון נאנט און פון ווייט. אבער דאס מאל איז עס גאר אויסערגעווענליך.

דער קייסער אליין טוט כסדר נאכפרעגן אויף אלע אראנדשירונגען, צי די פירהענג אין אוידיענץ זאל זענען פריש אויסגעשטויבט, צי מען האט שוין צעריבן די טיי-בלעטער פון וועלכע מ'וועט סערווירן ביי די אויפנאמע.
יעדער זעעט אז דא גרייט מען זיך צו עפעס ספעציעל.
[center]***[/center]
"ווער איז דאס אט דער אזוי ערווארטעטע גאסט?!" פרעגן זיך די מיניסטארן איינער דעם צווייטן.
"איך ווייס נישט פונקטליך, אבער איך האב געהערט 'פון אונטערן פירהאנג' אז דא רעדט מען פון א חכם פון אידישן פאלק!.... ענטפערט א באדינער פונעם קייסער'ס לייב-גווארדיע.

"מען פארציילט 'שמועות' אויף דעם גאסט, אז ער קען באווייזן גרויסע וואונדער און אומגלויבליכע ווערק! רופט זיך אפ א צווייטער.
"איך האב זיי אבער פיינט, די אידן," זידט ארויס 'מיניסטער באַשעק' פון צווישן די ציין.
מען האט זיך איבערגעבליקט און א טרייסל געטון די פלייצע: 'נע'. האט גערעדט צו זיך א אנשטענדיגער באדינער, 'אויף ווי ווייט איך ווייס האט דער אידישער פאלק אלץ געזיגט און זיך געהאלטן אריבער אלע קעגנער, ווייל זיי האבן דאך א שטארקן גא-ט וועלכע נעמט זיך אן פאר זיי'.

'דער באשעק מעג קריצן ווילאנג ער וויל, איך בין אבער זיכער אז מיר וועלן זיך נאך אלע איבערצייגן אין די שטארקייט און גלארהייט פון דעם איד און זיין פאלק'.
'באשעק' איז געווען א גרויסע 'שונא ישרא'ל', און ער האט נישט געקענט דולדן, אז מען גרייט זיך מיט אזא פיבערהאפטיגע פארברייטונג פאר א.... איד! ער האט זיך אבער געמוזט איינהאלטן און באהאלטן זיין שנאה, ווייל דער קייסער האט ארויסגעוואוזן גרויס אינטערעסע צו דעם גאסט און זיך געוואלט באקענען מיט אזא גרויסער קלוגער מאן.
[center]***[/center]
נאכמיטאג, זייגער 4, האט זיך א פוהר'ל אפגעשטעלט פארנט פון פאלאץ און פון איהר האט אויסגעשטיגן א קליין איינגעדארט אידל, דאס איז געווען דער הייליגער צדיק און בעל מופת "רבי אדם בעל שם".
בליקנדיג אויף זיין אויסערליכע געשטאלט, - א קליין געשטעל, א איינגעדארטע צורה מיט אויגן וועלכע קוקן נאר אויף אראפ. האט מען בכלל נישט געקענט אויסטראכטן פון וואנעט עס נעמען זיך צו איהם די איבערנאטיליכע פעאיגקייטן מיט וועלכע ער האט גע'שמ'ט נאנט און ווייט.
"רבי אדם" איז גראד אריינגעפירט געווארן אין פאלאץ וואו דער קייסער איז איהם אנטקעגן געגאנגען און עמפפאנגען מיט גרויס גערירטקייט און האט איהם פארבעטן צו זיך אין אויפנאמ'ס זאל וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט דער גאנצער קייזערליכע קאבינעט.

"רבי אדם" האט געבעטן פונעם קעניג ערלויבעניש, פריער צו מאכן א ברכה "שחלק מכבודו לבשר ודם" - וועלכע מען מאכט ווען מען זעט א קייסער, דער קייסער האט איהם ערלויבט, און האט זיך אויפגעשטעלט מיט אן ערנסקייט און זיך צוגעהערט צו זיין ברכה.
ווען "רבי אדם" האט געענדיגט האבן אלע געענפערט "אמן". דאן האט דער קייסער אנגענומען "רבי אדם'ען ביים האנט און צוזאמען האבן זיי אריינגעשפאנט אינעם אוידיענץ זאל.

אלע אנוועזנדע האבן זיך געשווינד אויפגעשטעלט און פארנויגט פארן קייסער מיט ערפורכט, דער קייסער האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיין שטוהל, און האט צוגעוואוזן פאר "רבי אדם"ן זיך צו זעצן אויף א צוגעגרייטן שטוהל גאר נאנט צו איהם.
"רבי אדם" האט זיך באדאנקט און פארנומען זיין ארט. דער קייסער האט אויסגעפרעגט "רבי אדם" וועגן זיין היימ-שטאט און נאך פארשידענע שאלות אין אידישע אנלעגנהייטן. און "רבי אדם" האט אויף אלע פראגעס געענטפערט 'על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון', די איידעלע פאטריארכאלישע צורה פון "רבי אדם" האט יעדן באאיינדרוקט. א הימלישע שיין האט געפינקלט אין זיינע הייליגע אויגן. אלע מיניסטארן זענען געשטאנען מיט אנגעשפיצטע אויערן נישט צו פארפאסן א אות פון דעם שמועס.

פון דא איז דער קייסער אריבער געגאנגען צו א שמועס איבער וועלטליכע ענינים, אויף וועלכע "רבי אדם" האט אויך געענטפערט מיטן זעלבן קלארקייט. דער קייסער איז מורא'דיג באנומען געווארן פון "רבי אדם" און זיין איינפאכקייט מיט וועלכע ער באנעמט זיך, און ווייזט נישט ארויס קיין שום צייגונג פון א 'אלצווייסער'. אבער אין די זעלבע צייט ענטפערט ער די קאמפליצירסטע פראגעס אויף וועלכע די קייסער מיט זיינע קלוגע געלערנטע יועצים מאטערן זיך שוין צענדליגע יאהרן!
און צום לעצט האט דער קייסער אויסגערופן צו "רבי אדם": "זאג מיר, איך הער פארציילן אויף אייך אז איהר קענט באווייזן אומגעהויערע וואונדער, צי איז דאס ריכטיג? צי קענסטו טאקע פארענדערן די נאטור-ארדענונג?! אויב איז דאס וואר, מוזטו מיר ענטפערן, פון וואנעט נעמט זיך דאס צו אייך אזעלכע פעאיגקייטן?!".
"הויכגעשעצטער קייסער!" - האט "רבי אדם" געענטפערט מיט אן איידעלע שטימע:

"איך בין א איד, און אין גרויסן באשעפער טוה איך גלויבן. וואס ער זעעט אלעס דארט אין הימל פון אויבן.
ער האט אלעס געמאכט און די וועלט אליין באשאפן! צו איהם דאוון איך תמיד, אויסבעטן וואס כ'טו דארפן.
אלעמאל, ווען עס גייט מיר גוט, אדער חלילה נישט. פון דעם באשעפער - חלילה פארגעס איך נישט.
אז צו איהם, און נאר צו איהם דארף איך רעדן און בעטן. און פון יעדן ענגשאפט טוט ער מיר רעטן.
מיט זיין גוטס און זיין גרויסן מאכט. גיבט נאך יעדן וואס ער טראכט.
ווייל א גרויסע זאך אדער א קליינע זאך. איז ביים באשעפער אייניג גלייך.
און איך גלויב אז ער וועט מאכן אין די מינוט. אלעס וואס עס איז פאר מיר גוט.

און ער האט אויסגעפירט מיט א הויכע קלארע שטים: "און איך וויל טאקע אין דעם יעצטיגן געלעגנהייט, נעמען די עהרע איינצולאדענען דעם הויכגעשעצטן קייסער אויף א קייסערליכן וויזיט צו מיר אהיים, פון יעצט 2 וואכן אין א זונטאג וועט דאס זיין, 12:00 א זייגער אין אוונט!
און דארט וועל איך איהם ווייזן דעם גרויסן כח פון אלמעכטיגן באשעפער, און ווי ער טוט פאר מיר – א נישטיגער באשעפעניש - אפגעבן אלעס לויט מיין באגער".
דער קייסער האט געשטוינט אויף דעם ערליכקייט און תמימות פון "רבי אדם" וועלכער האט זיך נישט געהאלטן בגאווה אויף דעם וואס ער טוט און מאכט וואונדער, נאר ער האט אלעס אנגעהאנגען און באשעפער צו וועמען ער בעט. און ער פארזיכערט זיך אזוי אין איהם.
אלע ארומיגע זענען געווארן איבערגענומען פונעם ערנסטקייט פון דעם איד, פון זיינע דרייסטע און ערליכע רייד און פון זיין נאבעלע באנעמונג.
נאר איין 'באשעק', ער איז נישט געווען צופרידן בכלל. ער איז געשטאנען אין די זייט און געקריצט מיט די ציין, נישט גערוט און זיך געדרייט אויף אלע זייטן ער האט געזוכט צו טרעפן כאטש נאך איינעם וועלכע זאל מיטהאלטן מיט איהם...

'אזא קערל' האט ער געבורטשעט 'ער בעט, מ'ענטפערט איהם פון הימל... אלעס וואס ער וויל.. אזא העזה פון א איד צו פרובירן איינרעדן פאר אונזער קייסער די אלע פאפערייען...

'אַך' האט געטראכט צו זיך דער אומגלויביגער רשע 'ער קען נישט און ער מאכט נישט, עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס'. ער האט פארמאכט זיינע פויסטן מיט כעס און געשוימט 'הו וועל איך אויפדעקן זיין פנים!.. ער זאל נאר ארויסגיין פון דא, און איך וועל אויפווייזן פאר איעדן זיין אמת'ן געשטאלט' האט ער גערעדט צו זיך.

אבער די איבריגע אנוועזנדע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם באגעגעניש און אויך ביים קייסער אליין האט ער גאר שטארק אויסגענומען.
און דער קייסער האט תיכף ומיד געענטפערט פאר "רבי אדם" מיט פאטאס "יא! איך נעם אן דעם איינלאדענונג, און איך וועל קומען מיט די פרינצעסין און די קינדער מיט מיין גאנצע סוויטע, און דערצו מיט א מיליטערישע באגלייטונג פון א 200 מאן.
און וואס עס בלייבט פאר דיר איז; אלעס צוציגרייטן כיד המלך!!
"רבי אדם": האט זיך פארנויגט פארן קייסער און געזאגט "מיטן גרעסטן כבוד אדוני המלך".
[center]***[/center]
דער קייסער האט געגעבן א הויב אויף די האנט – א צייכן אז דער אוידיענץ האט זיך געענדיגט. "רבי אדם" איז ארויסבאגלייט געווארן פון זאל און צוגעפירט געווארן צו זיין דראשקעלע, וועלכע איז שוין יעצט געווען אריינגעשטעלט אין דעם פארפאהר-פליגל, וואו עס געפונען זיך די שטאלן און אלע צוגעהער פון דעם קייסער'ס נסיעות.
"רבי אדם" האט זיך איידל אריינגעזעצט און געזאגט צום 'בעל עגלה' "איהר קענט פארן.
דער בעל עגלה האט אנגעמערקט פאר "רבי אדם", איהר זעט גארנישט וואו דער וואגן איז אויסגעפוצט געווארן און דער פערדל איז אנגעזעטיגט געווארן מיט א 'מנה יפה' פון קייסערס פאלאץ?

"און אלעס איז פון אויבירשטנס ברייטע האנט. האט איהם "רבי אדם" ארויסגעפירט, נאר אמאל איז עס – וועגן אונזערע זינד – אויף א איינגעהאלטענעם אופן, און אז מען איז זוכה קומט די השפעה ברייטערהייט אזוי ווי עס איז געשיקט געווארן. אלעס ווענדעט זיך ווי ראוי מיר זענען, עס צו קענען באקומען.
"עס איז געגליכן צו איינעם וואס גיסט וויין פון איין כלי אריין אין א אנדערע, אויב די אונטערשטע כלי איז קליין גייט אריין ווייניג, און אויב איז עס גענוג גרויס גייט אלעס אריין, אפילו די אויבערשטע כלי רינט אלץ די זעלביגע.
"ווי אין בענטשן שטייט, יא רבי? "מידך הרחבה והמלאה. העלפט דער בעל עגלה אונטער..
"רבי אדם" האט אויפגעמאכט זיין פעקל און ארויסגענומען פון דארט א ספר, ער האט זיך אויסגעטאן פון דער וועלט און אריין אין די ליכטיגע תורה וועלט. דער בעל עגלה האט געגיבן א שמיץ פאר די פערדעלע און 'היידא'! דאס פערדל האט זיך געלאזט אין גאלאפ.
[center]***[/center]

[center]שנאת ישרא-ל[/center]

עס זענען נאר פארלאפן עטליכע טעג און באשעק האט אנגעהויבן רודערן ביי זיינעע קאלעגעס:
"מיר האבן נאך גארנישט געהערט וועגן דעם קייסערס פלענער אויף די נסיעה, אפשר גייט ווער און פרעגט דעם קייסער א פונקטליכע כראנאלאג. עס איז דאך א נסיעה, עס גייט נישט צופיס, און לאמיר האפן אז דער אידל טוט זיך אויך זיינס... האט ער אריינגעווארפן.
"וואס רעדסטו? האט מען איהם צוריקגעפרעגט, "דו טראכסט אז דער איד ווייסט אז עס קומט צו איהם אזא מחנה און ער גרייט זיך גארנישט פאר?! עס דרייט זיך זיכער דארטן איבער די גאנצע שטאט. א קלייניגקייט? דער קייסער קומט!
"דו געדענקסט וואס עס איז פארגעקומען אין קעלן ווען דער קייסער איז אהין געקומען.. ארום דעם גאנצן קאמפלעקס האט מען פארפלאנצט מיט בלומען ווייל זיי האבן געוואוסט אז דער קייסער גלייכט דאס זייער.
"יא, - לייגט איינער צו, "און אויך אין צענטער פון בירמינגהאם האט מען אפגעליידיגט א ריזיגן שטח און אויסגעשפרייט טערקישע רויטע טעפיכער ווען דער קייסער איז דארט דורכגעפארן.
"ריכטיג.. אבער דער איד האט אויסגעקוקט צו לייכטזיניג צו דעם גאנצן עסק... ער האט מן הסתם נאכנישט באנומען וואס דאס מיינט אז דער קייסער וועט אפשטאטן ביי איהם א וויזיט. האט זיך באשעק נישט געלאזט.
"שוין וואס האבנמיר צו פיליזאפירן, מען וועט אנקומען וועט מען שוין זען. האט דער אויסערן מיניסטער 'היינס צוויקעל' געמאכט שלום..
אבער דא איז באשעק אויפגעשפרונגען מיט אייפער און געשריגען: "שעם דיך! אזוי היט מען אויפן קייסערס כבוד?! ווי קען מען אזאנס זאגן 'ווען מען וועט אנקומען', און טאמער וועט גארנישט זיין, וועט דאס דאך זיין דער גרעסטער בזיון פאר די מלוכה, דער קייסער וועט אונז אלע הייסן דעם קאפ אראפנעמען!
"איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פארזיכערן אז דער קייסערס כבוד און די כבוד פון די מלוכה ווערט נישט גערירט מיט א האר!. האט באשעק פארשפראכן.
נאך יענעם טאג האבן 2 לויפערס ארויסגעשטורעמט פון פאלאץ אויפן וועג וואס פירט צום שטאט פון "רבי אדם".
[center]***[/center]
זונטאג אינדערפרי, א קארגע וואך איידער די געפלאנטע נסיעה, - וועלכע דאס פארן אליין דארף געדויערן באלד 2 טאג. איז באשעק אריין צום קייסער און געזאגט: "אדוני המלך! דער איד וועלכער איז דא געווען ביי דיר האט ווידערשפעניגט אין דיר און ער האט אריינגעשטעלט אונזער גאנצער קעניגרייך אין א סכנה פון שאנדע!
"וואס? האט דער קייסער געפרעגט אויפגעציטערט, "וואס גייט פאר? וואס האט דער איד געטון?
"זיין מייעסטעט, איהר ווייסט גאר גוט ווי שטארק איך טו שטרעבן פאר די גלארקייט פון דיין מלוכה, און ווי איך פיבער טאג און נאכט אז אלעס זאל גיין גוט. האט באשעק געגאסן מיט חנופה רייד.
"און איך האב מיר איבערגעטראכט אז דער איד וועלכער איז דא געווען האט בכלל נישט אויסגעקוקט צו זין א קאנדידאט אריינצונעמען דעם הויכגעשעצן קייסער אין זיין ארט. ער איז עפעס גאר א פשוטער טיפ, און ער פארשטייט נישט די צוגאנג פון א קעניגליכע זאך. איך האב אבער פארט געקלערט אז ער וועט זיך זיכער אריינלייגן אין דער זאך, און אדורכרעדן מיט מומחים וועגן א פאסיגן ארט פאר די וויזיט, און ער וועט זיך זיכער גלייך נעמען גרייטן און מאכן.
"ער האט אבער - בשעת מעשה ווען ער האט געלאדנט דעם קייסער, נישט ארויסגעוויזן אזא ערנסטקייט אז איך זאל זיך פילן רואיג זיך צו פארלאזן אויף דעם, דערפאר, האב איך גענומען שריט און איך האב אויף די אייגענע האנט ארויסגעשיקט פאריגע וואך שלוחים אז זיי זאלן זיך אינטערסירן אין זיין שטאט וויאזוי די הכנות גייען צו.

"ממש איך האב מיך נישט געגלייבט מיינע אויערן, וואס זיי האבן מיר פארציילט! דער איד זיצט זיך אין בית המדרש און לערנט, און קימערט זיך גארנישט אויף די טעג וועלכע גייען אריבער, און ביי זיין הויז, איז אפגערעדט, עס קוקט אויס ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, א קליין פארלאזטע הויז מיט א גיט, פארוואקסן מיט ביימער און גראזן, עס קוקט נישט אויס ווי ער פלאנט אויפצונעמען אפילו א איינפאכע גאסט. ווער רעדט נאך פון א קייסערליכע סוויטע, עס איז אפילו נישט דא קיין פלאץ אין דעם הויז פאר אזוי פיל מענטשן!!!
דער קייסער איז געזעצן ווי אפגעגאסן מיט א טאפ הייס וואסער, "איך גלייב נישט וואס זיי רעדן, עס קען נישט זיין... האט ער געמורמלט צו זיך, ער האט א שאקל געטאן דעם גלעקל אויפן טיש און א באדינער האט זיך באוואוזן;
רוף מיר אריין דעם דעטעקטיוו הויפט!
צום באפעל! – האט זיך דער באדינער פארנויגט און געלאפן אויספירן איהר.
"הער מיך צו! - זאגט דער קייסער צום דערשראקענעם הויפט.

- "גיי שיק א איינהייט פון 5 מיליטערישע לייט זאלן דערגיין פונקטליך וואס עס טוט זיך אפ אין יענעם שטעטל, זיי זאלן אויסקוקן יעדעס וואונקל. דעם הויז, ווי גרויס, דעם הויף ווי ברייט, וויפיל זענען די וועגן וועלכע פירן אהין אריין. קוקט נאך זיין פלאץ וואו ער פארהאלט זיך דורכן טאג און וואס ער טוט אלץ. אויספארשטן צו עס זענען פארהאן אנדערע זאלן אדער גרויסע געביידעס ארום זיין הויז. א.א.וו. אלע איינצלהייטן מוזן שטימען! מען זאל אויספרעגן יעדן באזונדער! און אך און וויי וועט זיין פאר וועם עס וועט פרובירן צו שפילן מיט מיין כבוד!!!
"אזוי וועל איך טון"! האט ער געענטפערט מיט אנגסט.
"נו נו! האט זיך יעצט דער קייסער געוואנדן צו באשעק און געזאגט, "איך וועל שוין מוזן זען וואס דאס מיינט.
"קייסער לעב! האט באשעק געזאגט מיט שפייאכטס, "איך שווער אז איך האב געטון דאס אלץ מיט אמת'דיגן זארג פאר די וואוילזיין פון די מלוכה אז די פארשעמטע אידן זאלן נישט אריינשטעקן א שפיז אין איהר גלאנץ. אזוי זענען אלע אידן און אזוי זענען זייערע הויפטן, א פאלק דורכגעגעסן מיט פאלשקייט און באטריג. האט באשעק 'געשמירט דאס הייסע אייזן'.
"שוין" האט דער קעניג אפגעהאקט זיינע ווערטער, "ביז 3 טאג וועלן זיי שוין זיכער זיין דא און איך וועל שוין אלעס געוואויר ווערן גרונטליך.
"זאל דער קייסער לעבן אין פרידן" האבן ביידע זיך אפגעזעגנט.
[center]***[/center]
מענטשן האבן זיך געהויבן די אויגן ברעמען, 'ווער איז דאס'? - איינער מיט א פארוויקלטן געזיכט האט אריינגעבליקט דורך די לאדענס אין שול און געלאפן ווייטער, און גלייך נאך איהם נאך איינער, און נאך איינער... 'אוי ווער ווייסט וואס מען גרייט זיך דא'?!!
"איך האב שוין פאריגע וואך באמערקט פרעמדע פנים'ער אין שטאט, מען צילט דא איינעם, ווער ווייסט?.. – רעדט זיך אפ ר' אורי, דער תהלים-זאגער.
"און איך האב מיר שיעור נישט צוזאמעקלאפט דא מיט א שנעל-לויפער ווען ער האט אדורכגעריטן ביי א שייד וועג. ער האט אויסגעקוקט באוואפנט! איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געזען! האט צוגעלייגט חייקל שמידער וועלכער טראגט זיך אלעמאל ארום מיט אפאר הענגעדיגע שטיקלעך אייזן אז עס קלונגט ביי יעדן שפאן...

"איך וואלט ווען געזאגט אז מען דארף צוגיין צו "רבי אדם" און מזכיר זיין, מען קען נישט וויסן וואספארא גזירה עס ווארט אפ.
"ניין" ווארפט איהם דער שמש אפ, אז דו האסט שוין יא אויפגעברענגט "רבי אדם"ס הייליגן נאמען אויף די לעפצן, לאמיר דיר פרעגן, ווייסט ער דען נישט בעסער ווי אונז וואס עס קומט אלץ פאר, אז מיר זאלן איהם דארפן צוגיין שטערן פון זיין הייליגן עבודה?, און געב נאר א קוק ווי רואיג און געמיטליך ער זיצט זיך און לערנט, דארפסטו נאך עפעס זארגן??
"הנה לא ינום ולא ישן שומר ישרא-ל' זאגט ער אונז אלץ און ער דרייט זיך צוריק צו די ספרים. פירט חייקל אויס און ער הויבט די הענט ווי אין ריקצוג.
אלע זענען זיך צוגאנגען צושפרייט יעדער זיין וועג, די קלונגען פון די אייזענעס אויף ר' חיייקלען האבן זיך אויסגעמישט מיט די קלונגערייען פון די באוואפנטע רייטער און ביידע זענען פארלוירן געגאנגען און די ווייטענס, נאר "רבי אדם"ס זיסע שטימע האט זיך געהערט פון ביהמ"ד מיט די זעלבע שטארקייט ווי אלעמאל.
ער האט נישט פארלוירן זיין האפענונג אין בורא און זיך נאר געשטארקט אז עס וועט נאך זיין א גרויסע קידוש השם.
[center]***[/center]
און אזוי אינמיטן דעם פלייסיגן לערנען האט ער זיך געגעבן א הויב אויף פון ארט און אויפגעמישט א תהלים, די הייליגער ספר אין וועלכער דוד מלך ישרא-ל האט זיך אויסגעבעטן ביים באשעפער פאר זיין צייט און פאר אלע צייטן אין גלות.
און "רבי אדם" האט גענומען זאגן זיסע לויב און געבעט צום אויבערשטן;

"פון וועגן דיינע ידידים – די אידן , זאלן גערעטעט ווערן, העלף זיי און ענטפער וואס איך בעט פאר זיי.
"דו באשעפער האסט דאך גערעדט מיט דיין הייליגקייט, אז איך וועל מיר נאך פרייען
– איך וועל נאך טיילן שטיקער לאנד פון דעם שונא, פאר די אידן, און אויסמעסטן זייער פלאץ 'סוכות' - פאר אונז.
"גלעד' און 'מנשה' וועט זיין אונטער מיר. די פלאץ 'אפרים' וועט זיין מיין שוץ און אין לאנד 'י-הודה' מיינע שרים.
"און אויך האסטו געזאגט –באשעפער – אז 'מואב' וועט זיין ווי דאס באָד-שיסל פאר מיר, אויף 'אדום' וועל איך ווארפן מיינע שוך - מיר צו באדינען, און אויף 'פלשת' וועל איך ליארמען.
"פרעג איך: ווער וועט מיר פירן צו אייננעמען די געמויערטע שטאט,
- איז דער ענטפער: דער וועלכער האט מיר געפירט ביז אדום, וואו איך האב שוין געהאט א נצחון (גע'הרג'עט 18,000מענטשן אין גיא מלח).
"דאס איז דאך דער באשעפער! וואס ווען ער האט מיך פארלאזט און איז נישט ארויס מיט אונז אין מלחמה, זענען מיר געווען פארלוירן. אבער יעצט;
"גיב אונז א הילף צו רעטען פונעם פיינט – ווייל מיר ווילן נישט א הילף פון א מענטש וואס עס איז אומזינסט זיין הילף.
"און מיטן באשעפער וועלן מיר זיכער האבן א גרויסן מיליטער און כח און ער וועט צוטרעטן אונזערע פיינט.
(תהלים קאפיטל קח)

"רבי אדם" האט פארמאכט דעם תהלים מיט א הייסן קוש און זיך צוריקגעזעצט צו די גמרא. ער האט געפילט פארזיכערט און רואיג, ווי א שאף ביים פאסטוך און ווי א קינד אין מאמענס שויס.
דער באשעפער פירט אלעס צום גוטן און ער וועט זיכער העלפן אז דער קייסער זאל געפינען אלץ אין בעסטן ארדענונג אזוי ווי ער וואונטשט צו טרעפן, און ער זאל אויף אונז נישט חלילה זיין בייז.
און אומגעקערט, דער באשעפער זאל אונז געבן א חן אין זיינע אויגן און מיר זאלן נאר געניסן ווייטער פון פרייהיייט און קענען אומגעשטערט דינען השי"ת אויף דער וועלט.
[center]***[/center]
[center]דער דיעל[/center]


מיטוואך איידער די געפלאנטע נסיעה.
אין פאלאץ זעט זיך שוין פיבערהעפטיגע פארברייטונגען, דער קייסער האט ביזדערווייל געלאזט לויפן די אראנדשירונגען ווי געפלאנט און ער האט זיך נישט געמאכט קיין עסק פון דעם פראבלעם וואס באשעק האט פארגעלייגט, ער האט זיך פארלאזט אז עפעס א מיס פארשטענדעניש גייט זיכער פאר.
מען פאקט איין אלע נויטיגע צוגעהערן פון די קייסערליכע פאמיליע, דער קייסער האט אנגעזאגט אז מען דארף פארברענגען דארט כאטשיג א האלבן טאג דעריבער זאל מען זיך גרייטן מיט נאך א פאר קליידער, - א חוץ פון די פאר די אויפנאמס-מאלצייט, וועלכע מען וועט דארפן צום אונטערהאלטונג, וואס וועט זיכער זיין צוגעשטעלט, ווי עס פאסט זיך פאר בני מלכים.

אלע באדינער האבן זיך אויסגעפוצט זייערע מונדירן און געלאקט די שטיוול, אז מען קומט אין דער פרעמד מוז מען זיין אהערגעשטעלט מער ווי אינדערהיים. די סאלדאטן האבן אויסגערייניגט די ביקסן זייערע און פריש אנגעלאדן מיט שיס-פולווער. די פערד זענען געווארן אנגעטרונקען און אויסגעקעמט. מארגן פארט מען, און אלעס דארף זיין פיקס-גרייט.
אין די זעלבע צייט קומט עפעס פאר אין די קאבינעט;
די געפעכטן גרייכן צו די העכסטע טענער, באשעק מיט די מיניסטארן האבן זיך ארומגעריסן וויאזוי צו גיין איבערגעבן פארן קייסער דעם 'גרוס' וואס די רייטער האבן געברענגט פון יענעם שטאט.

דאס איז קלאר אז די רייטער האבן געפינען אלעס די זעלבע ווי באשעק'ס שלוחיםָ אבער באשעק האט געוואלט אז מען זאל אריינגיין זאגן פארן קייסער א באשלוס פונעם קאבינעט אז ער טאר נישט פארן וועגן "כבוד המלוכה", און מען דארף גאר גיין ברענגען "רבי אדם" געשמידט אין קייטן און מאכן א שטרענגען פראצעס אויף איהם פארן וועלן פארשוועכן דעם נאמען פון קייזערטום אויף אזא געפערליכן אופן.
אבער די אנשטענדיגע מיניסטארן האבן זיך קעגן געשטעלט פון צו נעמען אזא שטעלונג, און זייי האבן געזאגט: מיר נעמען טאקע נישט אויף אונזער אחריות צו זאגן אז דער קעניג זאל גיין אפילו אין אזא מצב, אבער פון די אנדערע זייט האט דאך "רבי אדם" עפעס געזאגט אז ער וועט באווייזן וואונדער וואס זיין גא-ט קען נאר, און אפשר האט דאס גאנצער מיסטעריע וואס מיר זעען, אויך איינקלאנג מיט דעם.
"עס איז נישט קיין מיסטעריע! עס איז נישט קיין מיסטעריע! האט באשעק געוואויוועט, "דאס זענען די אידן פון אייביג אָן, איבעראל האבן זיי געמאכן קעניגרייכן צו שאנד און צו שפאט. איך וועל דאס נישט צולאזן עס זאל פארקומען אזאנס און אונזער מלוכה, דער קייסער וועט נישט פארן.
"מיר וועלן נישט זאגן דעם קעניג צו פארן, און מיר ווען נישט זאגן נישט צו פארן. האבן די מיניסטארן ווידערהאָלט, "מיר וועלן זאגן פארן קייסער די פאקטן און זאל ער טון וואס ער וויל אויף זיין בעראַט.
[center]***[/center]דער קעניג האט באשלאסן יא צו פארן, און אויב איז דאס אמת וואס "רבי אדם" האט געזאגט וועט ער זיך עס שטערקער איבערצייגן ווען ער וועט דאס אליין זען, און אויב איז אמת וואס באשעק זאגט וועט – חלילה – דער פאראנטווארטליכער ליידן...
באשעק האט אפילו נישט אנגעיאגט צו נעמען זיין געהעריגן אנצוג, ער האט זיך מיטגעשלעפט מיט די סוויטע ווי א אבל בין החתנים, זיין קאפ און זיינע געדערים האבן זיך געדרייעט ווי אין קדחת. ער האט זיך נישט געראכטן אויף אזא אפמאך, מען פארט אָן מיין הסכמה.. און צו וועמען פארט מען, צו מיינע פארהאסטע שונאים 'די אידן'! און וואס גייט מען טון דארטן? מען גייט צייגן די שטארקייט פון.... יוי איך פיל איך טראג עס נישט אריבער, אבער לאמיר האפן, - האט ער זיך געטרייסט, אז "רבי אדם" גייט האבן א וויסטע מפלה.
'ער האט דאך טאקע נישט וואס צו צייגן', דמיונ'ט זיך באשעק, 'ער וועט ארויסקומען קעגן דעם קייסער מיט 3 הינדלעך און א בלעכענעם טעפל?.. ער זוכט זיך צרות.... הו וועלן מיר נאך לאכן פון איהם'.

אינמיטן וועג האט באשעק אנגעהעצט 2 שיק יונגלעך זאלן נאך גיין לויפן פאראויס און שנעל צוריקומען - ווען דער קעניג האלט נאך אינמיטן וועג, און איבערגעבן א רעפעראט פון וואס עס טוט זיך אפ אין שטאט, און מיט דעם וועט ער צוגעבן 'אויל צום פייער', ווען דער קייסער וועט הערן אז גארנישט רירט זיך נישט ביי "רבי אדם". און אזוי וועט די נקמה אין איהם קענען זיין גרעסער.
וכן הוה. דער קייסער האט נאך געהאלטן אפאר וויארסט פון שטעטל און די שלוחים קומען אנטקעגן זאגן אז דער הויז קוקט אויס די זעלבע ווי פריער – א חוץ אפאר קנאבל וועלכע האבן ארויסגעשפראצט אינצווישן..

דער קעניג האט זיך נישט געוואוסט וואו אהינצוטוען און האט פון גרויס פארלעגנהייט צוגערופן באשעק'ן זיך אביסל אויפצוהייטערן, און איהם געזאגט: "לאמיר מאכן א דיעל".
"איך בין גרייט! האט באשעק געזאגט.
"איך וויל אז דו זאלסט וועטן אויף "רבי אדם"ס מעגליכקייטן.
"דהיינו?"
"דאס מיינט אזוי, האט דער קייסער פארגעזעצט "אויב וועט זיך ארויסשטעלן די בילד ווי דו לייגסט פאָר אז "רבי אדם" וועט גארנישט צושטעלן און איך וועל ליידן א בזיון, וועל איך דיר אויפנעמען פאר 'משנה למלך' וועגן דיין איבער געגעבנהייט פאר מיר. און די אידן וועל איך פארטרייבן פון דעם גאנצן לאנד. אבער טאמער ווייזט ער יא א מופת, דאן וועל איך דיר הענגען אין צענטער פון הויפטשטאט!
באשעק האט זיך טיף פארנויגט און געזאגט: "זאלן דעם קעניג'ס שונאים הענגען אינמיטן שטאט!
[center]***[/center]

[center]א איבערראשונג[/center]

זונטאג 12:00 גענוי.
דער קייסער האט אריינגעריטן מיט זיין מחנה אין שטאט אריין און זיך גלייך געווענדעט צו דעם אנגעגעבענעם פלאץ וואו "רבי אדם" וואוינט.
ווי נאר דער קייסער מיט די ערשטע פאר רייטער האבן אריינגעשטעקט זייער קאפ אין געסל האט זיך א אומגלויבליכע בילד באוואוזן פאר זייערע אויגן...
- אויפן פלאץ פון די הייזקע איז געשטאנען א ריזיגע פאלאץ גרויס ווי א שטאט!
דער קייסער האט זיך געריסן די אויגן. ער האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע מענטשן מיט פרעגנדיגע בליקן און זיי האבן צוריקגעענטפערט מיט די זעלבע בליקן...
'דער אידישער באשעפער' האט דער קייסער געשעפשעט.
שטייענדיג אזוי פארגלאצטערהייט, איז זיי אקעגנעקומען "רבי אדם" מיט זיין רביצין און פארבעטן דעם קייסער און קייסערין אין פאלאץ...
אלע האבן אנגעהויבן אריינמארשירן מיט פראכט, און אויך באשעק האט זיך נאכגעשלעפט מיט שטרויכל'דיגע טריט. ער האט שוין געזען די מפלה פאר די אויגן. ער האט אבער נישט געוואוסט וואס עס ווארט איהם נאך אפ.

די שטילשווייגנדיגע מחנה האט זיך געלאזט אין גאנג, איבער ברייטע גערטנער מיט טראפישע פלאנצונגען וועלכע זענען אויסגעשפרייט געווען ארום ריזיגע מויערן מיט גילדערנע טורעמס וואס האבן זיך געצויגן ביז צום הימל, אלעס איז געווען ברייט אפן און האט אריינגעשלונגען אין זיך די געסט ווי א קליין גרופע מוראשקעס אין א הייל פון וויזל-טיהרן.
"רבי אדם" האט גענומען דעם קייסער מיט זיין סוויטע צום הויפט געביידע אינדערמיט און די איבריגע האבן זיך שוין צושפרייט איבער די וועגלעך וועלכע האבן געפירט צו קאזארמעס און שטאלן.
אין די פאלאץ האט מען הערשט געזען וואס עס איז צוגעגרייט.

א ריזיגע פארצימער מיט אלע מיני טשאטשקעס וואס די וועלט פארמאגט, הענט געשניצטע זאכן און געמעלערייען פון אומשצבארן ווערט, ביימעלעך פון גאלד און מעטאלענע פייגעלעך וועלכע זינגען און ברענגען א געשמאק אין די אטמאספער

..... ווען אלע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו די סעודה האט "רבי אדם" אויסגערופן:
"קיינער זאל נישט נעמען גארנישט פון טיש, נאר זאל טראכטן אין געדאנק וואס ער וואונטש צו עסן און זאל אריינשטעקן די האנט אין זיין טאש און ער וועט דאס געפינען!

די געסט האבן זיך אויסגעזעצט ביי די רייך געדעקטע טישן און זייערע אויגן זענען שיעור נישט ארויס פון די לעכער צו זען אזא סעודה, עס האט נישט געפעלט דארט פון די שענסטע און די בעסטע, אלע מיני מעדנים אין די וועלט, 10 מיני טרויבן, פופצן מיני טייטלען, קיכעלעך פון אלע פארמען און געריכטן וועלכע האבן געשמעקט ווי גן-עדן, פליישיג'ס מילכיג'ס, כינעזע לאקשן און שווייצע קעז, אזיאטישע און אוזבעקישע יוראפעאישע און אמעריקאנע, עס האט נישט געפעלט קיין 'פויגל-מילך'.

דער עולם האט זיך שנעל אריענטירט; מען טאר נישט נעמען פון טיש, 'נו לאמיר אריינשטעקן די הענט אין טאש', "רבי אדם" זאגט דאך עפעס ווערטער, אז ער האט געקענט ביז אהער קען ער זיכער ווייטער, 'ווער ווייסט דען נישט וואספארא באשעפער די אידן האבן, די קריעת ים סוף, הָמָן, און די ליסטע איז לאנג...'
אויסרופס-געשרייען האבן זיך געהערט, מענטשן האבן ארויסגענומען פון טאש אזאנע מאכלים וועלכע זענען געווען אזוי גוט ווי די בעסטע וואס טוט זיין אויפן טיש. מען האט נאר געגיבן א טראכט און עס איז אריינגעקומען אין האנט!

מען האט זיך נישט געגלויבט די אויגן, מען האט אנגעהויבן פארזוכן און עס האט געפילט אלע טעמים, טייל האבן אינמיטן עסן געביטן זייער אפעטיטגייציגקייט צו אן אנדער סארט, און זיי האבן ווידעראמאל אריינגעטון זייער הענט אין קעשענע און ארויסגענומען גאר עפעס אנדערש, איעדעס מאל ווי זייער וואונטש.
און אינמיטן די גאנצע זאך שטייט אונזער באשעק, די אויערן פייפן אים ווי מיט טויזענטער שופרות, ער דארף זיין א נער צו כאפן אז דאס איז די לעצטע סעודה אין זיין לעבן... און ער טראכט צו ער זאל עפעס אויסוועלן ארויסצונעמען פון טאש, און פלוצלונג רופט זיך דער קייסער אן צו איהם הויעך פארנט פון אלע מיניסטארן: "נו באשעק דיר גלוסט נישט עפעס? - א שרעק איז איהם באפאלן, און ער האט שנעל אריינגעטון זיינע הענט אין טאש.
פונקט האט ער זיך דערמאנט אין זיין גע'דמיונ'טע סקיצע וואס ער האט זיך פארגעשטעלט אויפן וועג אהער ווי "רבי אדם" קומט אקעגן דעם קייסער מיט 3 הינדלעך און ...
און אינמיטן שלעפט ער אזוי ארויס זיינע הענט פון טאש און 3 ריזיגע פעך-שווארצע ראב פויגל! האלטן זיך מיט זייער שנאבל אויף זיינע פינגער און זיי קרייען מיט מאוימ'דיגע קולות 'קרא' – 'קרא' – 'קרא!!

ער האט זיך גענומען שפרונגען און טאנצן ווי א באנומענער און האט זיך נישט געקענט שיידן פון זיינע שווארצע 'ש-דים' בשום אופן, ער איז אזוי ארומגעלאפן איבערן זאל מיט די קרא'ענדיגע פייגל, די פינגער האבן איהם געריסן פאר יסורים און נאכמער די שרעקליכע בזיונות פון די גאנצע זאל מיט מענטשן, באשעק האט געשריגן און געיאמערט: "ראטעוועט! איך האלט עס נישט אויס!!
אלע אנוועזנדע האבן צוגעשאקלט מיטן קאפ, 'יא יא עס קומט זיך איהם, ער איז נאר אהער מיטגעקומען ווייל ער איז געווען זיכער אז דאס גייט נישט פאסירן.. אבער זעט אויס אז דער וואס האט אונז איינגעלאדנט - "רבי אדם" ער איז אויך געווען זיכער.. ער איז געווען זיכער אז זיין באשעפער וועט איהם נישט לאזן פאלן'.

אין גרויס פארלעגנהייט האט באשעק אריינגעשטעקט זיין אנדערע האנט אין טאש און געהאפט ארויסצונעמען עפעס א בעסערע זאך;
... א שוידערליכע גערוך איז ארויס פון טאש מיט זיין 2'טע האנט, דער קעניג האט געגיבן א וואונק פאר די מיליטער לייט און מען האט איהם זאפארט ארויסגעיאגט פון זאל ווי א טייוול, מען איהם צוגעשלעפט צום פערדן שטאל און דארט צוגעבינדן ביז מען וועט אהיימפארן.
[center]***[/center]
ווי נאר דער קייסער האט פארלאזט די שטאט מיט זיין גאנצער געמיינדע, ווען דער לעצטער רייטער האט אפגעריטן און מען האט מער קיינעם פון זיי נישט געזען, האט מען געגיבן א דריי אויס דעם פנים צום פאלאץ און א קאלטן קיצל האט יעדן דורכגענומען..
מען האט דא אויך גארנישט געזען....
ווי א בייז געדעכעניש זאל דא האבן פארגעקומען.
"רבי אדם"'ס הייזל איז געשטאנען אויפן זעלבן פלאץ ווי פריער, און דעם גערטנדל צוגלייך, קיין שום זכר פון די טורעמס מיט די אזערעס די פייגל מיט די דיאמאנטן, נישט קיין שטאַלן און נישט קיין זאַלן. א פוסטער חלום!

די אידן און להבדיל די גויים צוגלייך האבן זיך אונטערגעשמייכלט, זיי זענען שוין הפנים געווען געוואוינט צו "רבי אדם"ס מעשיות, עס איז נישט געווען דער ערשטער וואונדער און אויך נישט די 2'טע וועלכעס ער האט דא אפגעטון לעיני השמש, אבער עס איז פארט געווען עפעס צו געדענקען....
די אידעלעך האבן זיך צוזאם גענומען אין שול און אפגעגעבן א 'שבח והודי' פארן באשעפער וואס האט איבערגעלאזט אין יעדן דור אזעלכע צדיקים'לעך, און אונטער זייער שוץ קען מען זיך דערהאלטן אין די שווערע צייטן.
"רבי אדם" איז זיך ווייטער געזעצן אין זיין וואונקל און געלערנט ווי נישט איהם מיינט מען.
און ער האט טאקע באמת נישט געהאלטן אז עס קומט איהם א קרעדיט, 'בעט דו אויך, וועט דיר דער באשעפער ענטפערן פונקט אזוי!' פלעג ער אסאך מאל זאגן צו די מענטשן וואס זענען איהם געקומען בעטן א ישועה, 'האסט שוין פרובירט אליין צו בעטן?'.
אבער עס איז ביי איהם געווען א ענין פון 'צדיק גוזר – דער צדיק באפעלט, 'והקב"ה מקיים – און דער אייבישטער פירט דאס אויס!
און אזוי האט ער געמאכט אותות ומופתים חוץ לדרך הטבע!.
[center]***[/center]

[center]דער פליענדיגער פאלאץ[/center]
עטליכע וואכן זענען אריבער געלאפן, באשעק'ס נבילה הענגט אין צענטער פון שטאט. עס איז שוין צעביסן און האלב פארשימלט. נאך אביסל און די מעשה ווערט פארגעסן..

דער קייסער זיצט זיך אין זיין קאנצעליי, און א באדינער קומט אריין און ברענגט די צייטונגען.
דער קייסער איז געווען א געלערנטער מענטש און האט געוועלטיגט אין אפאר שפראכן, דעריבער האט ער געגליכן צו לייענען אסאך, ער האט געמוזט וויסן אלעס וואס קומט פאר איבעראל ער האט דורכגעבלעטערט איעדן בוך וואס איז אנגעקומען צו איהם, און אויסגעפרעגט איעדער חכם וואס ער האט באגעגנט, און ער האט זיך אפילו געשאפט אז מען זאל איהם ברענגען אלערליי 'בלעטער' און ידיעות פון דערווייטנס כדי צו קענען זיך דערוויסן אלעס וואס קומט פאר.
איינמאל אין 3 טעג פלעגט דער באדינער אויך אריינברענגען די צייטונגען פון פארשידענע ווייטע לענדער, וועלכע מען האט געשאפן ספעציעל פארן קיסער פון שיפסלייט וואס פלעגן קומען רעגלמעסיג.
אין דעם פאק וואס ער האט יעצט אראפגעלייגט איז טאקע געליגן קורענטן פון דאהי און ווי אויך פון אנדערע לענדער; צווישן זיי – רוסלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד.

דער קייסער האט זיך אנגעטון זיינע ברילן און האט אפירגענומען איינע פון די צייטונגען און אנגעהויבן לייענען.
די אויגן זענען איהם געפאלן אויף א קעפל וועלכע האט געמאלדן א טשיקאווע נייעסל, אבער לייענענדיג אפאר ציילן האט דאס איהם געמאכט קלאפן זיין הארץ ווי מיט האמערס.

און אזוי האט די נייעס געלויטעט:
באמבעי, אינדיע.
א רייכער פילאנטראפישער שעיך האט געבויעט א פאלאץ צענדליגער יאהרן נאכאנאנד, ער האט אין איהר אריינגעלייגט זיין גאנצן פארמעגן. עס איז געשאצט אין א ווערד פון 5 מיליאן גאלד-שטיקער!!
אין דעם טאג וואס ער האט געדארפט עפענען דעם פאלאץ פאר זיינע פילע באקאנטע וועלכע האבן געווארט אויף דעם טאג בכליון עינים איז א וואונדערליכע זאך געשען...!
דער פאלאץ איז אוועקגעפלויגן פארנט פון די אויגן פון הונדערטער מענטשן!
עס איז נאך אזא זאך נישט געשען אין די היסטאריע, דער פאלאץ פארנעמט א שטח פון א קילאמעטער די ברייט און קילאמעטער די לענג, פול מיט די גרעסטע פארמעגנס, און זי איז פארשוואונדן ווי א שפענדל אין ים!

מען האט איהר געזוכט אין אלע עקן און נישט געקענט געפינען, ביז עטליכע שטונדן שפעטער ווען דער בייז-וואונדער האט זיך איבערגעחזר'ט;
.... דער שלאס איז נאך אינעם זעלבן טאג צוריקגעקומען צופליען און זיך געזעצט אויף איהר ארט ווי קיינמאל גארנישט געווען!
די פארוואונדערטע מענטשן זענען אריינגעלאפן און ערשטוינט געווארן צו זען אז אלעס איז אויפן זעלבן פלאץ פון פריער און עס פעלט נישט גארנישט פון די גאנצע רייכטום וואס איז געווען אריינגעשטעלט אין איהר, אויסער... !!
--- 2 בעכערס פון זילבער!
די מעשה איז קראנט ביז גאר, - לייענט זיך ווייטער אין צייטונג, - גאנץ אינדיע רעש'ט מיט דעם און מענטשן שווערן זיך ביי זייער בארד אז זיי האבן דאס אליין מיט די פליישיגע אויגן געזען.

דער קייסער איז צוריקגעפאלן אויף זיין שטול אונמאכט. א שווייס האט זיך געגאסן פון זיין קערפער און ער האט געציטערט ווי אין קאונוואלסעס.
ער האט אפיר גענומען נאך א צייטונג און נאך איינס און אלע האבן גערעדט פון דעם מעשה כמעט גענוי ווי די ערשטע. דער רעטעניש איז קלאר און דייטליך, אין דעם דאזיגן פאלאץ זענען דער קייסער מיט זיין סוויטע געווען. און זיכער האט איינער פון די באאמטע נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון "רבי אדם", און אריינגערוקט צו זיך אין קעשענע צוויי שיינע בעכער.

דער קייסער האט שנעל געלאזט רופן די דעטעקטיוו-הויפט, און איהם אנגעזאגט נאכצופארשן צו איינע פון די 60 באאמטע וועלכע זענען מיטגעווען מיט די נסיעה האבן לעצטנס 'איינגעהאנדלט' ביי זיך אין זילבער-שראנק 2 מייסטערפול שיינע זילבערנע בעכער אויסגעצירט מיט א אינדיאנע מוסטער. און אויב וועט מען נישט טרעפן ביי זיי, וועט מען מוזן זוכן ביי די סאלדאטן פון יענע איינהייט וואס מען האט מיטגענומען אהין.
עס האט נישט לאנג גענומען און יענער איז צוריק געקומען מיט א ענטפער אז דאס איז טאקע געווען איינע פון די הויכראנגיגע מיניסטארן וועלכע האט דאס געטון...

און יעצט איז דער קייסער אליין אויך געווען עדות אז דער מעשה אין אינדיע איז אמת, און דער צדיק "רבי אדם" איז אמת, און זיין גא-ט איז זיכער אויך אמת!!![/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר