בלאט 1 פון 1
שוין אנגעקומען! נייע רעסעפי, פיש אן קאטשעניו!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:48 am
דורך זר זהב
מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען פיש אן קאטשניו, און צו דעם ביליג און זייער געזונט.
קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, און נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה און עס אראפ שרייבען דא.
[center]------------------------------ ויאכלו ענוים וישבעו ----------------------------[/center]
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:50 am
דורך ברסלבער
שוין, דעם שבת וועלן מיר עסן פיש אן קאטשעניו פון זר, מיט קאטשעניו אן פיש פון חזקי', איי וועט דאס האבן אלע טעמים, די מעין עולם הבא וועט זיך זינגען גאר אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:54 am
דורך שמעקעדיג
איך וועל עס נאר מאכן אויב האבעך אויך א רעסעפי פון דיר אויף זופ אן לאקשן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:51 pm
דורך זר זהב
אזוי ווי מיין קאלעגע חזקיהו האט שוין געשריבן זיין רעסיפי וועליך נישט לאזן ווארטן דעם עולם.
זאכן וואס איר דארפט האבן
1. א טאפ אדער א בעקעלע
2. געפילטע פיש (טויבער'ס רעקאמענדירט)
3. פאפריקע פעפער
4. שווארצע פעפער
5. מייערן
6. צוויבעל
7. קנאבאל (אפציאנאל)
8. זאלץ
9. צוקער (אדער א געזונטערע אלטערנאטיוו)
10. וואסער פון סינק (אנבאדינגט וואסער, נישט קאטעשניו!)
11. עטליכע סלייסעס ווילדע סעלמאן אדער רואיגע ווייט
צינט אן די פלאם אויף הויעך, לייג אריין אלע ספייסעס, מייערן צוויבעל אין די וואסער און לאזט קאכן פאר 15 מינוט אזוי ווי סשטייט און גייט. ווען ס'באבעלט פיין מאכט דעם פלאם נידעריג און לייגט אריין די געפילטע פיש אנבאדינגט נישט די ניק! ס'סכנת נפשות אין אזא פאל.
נאך א האלבע שעה לייגט צו די עכטע פיש און לאזט פאר נאך א שעה.
און וואונדערליך איר וועט האבן געשמאקע פיש אן קאטשעניו!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:54 pm
דורך זר זהב
יעצט העמיר ווארטן פאר קופערניקוס'ס רעסעפי...
דער עולם זאל זיך האלטן רואיג ס'קומט א ריזיגע ליידיגע תגובה/רעסיפי...