בלאט 1 פון 1

קומט אי"ה נייע רעסעפי, אן קיין פיש און אן קיין קאטשעניו

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:54 am
דורך [NAMELESS]
מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען מאכלים וואס פארמאגן נישט, נישט קיין פיש און נישט קיין קאטשניו, און צו דעם ביליג און זייער געזונט.

ווי באוואוסט די לעצטיגע סומאטאכעס, אז די וואס זארגן פאר די אמתע וואוילזיין פון די מענטשהייט זוכן אויפצוקומען מיט קאטשעניו אן פיש, ווייל די פיש געטובלט אין פלאורייד וואסער ברענגט די פיס און מויל קראנקהייט, טיפוס, חולי מעיים און סקיצאפרעניע.
ווידעראום קאטשעניו, איז זייער נישט אויסגעהאלטן, ווייל איר טאנצעדיגע כאראקטער ברענגט אריין א גרויס צעלאזטקייט ביי די יוגנט.
די שפאגל נייע מאכל וועט עלימינירן ביידע פראבלעמען. זי וועט זיין טאטאל ארגאניש, אנשטאט פלייש פון בוטשער, וואס איז שוין דורך אלע וויטאמינען וועט זי פארמאגן א לעבעדיג שטיקל קאניבאליש פלייש גראד פון אפריקע, און זי וועט זיין אזוי האל ווהיט אז מען וועט אריינלייגן בלויז די שטעקל פון אונטן פון די ווייץ, נישטאמאל די שאלעכץ, צוליב חשש ווייס מעל שנדבק צו די סובין.

קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, און נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה און עס אראפ שרייבען דא.

------------------------------ ויאכלו ענבים וישבעו ----------------------------

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:54 am
דורך זר זהב
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:56 am
דורך שמעקעדיג
אשפ"ג!...

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
בילד

געשמאקע געבראטענע שלאנג מיט שרימפ שטויב, המממ. גלייבט מיר עס איז בעסער ווי מיינע קאנקורענצןס קאטשעניו'ס, ווער עס וויל די רעסעפי, זאל זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
בנוגע כשרות, פארבינדט אייך מיט לעיקוואד, ער וועט שוין מאכן עפעס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:25 pm
דורך ברסלבער
קופער, איך האב דיר געוואלט לייקן אבער וואס זאל איך טוהן אז איך לייק עס נישט?
עס איז ענדערש א רעסעפי אוועקצונעמען איבריגע אפעטיט.

דערווייל זעהט אויס אז זר האט געווינען דעם פארמעסט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:25 pm
דורך שמעקעדיג
אשפ"ג!!

(א' ש'לאנג פ'וי ג'רויליג!)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:26 pm
דורך בעל הבית
נא......... איך רוף שון ציממערמאן........נשים...... אדער אריין מאחורי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:27 pm
דורך שמייכל
נישט שלעכט
דרך אגב - איך האלט שוין לאנג אז מ'מוז אויפקומען מיט א פרישע מעניו פאר געווענטליכע וואכעדיגע מילס
מיין ווייב קען מיך קיינמאל נישט פרעגן וואס קענעך דיר מאכן פאר פרישטאג, זי ווייסט שוין אז מסתמא איז עס אחד משלשה דברים הללו (נישט פסח מצה ומרור)
די אזוי באליבטע טונא סאלאד
אייער שפייז
אייער סעלעד
ואם שלש אלה לא יעשה לה - דאן - ויצאה חנם אין פרישטאג...
דאס איז געהעריג שלא מן היושר...

יעצט פרובירט נישט צו זיין קלוגער און זאגן:
מ'קען עסן אוועקאדאו, פיטער, פינאט-באדער... נעה - שוואכע השגות, לאמיר זיך נישט פאפן, נאך אלעם קומט מען נאכאמאל צוריק צום זעלבן גלגל החוזר
טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד, טונא, אייער שפייז, אייער סאלאד בזזזזזזזז...

לאמיר אויפקומען מיט א פרישן מעניו וואס וועט טוישן די וועלט !!!

בעק טו יו קופערניקעס