דאס שליסל ווארט איז איגנארירן. ווען א טאטע קלינגט אן צו אייך אין אפיס (וואו די לעקטערס זענען בדרך כלל פארלאשן און די פענסטער פארהאנגען, אלעס צו פארזיכערן אז דער טעגליכער, כמעט טאג לאנגער שינת צהריים גייט דורך כראוי וכיאות), חלילה נישט אויפהייבן דעם טעלעפאן. לאזט קלינגען ביז יענער וועט הערן דעם פייף וואס נאכ'ן מענה לשון, "איר האט דערגרייכט דעם אפיס פונעם ראש ישיבה. ביטע, לאזט איבער אייער נאמען און טעלעפאָאָן נומער, און מיר וועלן אייך, אימיערצעשעם, צוריקרופן ווי אמשנעלסטנס. בבביפ!"
אבער וואס כאפ איך הייסע לאקשן? לאמיר זיך אפשטעלן אויפן עצם מעסעדזש. עס קען זיך אייך דאכטן, אז דאס איז אן אומוויכטיגער פרט אין דעם עסק. טעות גמור! דער נוסח המעסעדזש, דער ניגון מיט וועלכן ער ווערט אויסגעזינגען, דער טעמפא, די ווערטער, די הפסקות צווישן די ווערטער – דאס זענען דאך זאכן פון קריטישער וויכטיגקייט און טאר חלילה נישט גענומען ווערן לייכט. עס איז ראטזאם צו ווידמען דערפאר וויפיל צייט עס פאדערט זיך נאר, כדי צו אהערשטעלן א דבר מתוקן. ווייל וויסן דארפט איר, אז אין דער פסיכאלאגישער שפיל וואס איז דער אייגנטליכער יסוד אויף וואס "ישיבה למצויינים" איז אוועקגעשטעלט, מאכן די קליינע פרטים אויס גאר א סך.
דער נוסח פונעם מעסעדזש זאל זיין נישט צו קורץ, נישט צו לאנג. פון איין זייט, קען עס נישט אויסזען ווי דעם מעסעדזש אויפן טעלעפאן פון א פארנומענעם ביזנעסמאן, ווייל – לאמיר זיך נישט נארן – איר זענט דאך א מתון און א מיושב בדעת. (אנדערש, וואלט איר דאך אויפגענומען געווארן אין א פשוט'ער, נישט-מצויין ישיבה.) מצד השני, א צו לאנגער מעסעדזש קען געבן דעם איינדרוק ווי איר האט צייט. און האבן צייט איז איינער פון די ג' עבירות החמורות אין דער "רוף-מיך-נעקסטע-וואך-ווייל-כ'האב-זיבעצן-אפליקעישאנס-וואס-דארפן-דורכגעקוקט-ווערן" שפיל, כידוע.
דער נוסח דארף געזאגט ווערן מיט א מהיכי-תיתי ניגון: נישט געכאפט, אבער אויך נישט צו פאמעליך. א מעסעדזש געזאגט אויף א שנעלן טעמפא קען אויסגעטייטשט ווערן כאילו איר האט גע'חזר'ט דעם נוסח פון פריער. און דאס טויג נישט, ווייל מענטשן וועלן דערפון דרינגען אז אייך גייט אן וויאזוי מענטשן קוקן אויף אייך. און, קימערט זיך דען אזא משכמו-ולמעלה'דיגער געשעפט ווי איר מיט אזעלכע נארישקייטן? איז, משום מראית עין איז כדאי זיכער צו מאכן אז קיינער מאכט נישט דעם שרעקליכן טעות. ווידעראום, אויב דער מעסעדזש ווערט געזאגט צו פאמעליך, זענען מענטשן ווייטער עלול צו מאכן דעם טעות אז איר האט צופיל צייט. דערפאר איז גוט צו נעמען דעם שביל הזהב: רעדן געלאסן, אבער נישט צו פאמעליך.
לאזט פלאץ צווישן ווארט און ווארט, אבער ווידעראמאל, מיט א מאס: נישט צופיל, נישט צו ווייניג, און אויך נישט צווישן יעדע צוויי ווערטער. דאס בעסטע וואלט געווען אריינצושטעלן דעם ריווח בין תיבה לתיבה דארט וואו איר זאגט אייער טיטל, "ראש ישיבה". דאס הייסט, צווישן די ווערטער "ראש" און "ישיבה". דאס וועט ביים רופער אוועקנעמען יעדן ספק אז דער טיטל מיינט ביי אייך עפעס בכלל.
צוריק צו אונזער רופער. לאזט יענעם אריינזאגן דעם מעסעדזש. כדבר המובן מאיליו זאלט איר יענעם חלילה נישט צוריקרופן – נישט פאר יענער האט געלאזט צווישן דריי און פינף מעסעדזשעס. ווייניגער ווי דריי, איז צו ווייניג; מער ווי פינף, קען געבן דעם איינדרוק אז די סיבה פאר אייער נישט צוריקרופן איז א תוצאה פון אייער זיין א פארשלעפטע קרענק, און נישט מחמת גרויס פארנומענקייט. פיר איז געווענליך דער געוואונטשענער ציפער. אבער צומאל איז גענוג דריי. למשל, אויב הערט איר אין דער שטימע פונעם רופער א רואיגקייט; יענער קומט נישט פאר ווי עס גייט אים לעבן איינצושרייבן זיין זון דווקא ביי אייך אין ישיבה, דעמאלט איז ראטזאם צוריקצורופן נאכ'ן דריטן מאל. אויב יענער זעט אויס אומזיכער מיט זיך, "דעספערט", איז פינף שטארק רעקאמענדירט.
זעלבסטפארשטענדליך, אז ווען מען רעדט פון "צוריקרופן", מיינט עס נישט פשוטו כפשוטו. מען טוט נישט אזוינס ביי אונזערע קרייזן. (און הערט אויף שפילן ווי גלייך איר האט דערפון נישט געוואוסט.) אלא וואס יא, נאך דעם וואס יענער האט שוין איבערגעלאזט דעם געפאדערטן סכום מעסעדזשעס, ווען יענער קלינגט דערנאך נאכאמאל אריין, דעמאלט זאלט איר אויפהייבן דעם טרייבל, און אריינזאגן א "האַלאָאָאָו?" מיט אזא טיפער, אבער גלייכצייטיג אויסגעצויגענער שטימע ווי א קאן-עדיסאן גרוב נעבן א ניי-געבויטן וואלקן-קראצער.
ווען יענער ענדיגט רעדן, (נישט ממש "ענדיגט", נאר ווען ער האלט אט ביים ענדיגן: דאס איז דער יוצא מן הכלל פונעם "וחילופיהן בגולם".) ציט זיך אויס אויפ'ן בענקל, פארווארפט די הענט ביי דער צווייטער זייט האלז, ביים מקום קשר התפילין, און לאזט די פאלגנדע ווערטער זיך אראפקוילערן פון דער צונג: "גוט, גוט. רופט, זייט מוחל, צוריק די אנדערע וואך. כעת עתה בין איך טרוד מיט א וויכטיגן ענין – ממש דער קאפ איז מיר נישט על מכונו," און ענדיגט צו (אויף א נאך נידעריגערן טאן ווי פריער) "כל טוב. בשורות טובות."
טעלעפאן-עטיקעט אנווייזונגען פאר ראשי ישיבות למצויינים
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
אוי, פני הדור כפני הכלב.
פארצייטנס האט מען געהאט א ישיבה, א בחור האט געוואלט קומען לערנען איז מען אריין צום ראש ישיבה,
מיט א ליבשאפט האט ער ארום גענומען די בחור, פארן קומען לערנען אין א ישיבה, און ארום גענומען דעם טאטע'ן פאר שיקן דאס קינד אין א ישיבה.
מען האט ליב געהאט די באשעפער, ליב געהאט די תורה, און דערפאר ליב געהאט יעדער וואס האט געוואלט האבן א שייכות דערמיט.
די היינטיגע מצב איז מער אזאנס אז מען האט "זיך" ליב מער ווי די תורה, דערפאר א בחור וואס וועט מער ברענגן פאר "זיך" איז גוט, איינער וואס וועט פאר "זיך" מאכן א שלעכטען נאמען אדער פאר "זיין ישיבה" איז נישט גוט.
סאיז שוין הויך צייט, אז די מנהלים זאלן איינזעהן, אז מדארף ריסטראקשענען די סיסטעם... וויאזוי? ווייס איך אויך נישט.
אבער אזוי איז זיכער נישט גוט.
פארצייטנס האט מען געהאט א ישיבה, א בחור האט געוואלט קומען לערנען איז מען אריין צום ראש ישיבה,
מיט א ליבשאפט האט ער ארום גענומען די בחור, פארן קומען לערנען אין א ישיבה, און ארום גענומען דעם טאטע'ן פאר שיקן דאס קינד אין א ישיבה.
מען האט ליב געהאט די באשעפער, ליב געהאט די תורה, און דערפאר ליב געהאט יעדער וואס האט געוואלט האבן א שייכות דערמיט.
די היינטיגע מצב איז מער אזאנס אז מען האט "זיך" ליב מער ווי די תורה, דערפאר א בחור וואס וועט מער ברענגן פאר "זיך" איז גוט, איינער וואס וועט פאר "זיך" מאכן א שלעכטען נאמען אדער פאר "זיין ישיבה" איז נישט גוט.
סאיז שוין הויך צייט, אז די מנהלים זאלן איינזעהן, אז מדארף ריסטראקשענען די סיסטעם... וויאזוי? ווייס איך אויך נישט.
אבער אזוי איז זיכער נישט גוט.
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.