בלאט 1 פון 1
די שרעקליכע קאפירייט סקאנדאל דאהי אין ק"ש,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:28 pm
דורך חזקיהו המלך
אזוי ס'האבען זיך געיאוועט צוויי ניקס ממחנינו אין במרד ובמעל אן די מידענסטע זעלבס שולד געפילען געגאנגען אין קאפירט א
צווייטע ניקס אשכול כדי צי מאכען דאס ליצנות, אין צי אויפשפילען א לעג וקלס סומאטוכע,
איז קודם וועלען מיר דאס שרייבען זייערע ניקס לעיני העמים והשרים, כדי אז ס'זאל זיין וכל העם ישמעו ויראו, אין ס'זאלען נישט קומען אנדערע אין נאכמאכען אזאלכע זאווערוכעס אינמיטען א העלען זוממער טאג,
דער ערשטער איז דער אלעמען באקאנטער זר זהב, ער איז געווען דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין אן קיין בושה קאפירט א
אשכול מיט ווערטער טוישונגען כדי צי פראדיצירען דאס ליצנות, אין א זעקס מינוט שפעטער איז געקומען קופערניקס אין פראדיצירט
א צווייטען אשכול שוין מיט מער טוישונגען אבער מיט הימל שרייענדע לעג וקלס וואס טאר נישט טאלערירט ווערען פאר די וואוילזיין פין די גלאבאלע אונטערנעמונגען,
מיר ריפען אז עס זאל דא אויפגעשטעלט ווערען א טריבונאל ווי די באטרעפענדע צדדים זאלען פארשטעלען זייערע טענות אין טאמער וועלען זיי פארלירען דעם געריכט וועלען זיי באשטראפט ווערען לויט וויזוי די געריכט וועט באשטימען,
וכל הניק'ס ישמעו ויראו,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:30 pm
דורך זר זהב
באקום איך א רעגירונג צוגעשטעלער לויער? איך קען נישט אפארדען איינס
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:33 pm
דורך ברסלבער
חזקיהו המלך האט געשריבן:מיר ריפען אז עס זאל דא אויפגעשטעלט ווערען א טריבונאל ווי די באטרעפענדע צדדים זאלען פארשטעלען זייערע טענות אין טאמער וועלען זיי פארלירען דעם געריכט וועלען זיי באשטראפט ווערען לויט וויזוי די געריכט וועט באשטימען,
וכל הניק'ס ישמעו ויראו,
ווי אזוי קען דער געריכט פסק'נען אזא שווערע מבוכה נאך איידער זיי האבן אפילו פארזיכט די געשמאקע קאטשעניא אן פיש?
קודם געב דעם עולם צו טעיסטן און דערנאך העמיר רעדן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי, לאזט אייך נישט נארן, טרונקט נישט די פאר'סמטע וואסער, עס איז א קאנספיראציע!
איך האב קיינמאל דאס נישט געשריבן, מען האט מיר געבינדן, געטוישט מיין אידענטיטע, פארשלעפט, איינגעשפריצט קאטשעניו סם, און געהאלטן געפאנגען ביז די קאנספיראטארן האבן אפגעשריבן דעם שטיקל בשמי.
עס איז נישט קלאר פארוואס זיי האבן עס געטון, געוויסע זאגן אז דאס איז צו אוועקנעען די אטענשאן פון די אמתע קאטשעניו סומאטאכע, אנדערע זאגן אז דאס איז פיל גרעסערע זאך ואס האט צו טון מיט די אילומינאטי.
אויב איר וועט גוט ליינען מיין אשכול וועט איר קענען דעשיפרירן די קאודס, עס איז א מאפע וואס פירט צו א הייל ווי די פינסטערע סייענטיסטן בויען אויף די מאנסטער קאטשעניו וואס וועט אונז עווענטואל פארטיליגן
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:44 pm
דורך חזקיהו המלך
דאס אלעס וועסטע קענען טענה'ן ביים טריבונאל, כ'גלייב נישט אז די ריכטער וועט אננעמען אזאלכע טענות, כ'וואלט דיר געראטען צי אויפנעמען א טיכטיגען לויער, אין צי פליען גילטי, ס'האט נישט קיין זין צי פייטען ווען די שולד איז אזוי אפען לעיני הניק'ס, די מיט זר זהב האבען געמאכט א קאנספיראציע צי פארשפרייטען א שלעכטען שם אויף קאשעניו, אין מיר ריפען פאר אלע קאטשעניו פענס צי פארטיידיגען דעם מאכל אין קומען אין געריכט ארויס ווייזען סאפארט,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:46 pm
דורך ברסלבער
אינטערעסאנט אז נחום רעדט נאכנישט פון דעם שרעקליכן סקאנדאל. דאס מאכט נאך קלארער די ראיות אז עס איז א קלארע קאנספיראציע.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:51 pm
דורך חזקיהו המלך
לויט ווי מען הערט פין אונטער די קוליסען, טוט דער געריכט באהאנדלען צי די עונש זאל זיין אז טאמער ווערען זיי געפינען שולדיג וועט ציגעלייגט ווערען צי זיערע ניק'ס א דיסלייק קנעפעל פאר צוויי וואכען ווי יעדער וואס איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט וועט זיי קענען דיסלייקען,
כ'נעם נישט קיין אחריות אז די אינפארמאציע איז ריכטיג,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:56 pm
דורך יואב
As long this newly erupted scandal goes on, I'm committing my self to a harsh strike, I won't eat neither Kochanyoo nor fish, and neither Kuchanyoo with fish nor fish with Kuchanyoo. I'm ready to be one of the juries if Chaskya wants to appoint me. (If it depends on him) *sorry for typing in English, I don't have Yiddish by far on my new phone.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:59 pm
דורך שמעקעדיג
אין נאמען פון געריכט ווערן ביידע באשולדיגטע געפינען שולדיג אויף אלע קאונטס פון דעם שוידערליכן סקאנדאל.
אלס עונש באקומען זיי צוגעטיילט 103 יאר צו שרייבן תגובות אויף קאווע שטיבל.
וכל העם ישמעו וייראו און זיי זאלן טון די זעלבע זאך למען יעמדו למשמרת ימים רבים!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:04 pm
דורך ברסלבער
נישט דא עפעס א דיסקאונט פאר גוד ביהעווער?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:08 pm
דורך שמעקעדיג
ס'לוינט נישט. דער אורטייל איז א סגולה פאר אריכות ימים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:18 pm
דורך חזקיהו המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:אין נאמען פון געריכט ווערן ביידע באשולדיגטע געפינען שולדיג אויף אלע קאונטס פון דעם שוידערליכן סקאנדאל.
אלס עונש באקומען זיי צוגעטיילט 103 יאר צו שרייבן תגובות אויף קאווע שטיבל.
וכל העם ישמעו וייראו און זיי זאלן טון די זעלבע זאך למען יעמדו למשמרת ימים רבים!
נא נא נא, נישט אזוי שנעל, ס'נאך בכלל נישט געווען קיין געריכט,
לויט ווי מען הערט, ווילען זיי נישט פליען גילטי, אין זיי גרייטען זיך צי אויפנעמען א באקאנטע ניק פאר א לויער, כ'וויל נישט ארויס געבען די נאמען ווייל דער באריכט איז נישט קאנפירמד,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
עולם גוילעם כאפט נישט די קאנספיראציע. זעקס מינוט! נאך איין האסליכע אשכול איז שוין דא נאך איינס. סייענטיסטן זאגן אז א נייע אשכול דויערט לפחות זעכציג מינוט. אפאר מינוט שפעטער איז שוין דא א טרייעל, א אדוואקאט און לויט געוויסע א פסק. עפענט אויף די אויגן, דאס איז א קאנספיראציע! די קאטשעניו ליבהאבער זוכן דא עפעס צו באגראבן. די ריזן קאטשעניו אינדוסטרי גיסט דא געלט פאר די קאנספיראטארן. המון עם כאפט נישט, אבער קוקט
דעם יוטיוב קליפ ווי אלטערנאטיוו סייענטיסטן דעקן אויף דעם סקאנדאל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:31 pm
דורך זר זהב
איך הער אז איינער וויל יא פליען גליטי נאר זינט די איזרעילי לופט לינעס סטרייק זענען די לופט פעלדער אנגעפילט ס'שווער צו פליען
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:32 pm
דורך שמעקעדיג
וואו איז יאסעלע וואסער טרעגער ווען מען דארף אים?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:37 pm
דורך חזקיהו המלך
קופערניקוס איז גמטרי' קאהנספיהראציע, דאס מיינט אז די אליינס מאכסט די קאנספיראציע אין נאכדעם זאגסטע אז א צוויטער מאכט עס,
כ'זאג דיר נאכאמאל מאך א פלי - בארגען, ס'אשאד צי דארפען מאכען א געריכט
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:50 pm
דורך יואב
To be honest, I don't think anyone has violated the copyright law, since King Chaskyha hasn't even posted his recipe. He said he is going to, and also only if folks are looking for that. Nu nu, so did the other ones! Maybe it was inappropriate, but u certainly can't blame him. (Youv if the judge)
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:54 pm
דורך חזקיהו המלך
יואב האט געשריבן:To be honest, I don't think anyone has violated the copyright law, since King Chaskyha hasn't even posted his recipe. He said he is going to, and also only if folks are looking for that. Nu nu, so did the other ones! Maybe it was inappropriate, but u certainly can't blame him. (Youv if the judge)
די רעסעפי איז שוין געלייגט, געב א קוק,
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:59 pm
דורך יואב
But at the time the scandal has erupted, there wasn't even signs of a recipe, people were eating Kutchana along with fish, as before the revolution, and that's what leads me to say they are innocent. Although I think they should publicly apologize for that
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:06 pm
דורך ברסלבער
איך מיין אז די סקאנדאל אז יואב האט נישט קיין אידישע קיבארד שטייגט פילפאכיג איבער די סקאנדאל פון די קאנטשעניא/קאפירייט.
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:16 am
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:המון עם כאפט נישט, אבער קוקט
דעם יוטיוב קליפ ווי אלטערנאטיוו סייענטיסטן דעקן אויף דעם סקאנדאל.
?Are you stupidNo
?What's your major
...Uh... Kansas
