ניין זר, די ביסט נישט דער איינציגסטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

ניין זר, די ביסט נישט דער איינציגסטער

שליחה דורך Accountant »

כ'בין אריינגעפאלען אין אן אלטן אשכול ווי זר רעדט זיך אפ איבער זיין צייטונגען אדיקשאן. ס'האט מיר ארויפגעברענגט גירסא דינקותא, אלטע זכרונות. ניין זר, די ביסט נישט דער איינציגסטער.

אויך איך בין אמאל געווען אין דעם מצב. אויך איך בין געווען אן עבד נאמן צו פילע צייטונגען, אויסגאבעס און ביכער. אויך איך האב שווער געליטן פון דעם מחלה.

יעדע וואך האב איך מיך אנגעקויפט מיט אלע מינע ליין מאטריאל, מכל הבא לידי. ליינען איז מיין האבי און כ'האב געשטילט מיין דורשט מיט וואס כ'האב נאר געקענט.

למעשה ווען כ'בין אונטערגעוואקסן און דער טאג איז געווארן קלענער און קלענער, איז דער בארג ליין מאטריאל געווארן גרעסער און גרעסער. כ'האב פשוט נישט געקענט אניאגן אלס אדוירך צוליינען. כ'האב פראבירט, איך פלעג ליינען יעדען איביריגען מינוט פונעם טאג און פונעם נאכט. אבער ס'איז נישט געווען גענוג.

דאס בני בית האט געהאט שטארקע טענות. דאס בארג ליין מאטריאל איז איר געשטאנן אין וועג און כ'האב פארברענגט ווייניג צייט מיט איר. איך בין געווען אריינגעטהון ראשי ורובי אין ליינען.

דאן איז געקומען דער אינטערנעט. ס'האט זיך געפענט פאר מיר א שלל פון ליין מאטריאל, א ים פון ידיעות. כ'פלעג בוקמארקן ארטיקלן וואס איך פלאן צו ליינען ווען כ'וועל האבן אן איבעריגען מינוט. דער מינוט איז קיינמאל נישט אנגעקומען. אזוי האב איך מיך אנגעזאמעלט איבער טויזענט ארטיקלן וואס כ'גיי איין טאג ליינען. כ'האב מיך אויך איינגעשריבן צו צענדליגער אימעיל שיקער, כ'האב נישט געוואלט פארפאסן קיין שום זאך, כ'האב געהאט טויזענטער אימעילס וואס האבן געווארט צו ווערן געליינט.

פארשטייט זיך, די צייט וואס כ'האב פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געגאנגן אויפן צייט פון די אלטמאדישע ליין מאטריאל. דער בארג איז געוואקסן נאך העכער.

כ'פלעג ליינען אלטע צייטונגן. ווען אמעריקע איז אריין אין איראק, האב איך נאך געהאלטן אינמיטען די 2,000 אילעקשאנס. ניין עילעווען האט נאכנישט פאסירט, די טווין טאוערס זענען נאך געשטאנען במלוא הודם והדרם, און דא האט זיך שוין אמעריקע געשלאגן אין צוויי מלחמות צוליב א מעשה שלא היה.

אנשטאטס ליינען זאל זיין עפעס וואס כ'האב הנאה דערפון, איז עס געווארן מיין בעל הבית און איך בין געווארן זיין קנעכט. ס'איז געווארן א פרעשאר. כ'האב מיך געשלאגן מיט די צייט צו פארפילן מיין אויפגאבע פון אפליינען אלס וואס איך האב געקענט לייגן א האנט אויף.

איך בין געווען אזוי משעובד אז כ'האב מיך אליינס נישט געזעהן.

ביז יענע נאכט.

כ'בין אהיים געקומען, אראפגעמאלן דעם נאכטמאל וואס דאס בני בית האט אנגעגרייט, און זיך געזעצט אויפן ריקליינער מיט אן אלטן צייטונג. זייענדיג אזוי פארטיפט האב איך נישט באמערקט ווי מיין פיר יעריגס שטייט ביים שוועל און ווארט. ס'גייט אדוירך א שטיקל צייט און איך הייב מיך אויף צו נעמען אביסל פאפקארן, איך נעם אראפ מיינע אויגן פון דעם באליבטן צייטונג און איך באמערק איר.

איך: וואס איז?

זי: איך וויל דיר דערציילן וואס ס'איז היינט געווען אין סקול

איך: זעהסט נישט אז איך בין ביזי?

איר פנים ווערט רויטלעך, אירע אויגעלעך נאס, און זי זאגט מיר: קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר, אייביג ביסטו ביזי. כ'האב דיר געוואלט דערציילן אז אונז האמיר היינט אנגעהויבן צו לערנען אל"ף בי"ת.

קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר!

דער סעיטמענט וועל איך אייביג געדענקן!

ס'האט מיך אויפגעוועקט פון מיין טיפן שלאף. ס'האט מיך אויפגעשאקלט ביזן ביין. שטייט דא מיין קליין קינד, עצמי ובשרי, וויל מיין אויפמערקזאמקייט, וויל מיטטיילן מיט מיר איר גרויסע שמחה, און איך בין ביזי מיט שטותים. איך האב נישט קיין צייט צו איר!

קיין פאפקארן האב איך שוין נישט גענומען. אנשטאטס האב איך אויפגעהויבן מיין טאכטערל צוגעגאנגן מיט איר צום מיסט קאסטן און אריין געווארפן דעם צייטונג, און מיט דעם מיין מחלה.

כ'האב עס מיטגעטיילט מיט איר. בשעתן מאכן ביעור הצייטונג האב איך איר געזאגט: זעהסט? טאטי ווארפט יעצט אוועק דעם צייטונג, ווייל דער צייטונג האט געמאכט אז איך זאל נישט האבן קיין צייט צו דיר. פון היינט און ווייטער וועל איך אייביג שוין האבן צייט צו דיר, נישט קיין חילוק וועלעכע צייט פון טאג. ווייל איך האב דיך ליעב מער פון יעדע זאך אויף די וועלט.

ניין מיין קינד, פון היינט און ווייטער וועסטו מער נישט דארפן שטיין בדחילו ורחימו און ווארטן ביז ווען דיין טאטע וועט האבן צייט צו דיר. פון היינט און ווייטער וועסטו מער נישט דארפן גיין אין קאמפעטישן מיט א פאפיר אדער מאשינקעלע, דו און נאר דו וועסט זיין דיין טאטע'ןס פריאריטי. די ביסט דאס טייערסטע און חשוב'סטע וואס איך פארמאג, און איך וועל מאכן זיכער אז די וועסט דאס פילען.

כ'האב מיך אראפ געזעצט אויפן ריקליינער, אבער אנשטאטסט א צייטונג אין די האנט, האב איך געהאט מיין טאכטער אויפן שויס. פון איין מינוט אויפן צווייטן בין איך געגאנגען פון זיין צי ביזי פאר אירע שטותים, צו זיין עכט אינטרעסירט אין איר אל"ף בי"ת. פון זיין משועבד צו א דומם ביז הנאה האבן אויסצוהערן אירע זיסע חכמות'לעך.

בלילה ההוא האב איך איר דערציילט א שלאפן מעשה דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן. כ'האב איר צוגעדעקט מיט די דאכענע, איר געגעבן א גוטע נאכט קוש, און זיך צוגעקוקט מיט הנאה אויפן שמייכל וואס זי האט געהאט ביים שלאפן.

בלילה ההוא האב איך מיטן בני בית געמאכט א גרויסן ריינונגונג און ארויס געטראגן גארביטש בעגס מיט ליין מאטריאל. כ'בין נישט מגזם, כ'האב אליינס נישט געגלייבט וואס פארא אוצר שטותים כ'האב פארמאגט.

בלילה ההוא האב איך אפגעמעקט אלע מיינע בוקמארקס.

בלילה ההוא האב איך מיך ארויסגעסיינט פון אלע אימעיל שיקער.

בלילה ההוא האב איך באשלאסן צו גיין צום אנדערן איקסטרעים און מער נישט צו קויפן קיין צייטונגן.

בלילה ההוא בין איך געווארן א פרייער מענטש. איך בין ארויס מעבדות לחירות.

בלילה ההוא האבן מיין טאכטערל באקומען א טאטע'ן.

בלילה ההוא האט מיין בני בית באקומען א מאן.

בלילה ההוא האב איך באשלסן צו ווידמענען דאס צייט און געלט וואס כ'פלעג אויסברענגן פאר די צייטונגן פאר מיין משפחה.

כ'האב אנגעהויבן צו פארברענגן יעדע נאכט מיט מיין טאכטער. כ'האב איר אויסגעהערט. געשפילט מיט איר טיק טאק טאו. געקאלערט. און אפילו געגעבן מיין פראפעשאנעל מיינונג אויף וואסארא קליידל דאס דאלי זאל אנטהון היינט.

אה, איר שיינעדיגע פנים האט מיר געגעבן די גרעסטע הנאה אויף דער וועלט. ס'האט זיך אלעס געלוינט פאר דעם.

יענע נאכט האב איך באשלאסן עפעס צוריק צוצאלן פאר מיין טאכטער וואס האט מיך געראטעוועט. איך פלעג אויסגעבן אן ערך פון 30 דאלער א וואך פאר ליין מאטריאל, דאס איז 1,560 דאלער א יאר. כ'האב באשלאסן אז איך גיי עס אריינלייגען אין אן אקאונט פאר איר, יעדע וואך 30 דאלער, און כ'וועל איר עס געבן ווען זי האט חתונה. נאר דער קרן אליינס וועט זיין כמעט 22,000 דאלער! און מיט די פראצענטן וואס ס'וואקסט יעדעס יאר, וועט דאס זיין היפש איבער דעם.

ס'קומט זיך איר. זי האט מיר געלערנט עפעס וואס איז ווערט כל הון דעלמא.


זר טייערער - איך דערצייל מיין מעשה ווייל איך ווייס וואס די מאכסט מיט. ס'איז א מחלה ממארת, א פארשאלטענע אדיקשאן. און ס'ווערט נאר ערגער מיט די צייט. זאג די אליינס, זינט די ביסט דא אינעם שטיבל, פילסטו נישט קיין חיוב צו ליינען יעדען אשכול און תגובה'לע? פילסטו נישט אזא מין או. סי. די. פרעשאר ווען ס'איז דא אפאר תגובות וואס די האסט נישט געליינט? ווי גרעסער דער שטיבל וועט ווערן, ווי מער שרייבערס וועלן שרייבן, אלץ ערגער וועט דיר ווערן.

ס'איז צייט זאלסט דיך נעמען אין די האנט אריין.

איך ווייס אז די מיינסט ס'איז נישט מעגליך. די טראכסט צו דיר: ווי אזוי וועל איך וויסן וואס ס'גייט פאר אויף די וועלט? כ'האב אויך אזוי געמיינט. כ'בין אויך א מענטש וואס וויל אלעס וויסן. אבער כ'האב באשלאסן אז איך פיר נישט די וועלט, איך פיר מיין שטוב. איך דארף נישט וויסן וואס ס'טוט זיך אויף די וועלט, איך דארף נאר וויסן וואס ס'טוט זיך אין מיין שטוב.

און וואונדער איבער וואונדער, אפילו נאכן אויפגעבן אויף צייטונגן ווייס איך נאך אלץ וואס ס'גייט פאר. כ'האב מיך קובע געווען א שטיקל צייט יעדן טאג ווען איך ליין זאכן וואס פאראינטרעסירן מיך, וואס איך קום אן צו ליינען און די צייט איז גוט, וואס נישט איז אויך גוט. גארנישט ווערט נישט אוועקגעלייגט אויף מארגן. איך ווייס טאקע נישט ווער ס'איז פרעזידענט פון גיני אדער וויפעל מענטשן זענען געבליבן אן פיס ביי אן ערד ציטערניש אין מילעזיא, איך ווייס אויך נישט פונקטלעך אויב ס'איז געווען דער אדמו"ר וואס ס'האט באזיכט ביים ראש ישיבה אדער גאר דער ראש ישיבה ביים אדמו"ר, אבער כ'בין לגמרי נישט קיין עם הארץ במילי דעלמא, וואס ס'איז וויכטיג קומט אן.

גלייב מיר, ס'איז נישט געווען גרינג. ס'איז פארט געווען אן אדיקשאן. איך פלעג אויסגיין פאר דארשט ווען כ'האב געזעהן א צייטונג. אבער כ'האב געוויסט אז איז טוה עס פאר מיין טאכטער און פאר מיר.

ס'איז מיר אויך געווען נדמה כהר, אבער היינט איז עס כחוט השערה.

קיין שום זאפטיגע ארטיקל קומט נישט צו צו די הנאה וואס איך האב ווען איך לערן מיט מיין קינד, ווען איך שפיל שאך מיט מיין טאכטער, אדער אפילו ווען איך שפיל טשאו טשאו טרעין מיט מיין צוויי יעריגס.


רבי זר, גיי שוין און ווארף ארויס דיין בארג ליין מאטריאל. ס'וועט דיר אראפגיין א בארג פון קאפ.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר