בלאט 1 פון 1

היסטאריע אין ש"ס פארטיי: ארי' דרעי באקומט צוריק פארזיצערשאפט

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:31 pm
דורך מיין מיינונג
נאך 13 יאר גלות ליידן האט היינט פאסירט דאס אומגלויבליכע. הרב עובדי' יוסף האט צוריקגעגעבן דעם פארזיצערשאפט פון די ש"ס פארטיי פאר דעם כאריזמאטישן ארי' דרעי, און מיט דעם געמאכט א ענדע צום פאליטישען צירקוס וואס שפילט זיך אפ דאס לעצטע האלבע יאר זינט דרעי' איז צוריקגעקומען אויף ש"ס, ווי 3 חברה האבן געדינט אלס פארזיצערס.

ווי שוין באקאנט איז ארי' דרעי אומגעקערט געווארן צו די ש"ס פארטיי בעפאר די בחירות וואס זענען אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם חודש שבט. זיין אומקער האט געשאפן א סענזאציע אין די ישראלישע פאליטיק, און אויפגעשאקעלט די אינערליכע רייען אין די ש"ס פארטיי. זינט זיין אומקער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעקלארט דאס בילד ווער עס איז דער דה פאקטא פירער פון די פארטיי. נאר די 3 הויפט שפילער אלי' ישי, ארי' דרעי און אריאל אטיאס האבן ביינעזאם געדינט אלס פירער, און דאס האט געשאפן נאכאנאנדע קאפווייען פאר די פארטיי. אלע האבן געוויסט צו זאגן אז אזא ווירטשאפט קען נישט אנהאלטן אויף צו לאנג, נאכדעם וואס זי האט געברענגט מער חורבנות ווי אויפטואינגן.

ענדליך האט היינט הרב יוסף באשלאסן צו קרוינען ארי' דרעי אלס דער יו"ר ש"ס. וואס דאס מיינט אז ער ווערט דער בעה"ב אויף אלע אנגעלעגנהייטן אינערהאלב די פארטיי הן אויף די פארלאמענטישע און הן אויף מונציפאליטעטן.

באמת האט דרעי' גע'טענה'ט אלע יארן אז דער פארזיצערשאפט באלאנגט צו אים, נאך וואס הרב יוסף האט אים פארשפראכן ווען ער איז אריין זיצן אין טורמע אז ווען ער וועט ארויסקומען וועט ער דאס צוריקבאקומען, אבער צו זיין גרויס פארדרוס איז הרב יוסף געווען זייער צופרידן מיט די נייע פירערשאפט פון דעם מער פאלגזאמען אלי' ישי, און ער האט נישט צוריקגעגעבן די שליסלעך פאר דרעי. יעצט אבער, נאך 13 יאר פון די סומטאכע, האט ער דאס ענדליך צוריקבאקומען.