בלאט 1 פון 1

ברעכענדיג: פויפסט בענעדיקט האט רעזעגנירט ווייל ער איז געי!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:36 pm
דורך שעפטל
דער פינף און אכציג יעריגער פויפסט בענעדיקט האט היינט געמאלדן אין א סטעיטמענט צו די איטאליענע נייעס אגענטורן, אז די סיבה פארוואס ער האט רעזעגנירט איז פשוט ווייל ער איז "געי" און האט מער נישט געקענט לעבן אינעם ליגענט באבעל.

ער האט צוגעלייגט אז ער פילט זיך גוט אז ער איז ארויסגעקומען פון די שאפע נאך אזויפיל יארן, און יעצט בעט ער די קאטוילישע קירכע און אנדערע גלויבן אז מ'זאל אקצעפטירן אלע אזאנע מענטשן אלס געהעריגע קינדער פונעם באשעפער.

"ווי פילע קאטוילישע גלויביגע וואס זענען געי, בין איך געצווינגן געווען פאר צו לאנג זיך אויסציוועלן צווישן מיין רעליגיע אדער מיין אידענטיטעט, מיין טיפע ליבשאפט צום קירכע האט מיך באצוואונגען זיך אליינס צו נער'ן און ליגענט צו זאגן צו אלע גלויביגע איבער מיין מענטשהייט.

איך באדרויער שטארק אז איך האב ענק אפגענער'ט, און נישט ערליך געווען מיט די קירכע, און פארדעם האב איך געמאכט דעם באשלוס אז איך טרעט אפ פון דינען אלס דער הויפט און פירער פון די אריבער א ביליאן קאטוילישע גלויביגע פון איבער די וועלט!

יעצט אז איך האב שוין אויסגעזאגט דעם סוד, וויל איך ארויסזאגן מיין מיינונג אז האמאסעקסשועלע מענטשן זענען אייניג גלייך אין די אויגן פונעם באשעפער, און איך בעהט די קירכע איבערצוקלערן די פארבאט אויף געי און דאס זאל יעצט ווערן די טרייבערישע קראפט און באפרייען די געי מענטשן פון זייערע שוועריקייטן"


דער פופסט האט רעזעגנירט דעם פארגאנגענע פעברואר דעם עלעפטן, ווערנדיג די ערשטע פאנטיף אין יארן וואס האט רעזעגנירט פון אמט. אנגעבענדיג דעמאלטס אז ער רעזעגנירט צוליב אלטקייט און פילט אז ער קען מער נישט פירן די קירכע.

ס'איז געווען שמיעות אז דער פויפסט האט רעזעגנירט צוליב די מעשים אשר לא יעשו וואס ווערט אפגעטוהן אין די קירכעס העכסטע ראנגן, און ס'איז אפילו געווען געוויסע אנצייגעגונג איבער באהאלטענע וויזיטן וואס וואטיקאנען האבן באזיכט אין געוויסע פלעצער, און מ'האט דאס פארשוויגן, אבער קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז די העכסטע פון די העכסטע איז אזוי, און די שאק פון די היינטיגע נייעס איז גאר גרויס!

בענעדיקט האט אפיציעל היינט געדארפט אפטרעטן פון אמט, אבער מ'האט געשמועסט אז ער וועט נאך אלץ שפילן א שטיקל ראלע אין די קירכע'ס ווערטשאפט, אבער נאך זיין היינטיגע סטעיטמענט איז אומקלאר געווארן די ווייטערדיגע שריט, צוליבן פארבאט אויף אזא מענטש צו שפילן א ראלע אין קירכע.

געוויסע זענען זייער ברוגז אויף זיין אויפדעקונג, שרייענדיג אז ער וואלט ווען געדארפט בלייבן צוקוועטשט אינעם שאפע.

http://dailycurrant.com/2013/02/28/pope-benedict-gay/

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:18 am
דורך ברוין
אזוי אינאסינט צו באריכטן א צוויבל נייעס.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:39 am
דורך גנדי
פונקט געטראכט יעצט - פארוואס האט מען גענוצט איבערצוגעבן דעם צוואה פון ברך משה - דעם "צוויבעל" ראש הכולל?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:48 am
דורך שעפטל
שוין האבעך מיך שוין דערלערנט א פרישע אינטערסאנטע זייטל...

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:51 am
דורך שעפטל
מנהלים, לייגט דאס אריבער אין שמייכל....

(אדער נאך גנדי'ס תגובה אין צימעס..)

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:57 am
דורך זר זהב
און נעם אראפ "ברעכענדיג", איב איז דאס נישט אמת איז דאך נישטא פון וואס צו ברעכן..

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:32 am
דורך משה רוקח
איז נישט יעדע פויפסט געי? איז נישט דאס דער ריזן פארוואס זיי טארן נישט חתונה האבן מיט א פימעיל?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:26 pm
דורך געוואלד געשריגן
משה רוקח האט געשריבן:איז נישט יעדע פויפסט געי? איז נישט דאס דער ריזן פארוואס זיי טארן נישט חתונה האבן מיט א פימעיל?


ניין

clerical celibacy

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 7:48 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
שעפטל האט געשריבן:מנהלים, לייגט דאס אריבער אין שמייכל....

(אדער נאך גנדי'ס תגובה אין צימעס..)

אפשר קען מען עס ארויסנעמן פון שמייכעל?
פון די טיימס דא איז משמע אז די גורם פון די רעזיגנאציע האט טאקע געהאט א שייכות מיט די געי לאבבי אינערהאלב די וואטיקאן. די ארטיקל שרייבט אז גרויסע שישקעס אין די וואטיקאן זענען געווארן בלעקמעילד מיט עווידענס אז זיי זענען געי וכדו'. דער פויפסט האט נישט געהאט קיין כוח צו די קאפוויי וואס דאס האט אים כסדר געברענגט.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אין אזא secretive ענווייראנמענט איז דאס אלעס בבחינת מגלה טפח ומכסה אלפיים. עס איז נישט קיין ווייטער שפרונג צו זאגן אז די בלעקמעילינג האט געפירט ביז צום פויפסט זעלבסט.