בלאט 1 פון 1

בלומבערג כאפט צוריק

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:56 am
דורך שעפטל
געשריבן דורכן טעגליכע נייעס שרייבער:

די פאליטישע וועלט איז אויפגעשוידערט, און אמעריקאנע הויכראנגיגע אין אלגעמיין זענען אויפגעטרייסלט נאך וואס האט פאסירט אינעם קליינעם ברוקלינע שטעטל.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער ניו יארק מעיאר בלומבערג איז אריין אין א רעסטעראנט אינאיינעם מיטן סיטי קאמפטראלער דזשאן-ליא פארלאנגענדיג א סלייס פיצא. -די גענוי ציפער פון די גלעזלעך געטראנקן איז דערווייל אויפן קאלקולעיטאר אויספארשונג.

נאכן פארענדיגן דעם ערשטן סלייס, פארלאנגענדיג א צווייטע, איז זיין פארלאנג צוריקגעוויזן געווארן. "איי-עם-סארי סיר. איר האט דערגרייכט אייער פיצא-סלייס-לימיט" איז געקומען דער ענטפער פונעם געשעפטס אייגנטומער.

נאך א שטילקייט פון אפאר שנעלע מינוטן, האט זיך בלומבערג קאנצעטרירט, און געענטפערט: אקעי, דאס איז א פיינער וויץ. -נישט וויסנדיג וואס ווארט אים אפ- און מיט טרערן אין די אויגן (וואו דען?) האט ער זיך געבעטן "ביטע, איך האב נאך גארנישט געגעסן היינט. ברענג מיר נאך א סלייס". צולייגנדיג, "כ'האב נישט געגעסן קיין פרישטאג. כ'קען עסן פיר סלייסעס".

אבער דער שטייפער אייגנטומער האט זיך נישט פארלוירן פון די געוויין, און האט געלאסן נאכאמאל איבערגעזאגט ס'זעלבע. "איר זענט שוין איבערגעגאנגען דעם פיצא-סלייס-לימיט. ס'איז נישט געזונט פאר דיר". און מיט א קלארע מיינונג אויסגעפירט, "קענסט גיין צו פיר אנדערע רעסטעראנטן, און עסן א סלייס אין יעדע".
און נאכן געפינען נאך א איבריגע קליין פעקל זאלץ, האט דער בעה"ב צוגעגאסן: "אזוי וואקענדיג צווישן איין רעסטעראנט און ס'אנדערע, וועסטו כאטש אפוואקן די עסן אויך"...

א אויפגעברויזטער בלומבערג האט זיך אויפגעשטעלט, און צושפאצירט צו א דערנעבנדיגן רעסטעראנט, און באשטעלט נאך א סלייס פיצא.
אבער דער סלייס -זאגן מאנכע- האט שוין נישט געהאט קיין שום טעם. "ס'האט זיך געשפירט ווי אריינבייסן אין א רויע לעמאן, און צוטרינקענדיג זויערע לעמאן-דזשוס דערנעבן" זאגט א בלומבערג ווארטזאגער. "ס'האט זיך געשפירט ווי ווען א פאליציאנט שטעלט אפ אינעם צענטער פון שטאט, און אינעם סאמען ברען פון די ראש-אוער טרעפיק, און גיבט זיבן טיקעטס דערביי אויפהאלטנדיג א לענגערע וויילע.

אבאמא און אנדערע וועלטס פירער זענען נאך דערווייל געפלעפט. קיין סטעיטמענט זענען נאכנישט ארויסגעגעבן געווארן.

'אכמאדינעדזשאד' זאגט אז די איראנע פאן וועט אראפגענידערט ווערן, אלס צייכן פון טרויער אויפן נידריגן מעיאר.

פון געציילטע באריכטן הערט זיך רידערייען אינערהאלב דעם ווייסן הויז קיך. "אלע פיצא סלייסעס וועלן איבערגעדעקט ווערן מיט א שווארצע בענדל, ארויסצייגן טרויער" זאגט איין באריכט. "אלע איינגעשטעלטע וועלן געצווינגען ווערן צו עסן די פיצא מיט א שטימפיגע מעסער, אלס צייכן צום שטימפיגן מעיאר".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'יו-ען'. אונזערע טרופן וועלן מארשירן דעם רעסטעראנט, אויס מורא פאר כעמישע פיצא.

מעשה באריכטעט: http://dailycurrant.com/2013/05/02/bloo ... estaurant/

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:04 am
דורך גנדי
איז דאס אויך א "צוויבעל" מעשה?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:13 am
דורך שמעקעדיג
שוין די העכסטע צייט צו גרינדן א 'צוויבל' אשכול. איך האב סחורה ווי אויף הייווען, און איך בין ווארשיינליך נישט דער איינציגסטער דא...

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 3:55 am
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין די העכסטע צייט צו גרינדן א 'צוויבל' אשכול. איך האב סחורה ווי אויף הייווען, און איך בין ווארשיינליך נישט דער איינציגסטער דא...

סחורה האט איר, עס איז שוין העכסט ציייט, טא אויף וועמען, פארוואס, און אויף ווען ווארט איר ?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 9:00 am
דורך שעפטל
גנדי האט געשריבן:איז דאס אויך א "צוויבעל" מעשה?

אז די נייעס ליגט דא אין שמייכל, זאג אליינס..

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 11:32 am
דורך זר זהב
דראדזש איז געפאלן דערפאר!!

ווער סקען זאל ארויפלייגן די בילד

http://www.theatlanticwire.com/national ... zza/64846/

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 11:41 am
דורך שעפטל
דראודזש האט עס שוין אויך נישט... סאו לאמיר האפן אז דעס אז ער האט עס געהאט איז יא אמת....
Drudge....png
Drudge....png (219.63 KiB) געזען געווארן 582 מאל

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:00 am
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:שוין די העכסטע צייט צו גרינדן א 'צוויבל' אשכול. איך האב סחורה ווי אויף הייווען, און איך בין ווארשיינליך נישט דער איינציגסטער דא...

דער אשכול איז שוין א ריאליטעט. לאמיר זעהן איר זאלט ארויפלאדענען אייער הויפענס סחורה.
דער צוויבל