בלאט 1 פון 1

הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא....קעגן סקווער

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 7:28 am
דורך גיי ווייס
הרה"ג רבי חיים קנייווסקי שליט"א האט געפסקנט און געלאזט הערן דעת תורה, אז די אלע וואס וואינען און שיכון סקווער, מעגן גיין דאווענען אין פרידוואלד, חאטשיג וואס סקווערע רבי לאסט נישט
דא האט אירא לינק צי זעהן פונקטלעך דער לשון
http://inskver.blogspot.com/2013/05/blog-post_3.html

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 9:49 am
דורך קאווע טרינקער
ר' חיים האט נישט גע'פסק'נט, ער האט פשוט נישט פארשטאנען די שאלה.
אדרבה, לאמיר אהערברענגען דעם שואל, זאל ער פארלייגן די צדדים.
וואסי די שאלה דא?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 11:41 am
דורך [NAMELESS]
א גרופע ליטווישע בני ברקער יונגעלייט זענען אריין צום סקווערער רבין ושאלתם בפיהם : דארף יעקב גוטרמאן זיין דער סגן ראש המועצה פון ביתר, אדער קען ישעי' וויין איבערנעמען די פאזיציע. דער רבי האט געענטפערט בנועם חן "אוודאי, אוודאי, זאל זיין מיט הצלחה, זכות אבותם מסיעתם, ביתר איז דאך הטוב והמטיב, מועצה איז דאך א עניין פון עצה, זאל זיין מיט הצלחה" וחזרו ושאלו, הרי ישעי' וויין הוא מן המחבלים, ענה רבינו בבת שחוק "יא, זאל ער טאקע קענען אסאך אויפטון, חבלים נפלו לו בנעימים".
איז דאס א פירכא צו הרב קנייבסקי'ס מערכות?
מה לך רבי חיים אצל נגעים, לאז די קרעץ צו סקווער, ומה לך סקווער אצל אהלות, אהלי תורה, כלך לך אל אגדה

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
:like

מענין לענין. ס'דערמאנט מיר אן אינטערסאנטע מעשה. געליינט אין א קובץ בחצר הקודש, ארויסגעגעבן לרגל א נסיעה פון ר' דוד טווערסקי קיין ישראל. בתוך הדברים פארציילט ער, ר' דוד הנ"ל, פאר זיין באזוכער א מעשה שהיה: א איד האט אמאל אנגעפרעגט ר' חיים קניבסקי איבער אן אויסלייג (ספעלינג) פון זיין נאמען לגבי א כתובה (אדער גט). דער שואל האט צוריקבאקומען זיין תשובה, ער מאכט אויף דעם מעטפה. ס'ליידיג! קיין ווארט נישט! והיה לפלא. עד שבא חכם אחד, וואס האט אים געוויזען אז ר' חיים האט פותר געווען די שאלה ביים ארויסשרייבן דעם שואל'ס נאמען אויף די מעטפה זעלבס, ביים send to:....

ס'איז מיר געווען א חידוש אז סקווירא רבי זאל דערציילען א מעשה פון א איד וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו זיין צווישען די תלמידי בעל שם.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:15 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די סטייפלער איז כשר, ווייל זיין פאטער איז געבוירן פון א ברכה פון א רבי פוון די טשערנאבלער גזע, ונקרא שמו ע"ש הטשערקאסער

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:56 pm
דורך מאטי
אויב דאוענט מען אין סקווירא נאכן זמן תפילה קען מען דאכט זיך זאגן צו ר׳ חיים שליט״א כבר קדמך הרב יוסף קארו ז״ל בספרו המקובל בכל תפוצות ישראל.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:12 am
דורך איציק
קופערניקוס האט געשריבן:א גרופע ליטווישע בני ברקער יונגעלייט זענען אריין צום סקווערער רבין ושאלתם בפיהם : דארף יעקב גוטרמאן זיין דער סגן ראש המועצה פון ביתר, אדער קען ישעי' וויין איבערנעמען די פאזיציע. דער רבי האט געענטפערט בנועם חן "אוודאי, אוודאי, זאל זיין מיט הצלחה, זכות אבותם מסיעתם, ביתר איז דאך הטוב והמטיב, מועצה איז דאך א עניין פון עצה, זאל זיין מיט הצלחה" וחזרו ושאלו, הרי ישעי' וויין הוא מן המחבלים, ענה רבינו בבת שחוק "יא, זאל ער טאקע קענען אסאך אויפטון, חבלים נפלו לו בנעימים".

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז ווירקליך פארגעקומען (איך זאג נישט אז נישט), אבער אוי איז דאס גוט!
ס'איז אבער קלאר אז מ'פארדרייט היינט די רבנים דאס קאפ מיט פראגעס וואס באלאנגען נישט צו זיי אין ענינים וואס זיי קענען זיך נישט אויס און ווילן זיך זאגאר נישט אויסקענען. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו פרעגן א שאלה, און אויך וועמען צו פרעגן. צו פרעגן ר' חיים בנוגע סקווערע פאליטיק בלויז ווייל ער איז דער גרעסטער גאון אין דור (לפי דעתם), איז נישט מער פון טיפשות, אזוי ווי איר האט גוט ארויסגעברענגט.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:34 am
דורך נייגעריגער
אוי, נעבעך! מ'איז דא דן וועגן הלכות!
און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא?!
אין סקווירא איז דאס דאך דער קעיס.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 4:19 pm
דורך smartinof
איציק האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:א גרופע ליטווישע בני ברקער יונגעלייט זענען אריין צום סקווערער רבין ושאלתם בפיהם : דארף יעקב גוטרמאן זיין דער סגן ראש המועצה פון ביתר, אדער קען ישעי' וויין איבערנעמען די פאזיציע. דער רבי האט געענטפערט בנועם חן "אוודאי, אוודאי, זאל זיין מיט הצלחה, זכות אבותם מסיעתם, ביתר איז דאך הטוב והמטיב, מועצה איז דאך א עניין פון עצה, זאל זיין מיט הצלחה" וחזרו ושאלו, הרי ישעי' וויין הוא מן המחבלים, ענה רבינו בבת שחוק "יא, זאל ער טאקע קענען אסאך אויפטון, חבלים נפלו לו בנעימים".

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז ווירקליך פארגעקומען (איך זאג נישט אז נישט), אבער אוי איז דאס גוט!
ס'איז אבער קלאר אז מ'פארדרייט היינט די רבנים דאס קאפ מיט פראגעס וואס באלאנגען נישט צו זיי אין ענינים וואס זיי קענען זיך נישט אויס און ווילן זיך זאגאר נישט אויסקענען. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו פרעגן א שאלה, און אויך וועמען צו פרעגן. צו פרעגן ר' חיים בנוגע סקווערע פאליטיק בלויז ווייל ער איז דער גרעסטער גאון אין דור (לפי דעתם), איז נישט מער פון טיפשות, אזוי ווי איר האט גוט ארויסגעברענגט.

און בנוסף אז צו מילי דעלמא פארשטייט א קאץ בעסער ווי ר' חיים

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 5:41 pm
דורך קאווע טרינקער
און בנוסף אז צו מילי דעלמא פארשטייט ...


איך בין מוחה אויף די כבוד פון האי תנא, גאון וצדיק רבי חיים קניבסקי שיחי' לאוי"ט.
איך מיין עס באמת, דאס מאל.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 5:44 pm
דורך smartinof
און אפשר האב איך עס גאר געמיינט אלס קאמפלימענט????
אגב, כבוד התורה טוישט נישט קיין מציאות...

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
סקוווער ציטערט אז די מערכה קעגן טעיפ רעקארדערס וועט נישט באקומען די שטיצע פון רבי חיים. כידוע האט ער דאך געשריבן אויף אינטערנעט יהרג ואל יעבור, אבער עס זעהט נישט אויס אז וועט עס אזוי שנעל שרייבן אויפן טעיפ רעקארדער.