איך וויין פארדעם 3 מאל ביי שמו"ע, און ער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

איך וויין פארדעם 3 מאל ביי שמו"ע, און ער?

שליחה דורך גרוש »

די ווערטער איז געשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל דורך א געוויסע ניק,

וז"ל:
זייענדיג אזוי פארטיפט האב איך נישט באמערקט ווי מיין פיר יעריגס שטייט ביים שוועל און ווארט. ס'גייט אדוירך א שטיקל צייט און איך הייב מיך אויף צו נעמען אביסל פאפקארן, איך נעם אראפ מיינע אויגן פון דעם באליבטן צייטונג און איך באמערק איר.

איך: וואס איז?

זי: איך וויל דיר דערציילן וואס ס'איז היינט געווען אין סקול

איך: זעהסט נישט אז איך בין ביזי?

איר פנים ווערט רויטלעך, אירע אויגעלעך נאס, און זי זאגט מיר: קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר, אייביג ביסטו ביזי. כ'האב דיר געוואלט דערציילן אז אונז האמיר היינט אנגעהויבן צו לערנען אל"ף בי"ת.

קיינמאל האסטו נישט קיין צייט צו מיר!
עכ"ל

ליינענדיג די ארטיקל זלגו דמעות מעיני, איך שטיי און קוק ארויס בכליון עינים מתי יבא לידי, אז מיין אייגן קינד, עצמי ובשרי, זאל מיר וועלן עפעס פארציילן, זאל דארפן מיין עטענשאן, איך פארגיס נחלי דמעות מינימום 4 מאל א טאג, (ביי 3 שמונה עשרה'ס, און ביינאכט אין בעט, רוב טעג איז עס מער פון דעם)

קומט דא איינער וואס האט ברוך השם זוכה געווען צו דעם, און ווארפט דאס אוועק בידים, זאגענדיג:
זעהסט נישט אז איך בין ביזי?

ווען נישט וואס זי הייבט ווען אהן צו וויינען, וואלט עס נאך עד היום געווען אזוי,

תשמר שעורת אנוש, איך קען אזא מעשה נישט פארשטיין,

אוי באשעפער, מתי יבא לידי ואקיימנה,
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

כבוד הרב גרוש,
ער ווארפט דאס שויניש אוועק, ער פארשטייט היינט אויך שוין נישט וויאזוי ער האט דאס געקענט אוועק ווארפן, סך הכל דערציילט ער נאר וואס ער האט דורעכגעמאכט כדי צו העלפען אנדערע וואס זענען נאך ליידער אין דעם פראבלעם. טא פארוואס איהם אזוי אפקלאפן?
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הה"ד א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגן, וכן להיפך.
דער מענטש אין תפיסה קען נישט באגרייפן אז א פרייער מענטש רעדט זיך אפ אויפן וועטער אדער אויף אנדערע שוועריגקייטן.
דער קראנקער אין שפיטאל איז נישט משיג ווי אזוי א געזונטער מענטש טוט זאכן אנדערש ווי ער וואלט געוואלט.
יעדער איינער זעהט נאר וואס "אים" דרוקט, און פארשטייט נישט אז א צווייטער האט אן אנדערן בליק, אנדערע דאגות, אנדערע שוועריגקייטן, אנדערע חינוך, אנדערע נסיונות, און א אנדער לעבן, און איז בכלל אין א אנדערע MODE ווי דו.
דו מיינסט אז ווען דו וועסט אי"ה זוכה זיין צו האלזן אן אייגן קינד וועסטו האבן צייט צו אים/איר 24/7? די דאגת הפרנסה וואס מיר זענען פאריאגט און פארפלאגט נעמט אוועק דעם ישוב הדעת וואס עלטערן וואלטן געדארפט האבן פאר קינדער. ליידער גלות אמעריקע.

ויה"ר מען זאל בקרוב הערן בשורות טובות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווי ס'זעהט אויס האסטו געליינט די תגובה איבער וועלכע דו רעדסט, "אוט אוו קאנטעקסט". נישט אין קאנטעקסט און פארפאסנדיג דעם ציל פונ'ם שרייבער (איך מיין ס'געווען "אקאונטענט"). ווייל דער שרייבער זאגט מוסר פאר איינעם און ווייזט איהם אויף וויאזוי נישט צו טון. און ער זאגט אז ר'האט שוין תשובה געטון. ס'איז א חילוק אויב מ'ליינט נאר א טייל פון א מאמר אדער דעם גאנצן מאמר. ווייל מ'קען קומען צו די נישט ריכטיגע מסקנות.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ר' גרוש טאקע נאכען ליינען דיינע ווערטער געט עס אונז כח און חיזוק אפילו מ'האט נישט אלעמאל געדולד..
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

גרוש, ביסט הייליג גערעכט. אבער אזוי גייט עס, תענוג תמידי אינו תענוג. זעלטן ווען א מענטש נעמט אינווענטארי פון די רוב טובה וואס ער האט, ער וועט אבער כסדר ציילן דאס ביסעלע שלעכטס.

נאך מער, עפעס וואס קומט אן גרינג האט א קלענערע חשיבות ווי עפעס אויף וואס מ'האט זיך געפלאגט דערויף. אזוי איז עס ביי געלט, גרינג געלט גייט גרינג, און אזוי איז עס ביי אנדערע זאכן.

ביי דעם וואס איז א חתן געווארן ביי די אכצען, האט א כ'מעשה'דיגע שלום בית, און האט קינדער יעדע שטיק צייט, איז דאס אלעס עפעס וואס ס'איז נארמאל אז ס'זאל אזוי זיין. ס'איז נישט עפעס וואס מ'אפרישיעיט עפעס ספעציעל. מ'טראכט ווייניג מאל אריין ווי גליקלעך מען איז. אזוי קען זיך מאכן א מצב אז דאס געדולד צו די קינדער לויפט אביסל אויס, נאך אלעם איז גידול בנים פארט א שווערע מסכת.

און אזוי האט ליידער פאסירט ביי מיר. ביז מיין טאכטער האט מיך גראד געשטעלט.

א הארציגן ישר כוח פאר דיינע ווערטער, ס'פעלט זיך אמאל אויס דאס צו הערן. איך וואונטש דיר כל טוב וטב און כ'וועל א ספעציעלע תפילה טאן פאר דיינעט וועגן.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
פארשפארט