בלאט 1 פון 1
אידען טוישן ארום סיינס
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:19 am
דורך ידען
אידן האבן אלץ ליב געהאט צו טוישן געזעצן ווען ס'קומט אויס בעסער. און אויב מ'קען נישט אויף די געהעריגע וועג וועט מען אליינס נעמען די זאך אין די האנט און טוישן אז ס'זאל גוט אויסקומען.
אזוי איז געווען א סאך מאל מיט די סיינס וואס מ'לייגט ארום אין וויליאמסבורג, און טאקע א סאך מאל מאכט עס נישט סענס און מ'קען צו קיינעם נישט רעדן וועגן עס טוישן, קומט מען אינמיטן די נאכט אדער ווען מ'טוהט אן די קמיע וואס מאכט אז מ'איז א רואה ואינו נראה און מ'טוישט, און אזוי קען מען פארקען געהעריג.
אבער נישט אלע מאל איז די קמיע גוט געלייגט מיט די גוטע כונות און מ'זעהט יא, אזוי ווי א באס דרייווער געט איבער פאר די ניו יארק פאסט:
http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... Ggyu44fABL
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
דורך [NAMELESS]
שרעקליכע חילול ה'
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:48 am
דורך למדן
וואטעווער איי'ל דא מאך איך עניוועי א חילול השם, סאו לאמיך מיך אינדזשוען אין די מיען טיים.
חס ושלום אזוי צו זאגן, אבער האסטו שוין געזען אז די פאוסט זאל האבן פאזיטיוו?
אדער אפילו נישט זיין אזוי ביזי מיט נעגעטיוו אקעגן יודן?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:27 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:שרעקליכע חילול ה'
מעגליך. אבער דער "בייעס" פונ'ם נ.י. פאוסט אין דעם וועג וויאזוי זיי שרייבן דעם ארטיקל און די לשונות וואס זיי נוצן ליינט זיך ארויס פון צווישן די שורות. אויב זיי וואלטן גענוצט די זעלבע לשונות איבער סיי וועלכע אנדערע עטנישטע גרופ וואלט מען שוין אויפגעהויבן א ויצעקו. אבער ווילאנג די רעדע איז איבער "חאסידס" איז עס או.קעי.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:15 pm
דורך פרישער
די עובדא איז א שקר מעיקרא, ס'איז סתם א העסליכע ארטיקל געצילט קעיגן היימישע יודן.
וואס זיי דערציילן נישט קיינעם איז אז די DOT איז געקומען צום ארט נאך פאר שבת און באשטעטיגט אז די סיין איז על מקומו
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 6:14 pm
דורך שלשלת
העמיר דארפן ווארטן אויף "מצליח" פון חודש סיון, צו וויסן די גענויע פאקטן אין אנאליזן ארום די פרישע (אנטיסעמיטישע) געשרייבעכץ פונעם פאוסט
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:03 pm
דורך שלשלת
בכלליות איז די ארטיקל אדורך און אדורך פיל מיט שנאת ישראל. זיי פארן פון איין מעשה צום צווייטן אן קיין שום קשר. מה ענין רוקן א פארקינג סיין, אצל בעטן א פרוי זיצן אין בעק פון א בארא פארק באס. פון דארט שלענגעלט זיך די ארטיקל צום בייק-לעין, און דאן כאפט עס א קאנקארד אזש ביז לייבי קלעצקי, ווי סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז די אידישע שומרים טויגן נישט.
הצד השוה בהן - עשיו שונא ליעקב!
ווען וואלטן זיי געשריבן דאס זעלביגע אקעגן שווארצע, וואלט מען שוין אצינדער געהאלטן נאך עטליכע פרעסע קאנפרענצן אויף די טרעפ פון סיטי האל, מיט א טוץ פון פארלוימדונגען און אנטשולדיגונגען
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:06 pm
דורך שלשלת
ידען האט געשריבן:אידן האבן אלץ ליב געהאט צו טוישן געזעצן ווען ס'קומט אויס בעסער. און אויב מ'קען נישט אויף די געהעריגע וועג וועט מען אליינס נעמען די זאך אין די האנט און טוישן אז ס'זאל גוט אויסקומען.
מה שאין כן די גוים זענען איבעראל און אלעמאל באקאנט געווען אלץ עקסטרעמע געזעץ-היטער...
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:09 pm
דורך איחוד פעלד
“These guys are just constantly moving these signs,” he said.
הא כיצד?
פין איינמאל ריקען איז געווארען אז אלעמאל ריקען זיי?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:54 pm
דורך היימישער
עס איז נישט איין מאל רוקען. איך האב אמאל גזען ווי א יונגערמאן האט גערוקט א סיין האב איך אים געפרעגט פארוואס ? האט ער מיר געזאגט אז דאס האלט שוין אן יארען וואס די גוישע שכן ריקט די סיין ווייל ער וויל קענען פארקען זיינע קאמערשאל טראקס און ער קוקט עס נאר ציריק, און די גוי מיינט אז די DOT טוט עס
עס קען זיין דא אויך די זעלבע
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
שלשלת האט געשריבן:בכלליות איז די ארטיקל אדורך און אדורך פיל מיט שנאת ישראל. זיי פארן פון איין מעשה צום צווייטן אן קיין שום קשר. מה ענין רוקן א פארקינג סיין, אצל בעטן א פרוי זיצן אין בעק פון א בארא פארק באס. פון דארט שלענגעלט זיך די ארטיקל צום בייק-לעין, און דאן כאפט עס א קאנקארד אזש ביז לייבי קלעצקי, ווי סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז די אידישע שומרים טויגן נישט.
הצד השוה בהן - עשיו שונא ליעקב!
ווען וואלטן זיי געשריבן דאס זעלביגע אקעגן שווארצע, וואלט מען שוין אצינדער געהאלטן נאך עטליכע פרעסע קאנפרענצן אויף די טרעפ פון סיטי האל, מיט א טוץ פון פארלוימדונגען און אנטשולדיגונגען
איין קליינע הגה"ה: אין דעם פאל פון די שנאה פון פאוסט צו ערליכע אידן איז עס נישט עשיו שונא לעקב. נאר שנאת עם הארץ לתלמיד חכם. אדער שנאת חילונים (אויב מ'מעיג נוצן אזא ווארט) ל''ערליכע אידן.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 8:56 pm
דורך Starbucks
איינער דארף מסביר זיין פאר׳ן פואסט אז מיר חסידים זענען געטרייע עקסטרעם רעכטע ראש לימבאו טי פארטי אנהענגער, מיר זענען אויפן זעלבן טיעם!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:04 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:30 am
דורך דולה ומשקה
בעיני ראיתי ווי ביי קלויזענבורגער בית המדרש אין ב"פ, האבן מענער (בחורים אדער יונגעלייט) רייסען ארויס דעם באס סיין, וואס געפונט זיך אויף קארנער 50'סטע גאס אין 14 עוו. מיטן סיבה צו קענען דארט פארקן אוטו'ס, מיטן תירוץ ס'נישט דא קיין סיין וכיוצ"ב, אפט געקענט זעהן דעם אייזערנע פאול אויף דער זייט, אדער אין דער נעבעדיגע חצר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:58 pm
דורך פרענטש וואנילע
א נישט יודישער בלאגגער ווייזט אויף די ליגענט פונעם סיטי באס דרייווער (נישט פארטוישען מיט סיטי פיעלד), מיט בילדער און שטאטישע ארכיווען.
http://www.newyorkparkingticket.com/Blo ... Blog_Email
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:10 pm
דורך berlbalaguleh
Starbucks האט געשריבן:איינער דארף מסביר זיין פאר׳ן פואסט אז מיר חסידים זענען געטרייע עקסטרעם רעכטע ראש לימבאו טי פארטי אנהענגער, מיר זענען אויפן זעלבן טיעם!
אבער מיר זענען פארט אידן, חסידים. און א יעדער ציגאנער און ברי' שפילה קען זיך צולאזן אקען אונז און אונז באשמוצן אן מורא פאר די קאנסעקווענצן. אזוי איז געווען אין פוילן ווען די פוילישע (גוי'אישע) פארטיזאנער האבן זיך געשלאגן אקעגן די נאציס. און זיי אליין, שטאטס צו ארבעטן צוזאמען מיט די אידן, האבן איבערגעגעבן די אידן אין די הענט פון די נאציס ימ"ש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. דער בלאגער טוט ארבעט וואס יעדער וואלט געקענט טון, און דער פאקט אז דער פאוסט האט עס נישט געטון פאר'ן דרוקן דעם באריכט ווייזט אויף דעם קוואליטעט פון זייער זשורנאליזם.
און מ'דארף אויך געדענקען צו וועלכע עטנישע גרופ דער סיטי באסדרייווער (וועלכער האט געמאכט די פאלשע באשולדיקונג אקעגן די אידן) באלאנגט. (לויט'ן נאמען( .