בלאט 1 פון 2

ביטע קומט אריין שטימען: וויאזוי ליינט איר קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:43 pm
דורך גבאי שני
אין אונזער ארבעט צופרידנצושטעלן אלע שרייבער און ליינער איז אונז וויכטיג צו וויסן ווי אזוי די טייערע חברים זענען געוואוינט צו ליינען קאווע שטיבל. ביטע גיט אוועק א מינוט אויסצואוועלן דעם וועג ווי אזוי איר ליינט.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:16 pm
דורך ידען
די ערשטע און די זעקסטע איז נישט די זעלבע?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:17 pm
דורך גבאי שני
דער ערשטער אויסווייל איז אויב מ'דרוקט דעם קנעפל פון "אקטיווע אשכול" (וואס גיט אלע אקטיווע אשכולות פון אלע פארומס חוץ צימעס), דער זעקסטער אויסוואל איז אויב מ'דרוקט די צוויי קנעפלעך "אקטיווע אשכולות - פארברענגען" און "אקטיווע אשכולות - תורה ודעת" עקסטער.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:18 pm
דורך זר זהב
דאן וואס זענען די צוויי אויסוואהלן בעפאר דער זעקסטער?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:22 pm
דורך גבאי שני
נומער 4 איז פאר איינער וואס נוצט נאר די "אקטיווע אשכולות - פארברענגען" קנעפל, און נומער 5 איז פאר איינעם וואס נוצט נאר דעם "אקטיווע אשכולות - תורה ודעת" קנעפל. נומער 6 איז פאר דער וואס נוצט ביידע.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
"זעה רעזולטאטן" ארבעט נישט ביי מיר.
ביי אנדערע יא?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:23 pm
דורך זר זהב
אהא

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:28 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:"זעה רעזולטאטן" ארבעט נישט ביי מיר.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:29 pm
דורך גבאי שני
שמעקעדיג האט געשריבן:"זעה רעזולטאטן" ארבעט נישט ביי מיר.
ביי אנדערע יא?

עס איז אנגעשטעלט צו ווייזן די רעזולטאטן נאר נאכדעם וואס די אנקעטע ענדיגט זיך.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:33 pm
דורך ידען
גבאי שני האט געשריבן:נומער 4 איז פאר איינער וואס נוצט נאר די "אקטיווע אשכולות - פארברענגען" קנעפל, און נומער 5 איז פאר איינעם וואס נוצט נאר דעם "אקטיווע אשכולות - תורה ודעת" קנעפל. נומער 6 איז פאר דער וואס נוצט ביידע.

וועלעכע פורום איז נישט ביי איינס פון די צוויי?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:40 pm
דורך ידען
גבאי שני האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:"זעה רעזולטאטן" ארבעט נישט ביי מיר.
ביי אנדערע יא?

עס איז אנגעשטעלט צו ווייזן די רעזולטאטן נאר נאכדעם וואס די אנקעטע ענדיגט זיך.

א גוטע איידיע, ווייל סע דא וואס וועלען אלץ נאך מאכען אנדערע.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:43 pm
דורך גבאי שני
מיר האבן געטוישט אז מ'זאל יא קענען זען די רעזולטאטן פון די יעצטיגע אנקעטע. עס איז נישט שייך "נאכצומאכן" - מיר בעטן נאר אז מ'זאל איבערגעבן די מציאות ווי אזוי מ'ליינט.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:43 pm
דורך גבאי שני
ידען האט געשריבן:
גבאי שני האט געשריבן:נומער 4 איז פאר איינער וואס נוצט נאר די "אקטיווע אשכולות - פארברענגען" קנעפל, און נומער 5 איז פאר איינעם וואס נוצט נאר דעם "אקטיווע אשכולות - תורה ודעת" קנעפל. נומער 6 איז פאר דער וואס נוצט ביידע.

וועלעכע פורום איז נישט ביי איינס פון די צוויי?

זיי ביטע בעסער מסביר דיין פראגע.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:12 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס וויל די הנלה וויסען? וואס גייט מען מתקן?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:46 pm
דורך קאווע טרינקער
אז ס'איז שוין יא אונטער קאנסטרוקציע, אפשר זאל מען ארויפלייגן "נייע הודעות" נעבען די "ווייז אייערע הודעות". פארוואס?
איז אזוי, איך בין זיך נוהג ערשט צו באזוכן "ווייז אייערע הודעות", צו זעהן אויב איינער האט עפעס מוסיף געווען אין די סוגיא וואס מיר האב אויך עוסק געווען בזכות אבותי וכו'. דערנאך באזוכען מיר צו ס'איז דא "נייע סחורה", אבער דאס צו טוהען, דארף איך לייגן לחץ אויף די "הויפט זייט" קנעפעל, און ערשט דערנאך אויף די "נייע הודעות".. וואס דאס איז ממש ביטול זמן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:47 pm
דורך ידען
איך וועל פרעגען אביסעל אנדערש.

איינס מיט זעקס איז די זעלבע, אבער איינס איז אלע ביידע צוזאמען און זעקס איז עס עקסטער?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:49 pm
דורך ידען
אז מע בעהט שוין ווילעך אויך בעהעטען נאך אמאל אז מע זאל מאכען א אקטיווע אשכולות וואס אלע אלע זאכן זאלען דארט זיין, אדער מאכען א אקטיווע אשכולות מיט צימעס קנעפעל.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 5:33 pm
דורך גדעון
נישט געלייענטע הודעות!

בטעות געשטומט פאר עפעס אנדערש

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:20 pm
דורך ברעט מענינג
ווען מען ליינט א אשקול קען מען נישט דריקען נייע הודעות,
נאר איך מיז גיין צים הויפט בלאט, אין דערנאך דריקען ניי הודעות,
וואס מען דארף טין איז, אז יעדע מאל ווי מען זאל נאר זיין, זאל זיין א אפשין פין נייע הודעות, (אזוי ווי ביי....)

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 5:41 pm
דורך געפילטע פיש
מאך א בוקמארק.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:17 am
דורך שלשלת
ברעט מענינג האט געשריבן:ווען מען ליינט א אשקול קען מען נישט דריקען נייע הודעות,
נאר איך מיז גיין צים הויפט בלאט, אין דערנאך דריקען ניי הודעות,
וואס מען דארף טין איז, אז יעדע מאל ווי מען זאל נאר זיין, זאל זיין א אפשין פין נייע הודעות, (אזוי ווי ביי....)

כברעט ועוד לקרא

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:01 am
דורך טעפל
כ'פלעג גיין צו ווייז דיינע הודעות, אבער דערנאך וואס כ'האב דערלייגט וועגן דעם זאפטיגע אשכולות גיי איך היינט לכתחילה צו אקטיווע

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:57 am
דורך נייגעריגער
שוין ארויס פונעם שטום בודקע!
כ'האב ח"ו נישט געשטימט פאר אזעלכע קאנדידאטן וואס שטיצן די חוקי תועבה :D
איך בין אן אלטע "אקטיווע אשכולות" פען, און פאר אים האב'ך געוועלט!!!
קיינער זאל מיר נאר יעצט נישט פרעגן אז ער שטיצט דאך יא די חוקי תועבה [דהיינו מאחורי קומט ארויף דארט] ווייל כגיי נישט האבן וואס צו ענפערן ;)