בלאט 1 פון 2

פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:13 pm
דורך לאדיך אפ
דער בארימטער סעמי-חרדישער שריפט שטעלער הרוצה בעילום שמו, המכונה באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין בכינוי דאינו משתמע לתרי אנפין, "קטלא קניא" באגמא, האט לכבוד דעם איצטיגן יום טוב ארויסגעגבן א פרישן פאעזיע אין אונזער היימישען *יידישען* שפראך. די אייציגסטע פראבלעם איז נאר... אז קיינער איז נישט מצליח צו פארשטיין וואס מורה מורינו ר' קטלא וויל. יא, סאיז טאקע ברייט באקאנט אז קטלא איז תמיד בגילופין, ווי ער אליינס איז מעיד אינעם קעפל פונעם בלאָג זיינעם, אבער דאך... רעדן טערקיש איז קיינמאל נישט געווען זיין שטייגער. האב איך געטראכט צו מיר, קיין קאָפי רייט האט דאך נישט ק"ק, איז פארווס זאל איך עס נישט אויפהענגען דא אין שטיבל אזוי אויפן וואנט, אז יעדער וואס קומט אריין כאפן א גלעזעלע כשר לפסח קאווע זאל עס קענען זען, און פרובירן אויסצופיגערען די רעטעניש, ס'זאל זיין פתח דבריו יאיר מבין פתאים.

והנה, און אט איז זי ככתבה וכלשונה בלי שום שינוי כלל ועיקר (אז איר ווילט דוקא יא זען אין אריגענעל, דרוקטדזשע דא):

כּאן הבן שואל

קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

עד כאן לשונו, ועד כאן אומרים בחול המועד פסח והמדקדקין חוזרים ב"פ קו"ח.
איך וועל אויך זיך ערלויבן מעתיק צו זיין אפאר פון די אזוי גערופענע "הערות והארות" אויפן דיזען בלאג פאוסט:

אנונימי אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער אפשר איז דאס גופא די כוונה.......

אנונימי אמר/ה...
Katle,have you lost it? for this we had to wait for over two months?
are you ok? if not we will say some tehilim for you,please let us know what's up with you

אנונימי אמר/ה...
This scribble has a beginning, a muddle, and an end

יואל גאלד אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין ווארט. אבער קטלא איך שטעל דיך אויפן חזקה אז דו האסט טיפע כוונות, אפשר די זעלבע כוונות וואס אונזערע רבי'ס האבן געטראפן אין די טעותים אין די הגדה וועלכע זיי האבן אונטערגעהערט ביי די אמעראצים פסח אויפדערנאכט.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 1:56 pm
דורך קול גדול
ס'איז זיכער אז דער רבי ר' קטלא האט העכערע כוונות, מ'דארף זיך פשוט אריינגרינטעווען צו אויסגעפונען די טיפע רמזים וסודות וואס ליגט דערין.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:17 pm
דורך אברעמעל
אלץ געהאט די פראבלעם מיט זיין בלאג, ער שרייבט מיט נקודות און ווען כ'בין אויפן פאון איז נישט מעגליך צו ליינען.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 9:30 pm
דורך John Doe
וואס איז נישט צו פארשטיין? ער רעדט זיך פשוט אפ אויפן קשוי השעבוד פונעם אורטופראקסישן לעבן.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:13 pm
דורך יידל
דזשאן, נו אפשר לערנסטו מיט אונז פירוש המילות?

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:21 pm
דורך קול גדול
ר' קטלא איז מבאר פארוואס ער שרייבט אין אונזער מאמע לשון יידיש:
http://katlekanye.blogspot.com/2012/04/ ... st_15.html

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:24 pm
דורך ידען
וואס עפעס ״ר׳״?

האסט גענומען שימוש ביי אים?

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:54 pm
דורך קול גדול
ידען האט געשריבן:וואס עפעס ״ר׳״?

האסט גענומען שימוש ביי אים?

פארוואס נישט? פון דוד המלך זעט מען אז אפילו מ'לערנט נאר צוויי דברים דארף מען שוין רופן רבי.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:57 pm
דורך שמואל הלוי
האסטו געלערנט ביי אים שני דברים?

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:04 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:האסטו געלערנט ביי אים שני דברים?

אוודאי, אין יעדע ארטיקל איז דא דברים וואס מ'קען זיך ארויסלערנען.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:29 pm
דורך ידען
למשל וואס האסטו געלערענט פון די פאעזיע ארטיקל?

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:45 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
לאדיך אפ האט געשריבן:דער בארימטער סעמי-חרדישער שריפט שטעלער הרוצה בעילום שמו, המכונה באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין בכינוי דאינו משתמע לתרי אנפין, "קטלא קניא" באגמא, האט לכבוד דעם איצטיגן יום טוב ארויסגעגבן א פרישן פאעזיע אין אונזער היימישען *יידישען* שפראך. די אייציגסטע פראבלעם איז נאר... אז קיינער איז נישט מצליח צו פארשטיין וואס מורה מורינו ר' קטלא וויל. יא, סאיז טאקע ברייט באקאנט אז קטלא איז תמיד בגילופין, ווי ער אליינס איז מעיד אינעם קעפל פונעם בלאָג זיינעם, אבער דאך... רעדן טערקיש איז קיינמאל נישט געווען זיין שטייגער. האב איך געטראכט צו מיר, קיין קאָפי רייט האט דאך נישט ק"ק, איז פארווס זאל איך עס נישט אויפהענגען דא אין שטיבל אזוי אויפן וואנט, אז יעדער וואס קומט אריין כאפן א גלעזעלע כשר לפסח קאווע זאל עס קענען זען, און פרובירן אויסצופיגערען די רעטעניש, ס'זאל זיין פתח דבריו יאיר מבין פתאים


עמיצער האט מיר אמאל געזאגט אז די ערגסטע זאך פאר א פאעט איז אים צו פרעגן: וואס האסטו געמיינט צו זאגן. איך קען נישט מסביר זיין וואס ק"ק מיינט צו זאגן. כפי הנראה ווייסט א פאעט א סך מאל אליין נישט קלאר וואס ער וויל זאגן. ער באהאלט זיך, אזוי צו זאגן, אינעם ליידיגן חלל וואס צווישן די אותיות. איך ביך אויך נישט קיין פאעט; ווען א שטיקל פאעזיע קומט מיר פאר ווי שיין, מיינט עס אז איך האב ליב געהאט וואס כ'האב געלייענט, אן דווקא וויסן פארוואס.

דאס געפיל וואס באקומט זיך פון דעם שטיקל איז קלעם - לאו דווקא דער קלעם פון אן ארטאפרעקס. איך הער אז "וואס ווילסטו דא מיט דעם גאנצן עסק". דאס שטיקל האט אויך א סך שעפערישע ווערטערשפילן - אן אייגנשאפט מיט וואס ק"ק צייכנט זיך ספעציעל אויס.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:46 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:טא, זיי אזוי גוט און צייכן צו וועלכע ווערטערשפילן עס זענען דיר געפאלן.



קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין



אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן



איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן



הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט



אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען


די לעצטע שורות טוען שרעקליך וויי...

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:21 pm
דורך יידל
קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין

אקעי דאס פארשטיי איך .ער רופט אן די קיטל "תכריכין", און שפירט זיך דערין נאקעט און לער.

אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן

דאס כאפ איך נישט. וואס איז די לעצטע וועטשערע ווי יעדער דארף זיצן אויבן אן? און וואס האט דאס מיט יאשקע'ס טשוואק? וואס איז דער ווערטער-שפיל?

איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן

דארף כל חמירא צו זיין דא דער ווערטער-שפיל?

הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט

אקעי, "ס'איז הפקר ווי דער וועלט" איז די ווערטער-שפיל. זייער שיין (דאס, אגב, טוט אויך וויי...)

אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

איך זע דא צוויי ווערטער-שפילן: פעדער און גאל ישראל. האב איך ריכטיג צוגעטראפן פ"ק?

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 3:17 pm
דורך פעדער
יאשקעס טשוואק איז אן אלטן אויסדרוק ווי צו זאגן . גיי זוך א זאך וואס איז מילא נישט דא. ווייל יאשקע האט מען דאך נישט געהאנגען בכלל. איז דאס זעלבע טרעף מיר דעם חמץ וואס מ'האט מילא שוין געקראצט און געריבן עטליכע וואכן ביז טאטאלע פארניכטונג . "הענג זיך דערמיט" איז פשוט ווי מ'זאגט אין מאמע לשון "גיי הענג דיך" בנוסף לזה אז ס'שטימט אקוראט מיטן משל הדומה.

ווייטער לעצטן וועטשערע באציהט ער זיך לכאו' דאס וואס פאר פסח קוועטשט מען זיך צוזאם ביים ווינקל ארום עטליכע באקסעס. ס'איז נישט שייך קיין אויבן אן, אין אנדערע ווערטער, יעדער זיצט ביים אויבן אן.

מבטל געווען ביי כל חמירה דעם אפיקומן איז משמע מסתמא , די שטיקל וואס מ'לייגט אוועק איבערעס יאר אלץ שמירה און בעפאר פסח פארברענט מען עס.

"ס'איז הפקר ווי די וועלט" מיינט ער דערמיט . די בני חורין וואס מ'דארף שפירן. זאגט ער כביכול , מ'שפירט עס מילא דורכן יאר. און אפ' יעצט , איז עס 'יענץ חירות ' (ווייטאגליך וכו' . אדער קען מען זאגן ער וויינט זיך אויס צום בוכ"ע... לייז אונז אויס.)

"ווער פארברענט" מיינט ער דעם 'חמץ' . "ווער פריי בלייב פרום" איז פשט "כל דצריך"...
"טונק שפאלט זאג" איז פשוט די ליל הסדר . - כרפס. הגדה. הלל. שביעי של פסח. וכו' "גאל י שראל" איז א מליצה צו די 'שלעפעריגע' . (חוץ אויב מיינט ער מינות עפ"ל)
כך מדומה לי.

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 3:29 pm
דורך שמואל הלוי
מ'קאכט אריין אין א שטיקל קטלא קניא, קעניינע הארע...

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:11 pm
דורך קול גדול
ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:17 pm
דורך שמואל הלוי
איך גלויב אז ער איז שוין לאנג איינגעשריבן דא

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:34 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:איך גלויב אז ער איז שוין לאנג איינגעשריבן דא

און וואס איז זיין ניק? (גילוי?)

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:34 pm
דורך ישבב הסופר
כפי מיעוט הבנתי בשירה, העולה מכל הפואמה של קטלא הוא :
"מה העבודה הזאת לכם",
ואם בנו ישאלנו שאלה זו, הרי יענה לו כמצווה בהגדה, ועל זה כבר אמר הנביא "אבות אכלו בוסר ושיני בנים תקהינה".

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:51 pm
דורך ידען
קול גדול האט געשריבן:ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:53 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

דאבל קליק אויף די שורה פון די לינק, דאן גיי צו "סוירטש גוגל וכו'" וועסטו אנקומען אהין

Re: פאעזיע פון קטלא קניא

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 4:00 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:ר' קטלא איז זיך מצטרף צו די קריאה הקדושה זיך משתתף צו זיין אין אונזער פארום:
katlekanye.blogspot.com/2012/04/blog-post_15.html?showComment=1334782960970#c448512123852425042

לינק ארבעט נישט

דאבל קליק אויף די שורה פון די לינק, דאן גיי צו "סוירטש גוגל וכו'" וועסטו אנקומען אהין

סארי מ'דארף טריפל קליקן (דריי מאל).