ערטער אויף די וועלט וואו מענטשן זענען נאכנישט צוגעקומען
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
ערטער אויף די וועלט וואו מענטשן זענען נאכנישט צוגעקומען
ס'איז היינט געווארן א פארגעשריטענער וועלט, וואו יעדע פינטל אין די וועלט איז פארצייכנט קלאר. ס'איז נישט ווי אמאל וואס אויסער די צוויי דערפער ארום דיין שטאט האסטו שוין נישט געוויסט וואס טוט זיך, און אויב האט מען געוואלט, האט מען דיר געקענט איינרעדן אין הימל א יריד, אז עס איז דא א ווייטע לאנד וואס גרעניצט זיך מיט די לבנה און דארט זענען פאראן מענטשן מיט דריי קעפ... היינט איז דער וועלט אזוי קליין, אז רוב וועלט קענסטו באזוכן פון דיין אפיס דורך גוגל מעפס, און אפילו די וואס זענען נאכנישט אויף גוגל מעפס, ווייסט מען אבער פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט, און גארנישט איז פארבארגן פון מענטש'נס אויגן.
פארט זענען פאראן פלעצער וואס לויט חז"ל עקזיסטירן זיי, אבער אויף די מאפעס פון די וועלט ווייסט מען נישט פונקטליך וואו זיי זענען. פארשטייט זיך אז כופרים וועלן גענצליך לייקענען אין די עקזיסטענס פון די פלעצער, נאך וואס מען געפינט זיי נישט; אויפגעקלערטע אידן, חוקרים, וועלן זיך נעמען די מיה און ערקלערן וואו מען קען זיי געפינען און וואס עס קען מיינען; ווידער חסידי'שע חניוקישע יונגעלייט וועלן נישט וועלן וויסן (ווייל ס'קען ברענגען מחשבות זרות...) און וועלן זאגן "אויב חז"ל זאגט אז ס'איז דא, דארף מען נישט גיין קוקן וואו ס'איז - ס'איז נישט קיין נפק"מ, מען דארף גלויבן בלינדערהייט".
פארנט פון מיינע אויגן ליגט מיר יעצט צוויי אזעלכע פלעצער אויפן געדאנק.
א. סמבטיון
ב. גן-עדן מקדם
(ווער עס האט נאך דגמאות איז מכובד אפירצוקומען דערמיט, און מען וועט עס מלבן זיין ברבים.)
בשעת דער סמבטיון איז אויסגעדראשן געווארן אויף פילע ערטער, רעדט כמעט קיינער נישט איבער דער מקום פונעם גן עדן התחתון. לויט די תורה ליגט עס אויף אונזער פלאנעט און ערגעץ אויפן גלאויב דארף עס צו זיין. אנדערש פונעם סמבטיון איז פאראן פארשידענע אנווייזונגען אין די תורה אויף איר ארט, וואו זי דארף זיך געפינען. למעשה לא מצאנו אז פיל זאלן זיך פארענען דערמיט.
אלזא, לאמיר אפירנעמען די מקומות בכלל, און גן עדן בפרט, צו זען וואו געפינט זיך דער ארט פון וואו מיר אלע זענען ארויסגעקומען - דער גן עדן התחתון וואו אונזערע זיידעס האבן זיך אויפגעהאלטן געניסנדיג מזיו השכינה, ביז זיי זענען פון דארט פארטריבן געווארן נאכן זינדיגן מיטן עץ הדעת.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איידער מען קריכט אריין אין די ספרים צו טרעפן מקורות. איז וויכטיג צו וויסן אז טראץ די עראפלאנען, באנען, סאטאליטן און פארשער זענען ריזיגע טיילן פון דער פלאנעט וואס זענען נאך נישט עקספלארירט געווארן, סיי אין די ים און סיי אין די יבשה. די עמעזאן דזשאנגלען אין סאוט אמעריקא זענעם נישט עקספלארירט כמעט. פאר אפאר יאר צוריק איז אן עקספלארירער צוריק געקומען נאך א יאר שפאציר אין די גזשונגלען מיט בילדער פון חיות, און געוואוקסן וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזעהן געווארן. ווי אויך האט ער אנגעטראפן א שבט פון טוזנטער פרימיטיווער מענטשן וואס האבן ביז היינט געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע מענטשן, און אז די וועלט איז סך הכל זייער קליינע געגנט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
רמב"ן בראשית ג', כ"ב:
ודע והאמן כי גן עדן בארץ, ובו עץ החיים ועץ הדעת, ומשם יצא הנהר ויפרד לארבעה ראשים הנראים לנו, כי פרת בארצנו ובגבולנו, ופישון הוא נילוס מצרים כדברי הראשונים, אבל כאשר הם בארץ כן יש בשמים דברים יקראו כן, והם לאלה יסוד, כמו שאמרו (מדרש שה"ש זוטא א ד) הביאני המלך חדריו מלמד שעתיד הקב"ה להראות את ישראל גנזי מרום החדרים שבשמים דבר אחר הביאני המלך חדריו אלו חדרי גן עדן מכאן אמרו כמעשה הרקיע מעשה גן עדן.
והנהרות כנגד ארבע מחנות שבמרום, ומשם ימשך כח המלכיות שבארץ, כמו שכתוב (ישעיהו כד כא) ועל צבא המרום במרום ועל מלכי האדמה באדמה כך אמרו בבראשית רבה (טז ד) ארבעה ראשים אלו ד' מלכיות שם האחד פישון זה בבל וכו', והדברים הנקראים עץ החיים ועץ הדעת למעלה סודם נעלה ונשגב.
והאדם חטא בפרי עץ הדעת תחתון ועליון במעשה ובמחשבה, ואם היה העץ טוב לאדם למאכל ונחמד אליו להשכיל למה מנעו ממנו, והאלהים הוא הטוב והמטיב לא ימנע טוב להולכים בתמים, והנחש אין בו היום נפש מדברת, ואם היתה בו מתחילה היה מזכיר בקללתו שיאלם פיו כי היא היתה לו קללה נמרצת מכולן.
אבל כל אלה דברים כפולים, הגלוי והחתום בהם אמת, ובבראשית רבה (טז ה) דבר אחר לעבדה ולשמרה אלו הקרבנות שנאמר (שמות ג יב) תעבדון את האלהים על ההר הזה הדא הוא דכתיב (במדבר כח ב) תשמרו להקריב לי במועדו, רמזו כי הקרבנות יצמיחו ויגדלו בעץ החיים ועץ הדעת וכל עצי גן עדן, והם העבודה והשמירה בהם.
ורבי אברהם מכחיש מה שאמרו כי פישון הוא נילוס, בעבור שימצאהו יוצא מהר הלבונה ולכן יגדל בימי הקיץ, וכבר נודעו נהרות רבים יצאו מן המקור וימשכו הרבה ואחר כן יכנסו בתחתיות ארץ מהלך ימים ויבקעו ויהיו נובעים תחת אחד ההרים במקום רחוק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
איך האב געזען א הפלא'דיגע ילקוט שמעוני, אז דער פיש האט געוויזן פאר יונה הנביא דער מקום פונעם שאול תחתית און דער מקום פון גן-עדן. לויט דעם קומט אויס אז דער גן-עדן איז גאר אינעם ים.
מען קען דערויף מפרש זיין, לויט די סברה פון די וואס ווילן זאגן אז דער מענטש שטאמט בעצם פון א שווימעדיגע אביעקט און דער מקור פונעם מענטש איז אין וואסער. אפשר קען זיין אז אדם וחוה זענען געווען אין גן-עדן וואס געפינט זיך אין ים און דארט האט דער שלאנג זיי פארשלעפט. און אפשר איז דער גירוש פון גן-עדן געווען אז זיי מוזן גיין אויף די יבשה, וואו מען מוז אנזייען כדי ס'זאל וואקסן וכו'.
דאס אלעס בדרך אפשר.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך זע אין דעם אשכול אסאך פאטענציעל. באוואוסטזיניגקייט ווי איגנאראנץ, לאגיק און אי-לאגיק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אז מען זוכט דער גן עדן התחתון, וואלט מען לכאורה געדארפט קענען טרעפען גאר לייכט.
עפעס א חומש בראשית וועסטו זעהן ווי די ד' נהרות וואס ווערען דארט אויסגערעכענט פרת חדקל פישון און גיחון, קומען אלע ארויס פין גן עדן.
איז נעם א שיף, זעצט אייך ארויף און פארט אויף'ן חדקל, ביז איר קומט אהן צום גן עדן התחתון, און זאגט קדיש.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:רמב"ן בראשית ג', כ"ב:ורבי אברהם מכחיש מה שאמרו כי פישון הוא נילוס, בעבור שימצאהו יוצא מהר הלבונה ולכן יגדל בימי הקיץ, וכבר נודעו נהרות רבים יצאו מן המקור וימשכו הרבה ואחר כן יכנסו בתחתיות ארץ מהלך ימים ויבקעו ויהיו נובעים תחת אחד ההרים במקום רחוק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:אז מען זוכט דער גן עדן התחתון, וואלט מען לכאורה געדארפט קענען טרעפען גאר לייכט.
עפעס א חומש בראשית וועסטו זעהן ווי די ד' נהרות וואס ווערען דארט אויסגערעכענט פרת חדקל פישון און גיחון, קומען אלע ארויס פין גן עדן.
איז נעם א שיף, זעצט אייך ארויף און פארט אויף'ן חדקל, ביז איר קומט אהן צום גן עדן התחתון, און זאגט קדיש.
די פראבלעם איז אז דער פסוק זאגט זייער קלארע אינסטראקשנס וואו דער גן-עדן געפינט זיך, אפילו צו קלארע, און טאקע ווייל ס'איז אזוי קלאר קען מען עס נישט געפינען.
דער פסוק רעדט פון פיר טייכן וואס דארפן זיך צוזאמענקומען, דאס איז פישון, גיחון, חידקל אן פרת. אלזא, בשעת פישון און גיחון קומען זיך צוזאמען אינמיטן נילוס, איז חידקל און פרת אין גאר אן אנדערע געגנט, בערך אין בבל, און פארמאגט נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע צוויי טייכן.
ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אויף א פלאץ, אז ס'איז אויפן וועג צווישן פלעטבוש און בארא פארק, און ס'קומט זיך צוזאמען מיט לאנדאן און מאנטשעסטער... אלע פלעצער זענען פאקטיש דא, אבער דער מציאות שטימט נישט.
דערפאר קען מען עס נישט געפינען גרינג.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לאמיר זאגען אזוי: על פי פשט הפסוקים ממש, איז גן עדן פשוט א שיינער גארטן בעולם הזה, נאטינג ווערי ספעשיל, עס קען אפילו זיין אז היינט איז עס שוין חרוב געווארען און סאיז שוין נישט קיים. וכן מפרש הר"ר גדליה נדל ז"ל בפירושו לבראשית. די עיקר פראבלעם איז נאר אז די פיר נהרות וואס די תורה רעכנט אויס האבען בכלל נישט קיין איין שרש, דארף מען אויף דעם זאגען דוחק תירוצים ווי די רמב"ן, הגם אז לכאורה דאס אליינס קען מען בודק זיין, און בכלל איז עס א שווערע תירוץ, וצ"ע.
דאס וואס מיר וייסען אז גן עדן איז מקום הנשמות וכו', רעדט זיך שוין נישט בכלל פון די גן עדן פון פשט הפסוקים, קען זיין סאיז א שם המושאל, אדער סאיז די פנימיות וסוד פון די פסוקים, וכו'. אבער בכל אופן רעדן מיר דאן שוין קלאר נישט פון די גן עדן הארצי פון די פסוקים, נאר פון א מושג רוחני, איז נישט שייך עס צו גיי זיכען אין גוגל מעפס. די אגדות רז"ל פון ריב"ל וכו' וואס זעהן אויס זיי זענען מקשר די צויי זענען קלאר טיפערע משלים און נישט כפשוטו.
--
יידל, כהאב טאקע געדענקט אז ערגעץ אין שטיבל האט מען שוין גערעדט פון דעם און צוגעברענגט די רב פעלים וכו', אדרבה צייכען צו.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
הוגה האט געשריבן: ווי אויך האט ער אנגעטראפן א שבט פון טוזנטער פרימיטיווער מענטשן וואס האבן ביז היינט געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע מענטשן, און אז די וועלט איז סך הכל זייער קליינע געגנט.
העי, איך קען אפאר אזעלכע געגנטער

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יידל האט געשריבן:די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט איז הרב זאב אהרן טעלער'ס ארטיקל איבער די נושא פון גן עדן התחתון. דער ארטיקל איז א שיינער ארטיקל מיט שיינע ליקוטים, כאטשיג נישט צו גרינטליך. איך וויל מיך אבער שטעלן אויף די פאקטועלע איינצעלהייטן פון הרב טעלער'ס ארטיקל. הרב טעלער לייגט אראפ א יסוד אז דער גן עדן געפינט זיך אויף דעם וועלט (ווי ס'איז טאקע משמע פשוט פשט אין בראשית ווי די תורה גיט אן פיר טייכן וואס שלענגלן זיך ארויס פונעם גן עדן). הרב טעלער ברענגט אראפ די שיטות פון רש"י, אבן עזרא און רמב"ן ווי זיי אינדענטיפיצירן די טייכן. לויט די אלע שיטות קומט הרב העלער צו צום מסקנא אז "דער גן עדן התחתון געפינט זיך נישט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט, נישט סאוט און נישט נארט... אויך נישט אין אייראפע אדער אויסטראליע. נאר ערגעץ צווישן דרום-מזרח אפריקע ביז ארויף אין מזרח אזיע. ערגעץ צווישן די צוויי קאנטינענטן דארף זיך געפינען דער גן עדן התחתון." ביי דעם פונקט ברענגט הרב העלער אראפ א תשובה פון בן איש חי אין רב פעלים (ח"ב או"ח א') ווי דער בן איש חי שרייבט אז על כרחך איז די גן עדן א רוחניות'דיגע ערד וואס איז אומזעבאר צו פליישיגע אויגן, און עס געפינט זיך העכער פון די גשמיות'דיגער ערד. דער בן איש חי זאגט אויך אז קיין איינער איז נאכנישט געווען אויף יעדען איינציגסטן פלאץ אין דער וועלט, און אלעס וואס די גיאגראפער זאגן איבער די גרויס פון די וועלט וכדומה קומט פון השערות וועלכע קענען ווערן אפגעפרעגט. בתוך הדברים ברענגט דער בן איש חי פונעם אריז"ל אז "דער גן עדן געפינט זיך אויף דער וועלט, פונקט אינמיטן טבור הארץ, אונטערן קו המשוה, אויף דרום זייט פון ארץ ישראל". (אגב, איינמאל מ'ברענגט דעם רב פעלים זעט מען דאך סיי ווי אז דער גאנצער גן עדן איז א רוחניות'דיגע מציאות אין נישט קיין גשמיות'דיגע מקום, וואס איז אלזא שייך דאס צו זוכן? אבער לאמיר מיטשפילן דעם שפיל מיט הרב טעלער און לאמיר זיכן דעם גן עדן.)
נאכקוקנדיג אין רב פעלים האב איך געזען אז ער ברענגט פון אריז"ל די פאלגענדע לשון: "ביאור ג"ע הארץ, כבר נתבאר שהוא נקודת האמצעי של קו שוה היום של כל העולם והוא לדרום א"י". וואס "נקודת האמצעי של קו שוה היום" מיינט, ווייס איך נישט, אבער הרב טעלער לערנט פשט אז דאס מיינט "פונקט אינמיטן טבור הארץ, אונטערן קו המשוה". איך ווייס נישט וואס איז די "מיטעלסטע פונקט פונעם קו המשוה", אבער דאס איז זיכער אז פונעם אריז"ל'ס ווערטער איז לכאורה קלאר אז ער מיינט דעם קו המשוה זעלבסט און נישט אונטער דעם. ווי מיר וועלן שוין זען איז הרב טעלער'ס אינדענטיפיקאציע פונעם גן עדן אנגעהאנגען אין דעם הוספה פון אונטערן קו המשוה. לויטן אריז"ל קומט אויס אז דער גן עדן געפינט זיך אויפן קו המשוה, דירעקט אונטער ארץ ישראל' דאס קומט אויס בערך צווישן די קאארדינעטס פון 0,34.216512 און 0,36.040242 (איך בין נישט זיכער ביז ווי די גבול המזרחי איז געגאנגען, איך האב עס געמאכט גאנץ ווייט אוועק פונעם היינטיגן איזראעל). לאמיר אלזא קוקן אויפן מאפע וואס געפינט זיך אויפן קו המשוה אונטער ארץ ישראל:
עס שטעלט זיך ארויס אז דער גן עדן איז אין קעניע, ערגעץ ווי אויפן רויטן ליניע צווישן די צוויי צייכענעס. הרב טעלער איז אבער נישט צופרידן מיט דעם. זעט אויס אז אויף דעם ליניע איז נישט קיין איין גענוג אינטערעסאנטע פלאץ אויף וועלכע ס'איז געשמאק ארויפצוקלעבן דעם "גן עדן" טיטל. זיין עצה איז צוצולייגן א ווארט צום אריז"ל און אנשטאט "אויפן קו המשוה" איז עס "אונטערן קו המשוה". איינמאל עס איז אונטערן קו המשוה איז הרב טעלער פראנק און פריי אויפצוזוכן דעם גן עדן סיי ווי אין דרום אפריקע (נישט די לאנד, די קאנטינענט) אונטער ארץ ישראל.
שרייבט ווייטער הרב טעלער:ווען מיר גייען אראפ, פון ארץ ישראל קיין דרום, וועלן מיר זיך באגעגענען מיט "עגיפטען" . . . אראפציר איז דער לאנד "אוגאנדא", און דערנעבן דאס לאנד קעניע. דארט, אונטערן קו המשוה, באגעגענען מיר דעם ריזיגן וואסער פאול, "וויקטאריע פאול'ס", דער גרעסטער וואסער פאול אין די וועלט. און מיר זעהן א מערקעוודיגע זאך ווי דער גרויסער טייך ווערט צוטיילט אויף פיר! איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע (כוש). דאס איז מעגליך דער 'גיחון' וועלכע נעמט ארום דאס לאנד כוש, ווי עס שטייט אין פסוק. די אנדערע ווערן צושפרייט אינעם גרויסן מדבר, ווען א חלק ציען קיין אזיע, אינעם ווייטן מדבר (זעה בילד בייגעלייגט).
הרב טעלער איז דערנאך ממשיך אז לויט דעם איז אפשר מעגליך צו זאגן אז דער נהר היוצא מעדן איז די וויקטאריע פאלס, און דער גן-עדן גופא געפינט זיך ערגעץ וואו אין מזרח אפריקא.
די פאראגראף איז אבער פיל מיט טעותים. ערשטנס, ווי איך האב געוויזן, איז דער אנגעבליכער 'גן עדן' אין קעניא, נישט אונטער קעניא. אבער אפילו מיר וועלן אננעמען אז קו המשוה איז לאו דוקא, און עס מעג אויך זיין אונטערן קו המשוה, איז וויקטאריע פאלס בכלל נישט אין די געגנט. אז מ'קוקט אויפן מאפע זעט מען וויקטאריע פאלס געפינט זיך איבער 670 מייל אוועק פון די ווייטסטע פוינט צו מעריב אונטער ארץ ישראל!
לאמיר אבער אננעמען אז "אונטער" ארץ ישראל איז לאו דוקא דירעקט אונטער ארץ ישראל, נאר דאס נעמט אריין דעם גאנצן אפריקאנעם קאנטינענט, און לאמיר אויך אננעמען אז וויקטאריע פאלס איז טאקע דער נהר היוצא מעדן. פון ווי נעמט אבער הרב טעלער אז וויקטאריע פאלס צעטיילט זיך אין פיר? וויקטאריע פאלס איז א חלק פון די ריזיגע זאמבעזי טייך, און עס צעטיילט זיך בכלל נישט אין פיר.
און דערנאך מאכט ער נאך דעם בושות'דיגען טעות אז "איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע". אראפ קיין עטיאפיע? עטאפיע איז איבער 2000 מייל העכער וויקטאריע פאלס! און קיין איין וואסער וואס גיסט ארויס פון וויקטאריע פאלס קומט נישט אן קיין עטיאפיע! (זע דא די מאפע פון אלע עטיאפישע טייכן.)
ביי דעם פונקט אינעם ארטיקל שרייבט הרב העלער דעם פאלגענדעם דיסקלעימער:(עס איז זעלבסטפארשטענדליך, אז א זאך וואס איז מבואר אין די תורה הקדושה אדער אין די רייד פון די ראשונים, דארף נישט קיין שום חיזוק פון די מציאות, צי מיר געפינען עס יא אדער נישט. דער עקזעסטירנדער מציאות גיט גארנישט צו און איז בכלל נישט קיין נפקא מינה, ווען די זאך איז קלאר אין די תורה שבכתב אדער אין חז"ל. פונדעסטוועגן, נאכדעם וואס מיר ווייסן און גלייבן אין די זאכן, האט אונז די תורה הק' ערלויבט נאכצוקוקן און צושטעלן דערצו דעם פאקטישן מציאות. ועי' חולין דף נ"ז: ובתוס' שם).
נאך א מזל אז ער שרייבט דעם דיסקלעימער, ווייל נאך אזעלכע סארט "עקזעסטירנדער מציאות"'ן וואס הרב טעלער ברענגט, מוז מען טאקע צוקומען צו א דאזע אמונה פשוטה.
צום לעצט האט מיר אויפגעברויזט די פאלגענדע פאראגראפן וועלכע געפינט זיך כמעט ביים סוף פון ארטיקל:עד היום הזה, פרובירן נאך מאנכע, צו געפינען דעם וועג, אנצוקומען צום טייך, דער נהר היוצא מעדן. ווי עס דערציילט א איד, א היימישער אינגערמאן, וועלכע פארט אפט אין יענע געגענטער. האט אים אמאל אנגעכאפט א גלוסטעניש צו כאפן א בליק אינעם גן עדן... איז ער געפארן קיין עטאפיע, (כוש, פון וואו עס קומען די אזוי גערופענע אידישע פאלאשן). פון דארט איז ער נאכגעפארן, דעם וואסער נעמט ארום כוש, ביז דער וואסער האט אים געפירט צו דעם גרויסן "וויקטאריע פאול'ס". פון דארט איז נישט מעגליך צו פארן ווייטער, נאר אין די הייך מיט א פליגער, צוליב די שארפטקייט און הויכקייט פון די וואסער. פונעם פליגער זעט מען גארנישט נאר א גרויסן טונקעלען מדבר. באקאנט אלס דער סהרה מדבר.
די סיבה פון דעם פארהוילעניש, אויך פארוואס דאס איז פארהוילן פון די סאטעלייט אויגן און אנדערע פארשער, איז ווי געזאגט, ווייל "אין עצה ואיו תבונה נגד ה'". אז דער באשעפער האט עס באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן וועט מען עס נישט געפינען. און פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פון קיין הרי חושך, קיין סמבטיון, שדיים, א.א.וו., כאטש מיר ווייסן און גלייבן אז די אלע זאכן עקזעסטירן אויף דער וועלט.
קודם כל, ווי איך האב שוין פריער געשריבן, עס איז בכלל נישטא אזא טייך וואס נעמט ארום עטיאפיע און קומט אן צום וויקטאריע פאלס.
צווייטנס, ווי דער איד איז אנגעקומען פון וויקטאריע פאלס צום סאהארא מדבר, ווייזט איין גאט. אט איז א מאפע ווי די דריי פלעצער: עטיאפיע, וויקטאריע פאלס און סאהארא מדבר זענען אנגעצייכנט:
די שארפקייט און הויכקייט פון וואסער וועלכע טוט אנגעבליך שטערן פון פארן ווייטער איז אויך שקר וכזב. עס זענען דא צייטן פון יאר ווען די וואסער גייט גענוג אראפ און מ'קען אריבערגיין אויף א בריק אריבער די פאלס. קוקט אין דעם לינק וועט איר זען ווי עס זענען דא פלעצער ווי מ'קען אפילו צוקריכן צום עק פון די פאלס! דאס אז "פונעם פליגער זעט מען נישט גארנישט נאר א גרויסן טונקעלן מדבר" איז אזעלכע שטותים אזש איך שעם זיך אפילו צו ברענגן ראיות לפירכא. עס איז גענוג אנצוצייכענען צום פאקט אז הונדערטע טויזענטע מענטשן נעמען טורס מיט פליגערס העכערן פאלס יערליך (עיין אינעם לינק לעיל) און אז דער מדבר סאהארא איז טויזנטע מיילן אוועק פון דארט.
די צווייטע ארטיקל וועל איך קריטיקירן אין א צווייטן געלעגנהייט ווייל איך מיין אז איך האב שוין אינוועסטירט אין דעם תגובה מער צייט ווי הרב טעלער האט אינוועסטירט אין זיין ארטיקל...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
הוגה האט געשריבן: פאר אפאר יאר צוריק איז אן עקספלארירער צוריק געקומען נאך א יאר שפאציר אין די גזשונגלען מיט בילדער פון חיות, און געוואוקסן וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזעהן געווארן. ווי אויך האט ער אנגעטראפן א שבט פון טוזנטער פרימיטיווער מענטשן וואס האבן ביז היינט געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע מענטשן, און אז די וועלט איז סך הכל זייער קליינע געגנט.
איז שייך א לינק וואס זאל פירען צו א ארטיקעל איבער די נושא?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אלס והייתם נקיים מוז איך זאגן אז כאב יא געוואלט צוצייכענען יידלס בירור ולא איסתייעא מילתא עד שקדמוני...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
בדחן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן: פאר אפאר יאר צוריק איז אן עקספלארירער צוריק געקומען נאך א יאר שפאציר אין די גזשונגלען מיט בילדער פון חיות, און געוואוקסן וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזעהן געווארן. ווי אויך האט ער אנגעטראפן א שבט פון טוזנטער פרימיטיווער מענטשן וואס האבן ביז היינט געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע מענטשן, און אז די וועלט איז סך הכל זייער קליינע געגנט.
איז שייך א לינק וואס זאל פירען צו א ארטיקעל איבער די נושא?
אפשר מיינט ער די סוגיא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אין אן אלטער אשכול איבער דעם נושא פון סמבטיון האב איך יעצט געשריבן א לענגערן אפהאנדלונג איבער דעם טעאריע אז דער גן עדן און די סמבטיון געפינען זיך אין עטיאפיע. viewtopic.php?p=118595#p118595
לא רעב ללחם. לא צמא למים.