רבנישער כוח און איינפלוס
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
רבנישער כוח און איינפלוס
היינט איז געוועהן די געבורטס טאג פון קארל מארקס.. וועל איך אנהויבן מיט זיינס א מאמר...
"Unfettered capitalism is a revolutionary force that consumes greater and greater numbers of human lives until it finally consumes itself."
אויף ע"ט: אומבאצוימטע קאפיטאליזם איז א רעוואלוציאנער מאכט וואס נעמט איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז עס נעמט זיך זעלבסט איין. ס'הייסט אז דאס דארשט פון יש לו מנה רוצה מאתיים גייט אזוי ווייט אז דער קאפיטאליסט איז גרייט חרוב צו מאכן די וועלט (מיט זיך אינאיינעם) אבי ער קען היינט מאכן א דאלער.
ריטייערד פעד טשערמאן עלען גרינספען האט נאך די בענק צוזאמפאל אין 2007 עדות געזאגט אין קאנגרעס אז ער האט נישט געחלום'ט אז א באנק זאל בידים טוהן אזעליכע זאכן (וואס האבן צוגעפירט צום קראך) קעגן זייערע אייגענע אינטערעסן. א שאד טאקע אז דער פעד טשערמאן האט קיינמאל נישט געליינט מארקס'ן (כאטש אויף צו וויסן וואס די קריטיקירער פון קאפיטאליזם האבן צו פארקויפן). דאס פאר זיך איז א לענגערן שמועס, עמער עס אבער לאזן אויף אן אנדערס מאל.. אלזא, צוריק צו די רבנים...
די רבנים היינט קען מען פארשטיין בגזירה שוה פון די באנקירער. למעשה איז א רביסטעווע א ביזנעס... (מ'קען דא רעדן אפן, יא?) ממילא קען מען פארשטיין פארוואס אפילו די קלוגערע פון די רבנים זאלן האבן אזא קורצן בליק זיך אליין בידים אוועק-צו-הארגענען אבי צו קענען מאכן נאך א דאלאר. פונקט ווי מארקס האט געזאגט אין 1840,"אומבאצוימטע קאפיטאליזם (ליין רבנות/רביסטעווע) איז א רעוואלוציאנער מאכט וואס נעמט איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז עס נעמט זיך זעלבסט איין." אנשטאט איינזעהן אז דאס גאנצע טיטאניק זינקט, זענען זיי פארנומען זיכער מאכן אז די פאסאשזירן אהן ערשטן קלאס בילעטן זאל זיך נישט דרייען ביי די קארטן טישלעך.
צו די וואס וועלן טענה'ן פארקערט אז די דבנים האבן יא איינפלוס און כוח, (פארשטייט זיך אז געוויסע רבישע עלעמענטן וואס דרייען זיך דא וועלן פראבירן אזוי צו טענה'ן) לאמיר דורך טוהן די זאך.
די רביסטעווע ביזנעס איז געבויט אויף'ן יסוד אז דער חסיד גלייבט אז:
* דער רבי איז הייליג/ערליך/ער האט רוח הקודש/סייעתא דשמיא וואטעווער
* דער רבי מיינט מיין זיין טובה/לשם שמים
* דער רבי ווייסט וואס ער רעדט
* אהן דעם רבי'ן בין איך א פארלוירענער
נו, זאגט איר מיר, וועליכע פון די פיר פונקטן ווערן ביים המון נישט שוואכער פון טאג צו טאג? טראכט אריין וויפיל שטערקער דער עולם האט געגלייבט די פיר פונקטן פאר 20 יאר צוריק. ליידער האט יעדער פערזענליכע פארווייטיגטע פרשיות צו פארציילן אויף דעם רב, יענעם בנש"ק,, יעדער ווייסט גוט פון די קאראפציע פון אויבן אראפ אין כמעט יעדן מוסד, קהילה, רביסטעווע,, יעדער קען צייגן זיינע אפענע וואונדן בגוף ונפש וואס ער האט געליטן ביי די הענט פון די קורצזיכטיגע רבנים, וואס נעמען איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז ווי מיר האלטן היינט, זיי נעמען זיך זעלבסט איין.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך כאפ נישט די צושטעל צו רבנים. אבער צוויי קליינע הערות צום ערשטע טייל.
1) גרינשפאן איז טאקע נישט געווען א געשליפענע באנקירער, ער האט נישט געכאפט אז די באנקירער האבן גוועט זייער אקטן און שריט אז די רעגירונג וועט זיי אויסבעילן, והכל על מקומו יבא בשלום. וכך הווה.
2) מארקס' ווארט, אפגעזעהן ווי גערעכט עס איז, און בעצם א יעדע שיטה/טעאריע/מהלך וואס מען גייט דערמיט ביזן פולען עקסטרעם איז סופה ליבטל. אבער ווי קאמיש איז עס נאכצוזאגן זיינע דברי חכמה בשעת מארקסיזם איז שוין טויט פאר לאנגע יארן, און קאפיטיליזם גייט ווייטער אן.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
הוגה האט געשריבן:איך כאפ נישט די צושטעל צו רבנים. אבער צוויי קליינע הערות צום ערשטע טייל.
דער צושטעל ארבעט פיין. פונקט ווי די בענק האבן געקענט נעמען קאטאסטראפישע שריטן אפילו ווען ס'איז געוועהן קלאר אז דאס זייפן בלאז גייט מוזן פלאצן, אזוי אויך רבנים האבן זיך גענומען פארקויפן לופט אפילו יעדער זעהט דערין זייער פארשוועכונג און צוקומפטיגער אונטערגאנג (די יו. עס. טרעשזורי וועט זיי נישט אויסבעילן).
הוגה האט געשריבן:1) גרינשפאן איז טאקע נישט געווען א געשליפענע באנקירער, ער האט נישט געכאפט אז די באנקירער האבן גוועט זייער אקטן און שריט אז די רעגירונג וועט זיי אויסבעילן, והכל על מקומו יבא בשלום. וכך הווה.
לימען בראדערס, און מעריל לינטש, און פריער ענראן, האט מען נישט אויסגעבעילט,, אבער דו האסט א פוינט.
הוגה האט געשריבן:2) מארקס' ווארט, אפגעזעהן ווי גערעכט עס איז, און בעצם א יעדע שיטה/טעאריע/מהלך וואס מען גייט דערמיט ביזן פולען עקסטרעם איז סופה ליבטל. אבער ווי קאמיש איז עס נאכצוזאגן זיינע דברי חכמה בשעת מארקסיזם איז שוין טויט פאר לאנגע יארן, און קאפיטיליזם גייט ווייטער אן.
ע״כ דברי שאן הענעטי...
כ'על אויפן שפיץ גאפל זאגו אזוי... מארקס האט נאר קריטיקירט קאפיטאליזם וזהו,,, ער האט קיינמאל נישט פארגעשריבן אן אלטערנעטיווער עקאנאמישן סיסטעם, ממילא איז נישט שייך צו זאגן צו "מארקסיזום" איז לעבעדיג אדער טויט. פארקערט, אלעס וואס ער האט געווארנט איז מקוים געווארן פון 1929 ביז 1945 און פון 2007 ביז??? מיר זענען ארויסגעקראכן פונעם גרעיט דיפרעשאן נאר דורך עפ. די. אר.'ס איינצוימען קאפיטאליזם און איינפירן סאצאליסטישע פראגראמען וואס האט אביסל באלאנסירט די דיסטריביושן פון רייכטום איבער אלע קלאסן.
איי וועסטו פרעגן "רוסלאנד"?
רוסלאנד איז ווייט פארקראכן פון מארקסישע טעאריעס. רוסלאנד האט געטוהן אזויפיל אז זיי האבן גענומען די רווחים פארן סטעיט אנשטאט עס גיבן פארן בעל הבית. דער ארבייטער איז געוועהן פונק אזוי אונטערדרוקט (אפשר נאך מער).
זעה דעם שיעור דא אויב ווילסטו פארשטיין מער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GniC6SUVUJk[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום Starbucks, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
נו, קענט איר זאגן אז דער זיידע, דער ערשטער קדוש, איז געוועזן א קאפיטאליסט, און ווי שעלדאן עדעלסאן פאר געלט, איז דער זיידע געקראכן מיט בלוטיגע הענט אויף גראדע ווענט, צו שטייגן אין קדושה, אין אהבת השם, און אין אהבת ישראל.
דער אייניקל, וועלעכע האט קיין צענט נישט אריין געלייגט אין זיין לעבן פארדעם. אלעס קומט זיך אים, אלעס באלאנג צו אים. זוכט ארויף צווינגען זיינע אנשאוינגען, אא''וו, דאס איז אלעס היפך קאפעטאליזם.
איי זיי צופאלן? קומיוניזם, נאציזם זענען אויך געפאלן. נישט אז איך גלייך זיי צו צו זיי, אבער פאלן מוז נישט ווי הוגה ווייזט אן האבן איינגעלייגט מיט קאפיטאליזם.
זאל ווען מען ערוועלן רבנים, וואס האבן געהאסעלט דערפאר וועט זיין אן אנדערע מעשה.

- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
Starbucks האט געשריבן:
איי וועסטו פרעגן "רוסלאנד"?
רוסלאנד איז ווייט פארקראכן פון מארקסישע טעאריעס. רוסלאנד האט געטוהן אזויפיל אז זיי האבן גענומען די רווחים פארן סטעיט אנשטאט עס גיבן פארן בעל הבית. דער ארבייטער איז געוועהן פונק אזוי אונטערדרוקט (אפשר נאך מער).
עני טשענס אז מארקסיזום/קאמעניזום איז געגאנגען פייפען ווייל קיינער האט דארט נישט געהאט קיין אינסענטיוו זיך איבערצישטרענגן מיט די ארבייט אדער מיטן מוח?
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
קאמוניזם אין רוסלאנד איז געפאלן משום כמה סיבות, טאקע וועגן דעם פרט וואס דו ברענגסט ארויס אבער נאך מער, די רוסן האבן איינגעפירט א סיסטעם וואו ס׳האט זיך געלוינט צו מסרן דעם שכן על לא דבר, ועוד דברים כאלה. ממילא האט דאס געשאפן געשפאנטע און אהנגעצויגענע באציאונגען צווישן די בירגער און ס׳האט חרוב געמאכט דעם סענס אוו קאמיוניטי (דער ווארט קאמיוניזם קומט פונעם שורש קאמיוניטי). למעשה האבן די קאמיוניסטן אין רוסלאנד פאראורזאכט פונקט דאס היפך פון קאמיוניטי. שטעלט אייך פאר ווען איר דארפט לעבן אין אזא סיסטעם גאט אין הימל שומו שמים!
דאס אז מענטשן האבן נישט קיין אינצענטיוו צו ארבייטן, דאס זעהט מען דא אויך. ווען נישט קאווע שטיבל און די וואטסעפפ גרופס וואלט דער עולם פון זינען אראפ שנעלער וואו מ׳קען זאגן שלום עליך פאפע רבי.
דאס אז מענטשן האבן נישט קיין אינצענטיוו צו ארבייטן, דאס זעהט מען דא אויך. ווען נישט קאווע שטיבל און די וואטסעפפ גרופס וואלט דער עולם פון זינען אראפ שנעלער וואו מ׳קען זאגן שלום עליך פאפע רבי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
איך ווייס וואס ס'איז פארגעגאנגען אין רוסלאנד ,
איך באציה זיך צום עצם איידיע פון קאמוניזם צי ס'האט אפילו א טשענס צי סוקסידען קעגען קאפאטאליזם ווען יענע האבן א דרייו קראפט צו גיין מחיל אל חיל ווייל ער געניסט דערפון בשעת דער מארקסיסט האט נישט דעם אינסענטיוו.
און אפשר קענסטו טאקע מסביר זיין די פענעמענאן פארוואס ביי די קאמוניסטשע מדינות איז עס ביי אלע געגאנגען ביינאזאם מיט אינטערדרוקן דעם אלגעמיינע ציבור??

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך פארשטיי שוין לאנג אז דאס איז שיטת באבוב האמיתי ועוד חסידיות שונות (נישט נאר פון דיר), איך פארשטיי נאר נישט לויט דעם וואס האט דאס צוטוהן מיט ווארפען עפל שמיני עצרת און פירען טיש ליל שבת. פארוואס פאר די קינדער לערנט מען אויס אז דער רב איז הייליג און א צדיק, פארוואס זאגט מען נישט גראד אונזער רב איז א פעסטער סי אי או, ער שאפט אונז פראגראמען און איז א גוטער athlete און טאנצער טאנצט שיין מיט די תורה שמחת תורה. איך מיין נישט דא קיין צימעס, איך מיין באמת צו פארשטיין די דאזיגע שיטה, איך מוטשע זיך שוין לאנג עס צו פארשטיין. אויב דו קענסט מיר ארויסהעלפן איז עס אפרישיעיטעד.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
בעריש האט געשריבן:איך ווייס וואס ס'איז פארגעגאנגען און רוסלאנד
איך באצי זיך צום עצם איידיע פון קאמעניזום צי סהאט אפילו א טשענס צי סוקסידען קעגען קאפאטאליזום ווען יענע האבן א דרייו קראפט צי גיין מחיל אל חיל ווייל ער געניסט דערפון בשעת דער מארקסיסט האט נישט דעם אינסענטיוו.
און אפשר קענסטי טאקע מסביר זיין די פענעמענאן פארוואס ביי די קאמעניסטשע מדינות איז עס ביי אלע געגאנגען ביינזאם מיט אינטערדריקן דעם אלגעמיינע ציבור??
יידישקייט איז נישט אפגעפרעגט ווייל כת ש״ץ איז דורכגעפאלען. ריכטיג קאמיוניזם מיינט אז יעדער אין די commune האט א גלייכע ווארט איבער די ווירשאפט פונעם קאמיוניטי. אין פראקטיק איז די סאוויעטישן סיסטעם געוועהן אסאך נענטער צו קאפיטאליזם ווי צו סאציאליזם.
איצט לאמיר דיר פרעגן א שאלה, וואס פאר א מין עקאנאמישן סיסטעם איז שמיטה (פאר׳ן פרוזבול), יובל, לקט, שכחה, פיאה, תרומות און מעשרות? אומבאצוימטע קאפיטאליזם איז עס זיכער נישט. קאפיטאליזם נעמט ארויס מענטשליכקייט און הארץ פונעם עקאנאמישן ווירטשאפט, און די אלע מצוות צייגט אונז אריינצולייגן הארץ, מענטשליכקייט, און קאמיוניטי אין אן אידיאלער יידישער געזעלשאפט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זייער שיין אז דו געסט א "לייק" פאר שמיטה, יובל, לקט, שכחה און פיאה. און פאר די תורה בכלל. הקב"ה וועט דיר שיקן א טהענקיו קארד.
יעצט צום עצם הענין. איך (אני הקטן) בין מחולק מיט פראפעסאר וואלף, וועלכער איז אזוי גוט מסביר מארקסיזם. איך האב א טעאריע וועלכע איך וועל אנרופן "באלאגאל''יזם". איך קוק אן קאפיטאליזם ווי א שותפות. דער ארבייטער און דער פאבריקאנט זענען שותפים. דער ארבייטער קען נישט קויפן די אלע מאשינען און אהערשטעלן א פאבריק, וואו דער סורפלוס (איבערפלוס) ווערט פראדוצירט. דאס שטעלט צו די קארפארעישן. ממילא זענען זיי שותפים. דאס איז די עקאנאמישע טעאריע פון "באלאגאל''יזם" אין קורצן.
יעצט צום עצם הענין. איך (אני הקטן) בין מחולק מיט פראפעסאר וואלף, וועלכער איז אזוי גוט מסביר מארקסיזם. איך האב א טעאריע וועלכע איך וועל אנרופן "באלאגאל''יזם". איך קוק אן קאפיטאליזם ווי א שותפות. דער ארבייטער און דער פאבריקאנט זענען שותפים. דער ארבייטער קען נישט קויפן די אלע מאשינען און אהערשטעלן א פאבריק, וואו דער סורפלוס (איבערפלוס) ווערט פראדוצירט. דאס שטעלט צו די קארפארעישן. ממילא זענען זיי שותפים. דאס איז די עקאנאמישע טעאריע פון "באלאגאל''יזם" אין קורצן.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
סנישטא קיין ווערטער. אוי לאזניים שכך שומעות.
גראדע האב איך געהערט אז סדא עפעס א מעגליכקייט פאר א יידושקייט, און אפילו א קהילה, פראגראמען, געלט, וכו' וכו', אנצוגיין אן איינער זאל שטיין אויבן אן מיט א קאלירטע בעקיטשע? האסט געהערט אמאל פון דעם?
גראדע האב איך געהערט אז סדא עפעס א מעגליכקייט פאר א יידושקייט, און אפילו א קהילה, פראגראמען, געלט, וכו' וכו', אנצוגיין אן איינער זאל שטיין אויבן אן מיט א קאלירטע בעקיטשע? האסט געהערט אמאל פון דעם?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 831
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
א רבי איז א סאשעל וואקער וזהו.
איי וועסטו פרעגן וואס מיט קדושה צדקות גאונות
דער תי' איז אזוי ווי דער רבי ז"ל פלעגט זאגן:
"סדא רבי'ס וואס ווייל זיי זינדיגן נישט, זענען זיי רבי'ס, און עס איז דא רבי'ס וואס ווייל זיי זענען רבי'ס זינדיגן זיי נישט"
איך זוך א רבי א גוטן סאשעל ווארקער שטעלט צו גוטע מוסדות דרשות מסיבות הדלקות וכו' און זיין רביסטווע האלט אים ביי אידישקייט
זהו מה שיש וזה מה שאני צריך, וואלט איך געווען ערליכער וואלט איך מסתמא זוכה געווען צו עפעס בעסער.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Starbucks האט געשריבן:מיר געפעלט שטארק באלאגאליזם. די ארבייטער זענען שותפים און באשליסן צוזאמען מיטן געלט שותף וואס צו טוהן מיט׳ן איבערפלוס. פערפעקט!
אזוי וואלט געדארפט צו זיין אין א מדינה וואו דער עקאנאמישער סיסטעם איז באלאגאליזם, א שטייגער ווי קאמוניזם איז געווען דער אנגענומענער סיסטעם פאר 70 יאר אין רוסלאנד.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
נע, די היינטיגע טישן, עפלעך, סתם אן אלטן איינגעגעסענעם סקריפט וואס מ'גייט נאך סתם אבי געזונט.
וועמען שטערט א מאראנץ ביי נעילת החג, א כזית מצה ביים בעש"ט טיש, אדער א בייגל ל"ג בעומר.
ס'האט נישט מיט'ן רבי'ן גארנישט, ער ווייסט אויך ער איז סתם א פאפעט.
וועמען שטערט א מאראנץ ביי נעילת החג, א כזית מצה ביים בעש"ט טיש, אדער א בייגל ל"ג בעומר.
ס'האט נישט מיט'ן רבי'ן גארנישט, ער ווייסט אויך ער איז סתם א פאפעט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וואס פאלט אייך ביי איך מיין דער מודעל פון ר' מלכיאל קאטלער?
(גראדע איז ער בכלל נישט קיין רבי אין קיין שום זין פון דער ווארט, די גדולים אין ארץ ישראל טאקע יא).
בכל אופן, איך שמעק שוין דא צופיל צימעס, לאז איך זיך ארויס פון דער דעבאטע דא.