בלאט 1 פון 6

מיכאל שניצלער, נייע אלבום...

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 10:29 am
דורך לעמיל
קרעדיט: וויכטיג מאכער אייוועלט
וויכטיג מאכער און אייוועלט האט געשריבן:מיכאל הו?... קוקט עפעס אויס דא וואו קיינער קען נישט מיכאל... דער עולם האט נישט קיין מושג פון וועם מ'רעדט דא... איך טראכט שוין שעות וויזוי כ'קען מסביר זיין פארן עולם ווער דער מיכאל איז... איך זעה אז כעלל סייווי נישט זיין סוקסעספול, העלעך נישט רעדן פון אים, נאר פון זיין סידי...

אוי לעכטעלע לעכטעלע דו שיינס און ברענסט... איז דא איינער דא וואס קעניש די ניגון? זיכער נישט! ווייל די וואס קענען נישט די ניגון קענען ווארשיינליך נישט ליינען קיין יודיש! ווער קען דען נישט חייקל בעל עגלה? און איינע פון מיינע פעיווערעט ניגונים "א קליין לעכטיג קינד אזוי בא'חן'ט"... (מחבר ר' משה גאלדמאן ז"ל) ס'צונעמטעך אלע ביינער...

און א טרער אויפן פנים ליגטעם... ער זאגט ווייטער זיין קול ווער אבער נקטם... ס'גייט נישט מער, דאס הארץ דריקטעם, די טרערן שטיקטעם... מיי גאש! וואס דער זינגט דארט צאם! סימן טוב סיז א גוטע שידוך...

אוי ישמך אלוקים כאפרים... כשרה כרבקה כרחל ולאה... דער טאטע שטייט געבויגן... סיז אנריעל וואס דער ווארפט אריין אין איין אלבוים!

און וויזוי קעמען פארגעסן פון אונזער באליבטער "מיין קינד טרעף מיך" אלבוים... ויהי ערב ויהי בוקר סאצעך אויסגעלאזט א הויקער ביי קיינעם פון זיי איז געווען שלום בית... אוי טאטע טאטע (פינקי געב אביסל הארמאני...) געטרייער טאטע... אוי מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות... ס'שניידט! אוי מודה אני...

אה, דו ווערסט שוין נייגעריג וואס איך גיי שרייבן ווייטער, איא?

רעדענדיג די וואך מיט מיכאל זאגטער מיר אז נישט נאר מ'גרייצעך שוין צו א נייעם אלבוים, נאר מ'האלט שוין טיף אינמיטן!

דיסקלעימער: די נייע אלבוים גייט נישט האבן קיין טרעק פייוו! נאך 4 קומט 6!

נעקסט, וואס גייטעס יא האבן? ווייסטו דען נאך אליין נישט? פינקי שרייבט 2 ניגונים... מיכאל טענהט אז פינקי ווערט נאר בעסער! זיינע היצטיגע צוויי ניגונים פאקט איין אלע פריערדיגע... (לדעתי איז זייער שווער צו ביעטן בעש"ט און לעכטעלע...אבער אזוי זאגטער...) אבער פארוואס זאלעכעם אזוי אדורכלאזן... איך האבעם געזאגט אז איך גלייבעם אויפן ווארט, אבער איך מוזעס אליין הערן... בעז"ה אין די קומענדיגע וואכן העמער דאס אויסהערן און ברענגען א באריכט פארן עולם...

ווער נאך? אה! מאטי אילאוויטש, איינער האט שוין אמאל געהערט מיכל זאכן WOW!!! יא! די WOW זאגטער אויף מאטיס ניגונים! גאר געהויבן!

ליפא האט אויך א ניגון, מיכאל זאגט אז דאס איז נישט קיין ניגון, סיז א פרעזענטעישן, ער טענהט אז די ניגון איז א זעלטענהייט! ס'האט עפעס א טרויעריגע און פרייליכע פאל, ער זאגט מ'קען ממש וויינען און טאנצן ביי די פעלער... ס'איז גאר גאר אינטערעסאנט...

הערשי דייטש, דער שרייבער פון די שיכעלע ניגון שרייבט דאס מאל אויך א ניגון... איך האב געהערט די מעשה פון דעם ניגון, און איך האב געפרעגט איינעם וואס פארשטייט צו די זאכן פרעגטער מיר "וויזוי קעמען אויף די מעשה "נישט" מאכן א ניגון?"... ס'איז עפעס געוואלדיג!

פראדאקשן... אוודאי די "וואן ענד אנלי" נפתלי משה שניצלער... מיכאל טענהט אז דאס מאל גיבט ער אים ס'גאנצע פראדאקשן... ער האט שוין געפראווד אז ער קען!

מוזיק גייט געמאכט ווערן עפ"ר ביי הערשי גינזבערג, דער וואס האט געמאכט די פאריגע אלבוים...

קאווער דעזיין און גראפיקס... נו זאגטס אלע ווער? הירצקא ראזענבערג פון ארטיקל אימעדזש... (יא די מאנסי סיין, יא ער איזעס...)

וואס האבעך פארגעסן?

אה, ניגון דיסטריביוטערס...

דאונט ווארי, אויב האבעך עפעס פארגעסן העטעס נישט ווארטן צו לאנג...

צייטליך, ביסט רעדי? וואן טו טרי... שלח!!!

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 11:52 am
דורך ידען
לייג די לינק פאר ווער סע וויל זעהן דארט וואס מע שרייבט

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 12:01 pm
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:לייג די לינק פאר ווער סע וויל זעהן דארט וואס מע שרייבט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=19927

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:41 pm
דורך dabucher
וויאזוי גייט מיכאלס נייע דיסק הייסען

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:43 pm
דורך מאראנצןזאפט
דו קענסט יא,
דארפסט נאר וועלן.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:26 pm
דורך טישו באקס
איז שוין דא למעשה א דעיט ווען סקומט ארויס?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:34 pm
דורך מ. גליקמאן
זיי זאגן יעצט אז אויף די ימים טובים.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:46 pm
דורך טישו באקס
מ. גליקמאן האט געשריבן:זיי זאגן יעצט אז אויף די ימים טובים.


אחח... ווער וועט אונז דערפרישן די הערצער ארט נאך די טרויעריגע טעג?

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:24 am
דורך אויסדריקלעך
געהערט פון דעם פראדוסער אז ער עימט עס זאל זיין אינדרויסן אויף חנוכה.
ער האט ניגונים פון יוסי גרין,פינקי, ליפא און נאך.
חזקי ברייער איז אן די ארעינדזשמעינטס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:51 am
דורך סמארט פאון
ס'איז צום האפן אז די אויסגעלאזטע טרעק 5 וועט ערזעצט ווערן מיט איינס אדער עטליכע קנאקעדיגע היט'ס א שטייגער ווי "דעם בחור'ס צוואה" א.ד.ג. ... בד"וו ווייסט אפשר איינער דעם באדייט פין אזא נאמען? (כאטש ס'איז נישט שווער זיך פארצושטעלן, וויל איך אבער הערן די אמת'ע סיבה)

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:53 pm
דורך סאשי פיש
מען האלט שוין ממש צום סוף

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:55 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מיכאל איז גוט זאל עס זיין מיט הצלחה

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:09 pm
דורך סאשי פיש
די קאווער איז שוין גרייט, נעקסטע וואך אין די געשעפטען

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:53 pm
דורך קאווע טרינקער
געיט געיט וואו דיין טיר?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:15 am
דורך נולד מאוחר
הלואי פאר מיר געזאגט א ווייסע בארד און ברעכט געטס

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:43 am
דורך שעפטל
מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:03 am
דורך טעפל
שעפטל האט געשריבן:מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

שעפטל ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שוואכס..

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:59 am
דורך טעפל
אבער דא איז די ריכטיגע..
מיכאל

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 3:08 pm
דורך שעפטל
טעפל האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

שעפטל ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שוואכס..

נישט געוויסט ס'ארבייט שוינישט.
גראדע גאנץ גוט געווען. איי געס ס'האט געהאט צופיל דאונלאודס

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:32 pm
דורך yatzmachp
איז נאך מעגליך אז נאך אזויפיל יארן זינגען האט ער זיך שוין ענדליך אויסגעלערנט זינגען?

פאר מען באשןלדיגט מיך מיט סייוואס, על טעם וריח וכו

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:37 pm
דורך מצטמק ויפה
@yatzmechp
אויב מעג איך זאגן, פארשטייסטו אויך נישט ווי אזוי מ'קען ליב האבן שלמה קארלבאך, מרדכי בן דוד, דודו פישער, (נישט אז איך גלייך צו מיכאל צו זיי, אבער פארשטיי וואס איך מיין) .
און די ביסט א שטארקע פען פון אברהם פריד, אוהד, וכדו' הא? האב איך צו-געטראפן?

מיכאל איז א מייסטער און אראפלייגן א אידישע ניגון, ער זינגט עס מיט הארץ און געפיל וואס ווייניג קענען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:27 am
דורך דער (פינטעל) איד
דא איז מיכאל אין ווינטערס קלאב. ווי איז ווינטערס קלאב?

ער האט זיך אנגעטון א באבוב'ן שטריימל זע איך

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RyHFW1Hoj_4[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:31 am
דורך דער (פינטעל) איד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז דאס איז די קאווער פון די נייע סידי
1390365846456.jpg

נאר פאר פלעטבוש'ע געשעפט'ן אפשר אויך בארא פארק. אבער נישט אין הייליגן ווילי