בלאט 1 פון 2
איז טאקע היטלער נישט געווען אזוי געפערליך?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
מיין נאטורליכע פארשטאנד זאגט אז היטלער איז געווען א שלעכטער מענטש, ער האט וויי געטון מענטשן, אויסגעהונגערט קינדער:
און פארטיליגט א פאלק
איך האב אייביג געהאט א שנאה צו היטלער און צו די נאציס.
אבער געוויסע מענטשן הייבן מיר אן משכנע זיין אז היטלער איז נישט געווען אזא שלעכטע מענטש.זיי זאגן עס נישט קלאר אבער זיי האלטן עס אין איין זאגן מיטן מאכן יעדן פאליטישן קעגנער, יעדן אידעאלאגישן צד שכנגד און יעדן קאנקורענץ, ערגער ווי היטלער!
סאטמאר און נטורי קרתא האלטן אין איין זאגן אז די ציונים - דאס טייטשט, כלל ישראל וואס בויעט א מדינה ווי צו וואוינען, לכל שבטיה, פון לינקע קאמוניסטישע ציונים ביז ברעסלעווער מתנחלים, זענען ערגער ווי די ציונים
יאיר לפיד א מעסיגער קלוגער פאליטישאן וואס וויל זייער שטארק אז חרדים זאלן זיך ציוויליזירן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HNJZJw1ZE9A[/youtube]
גענוי אזוי ווי אסאך מענטשן דא אין קאווע שטיבל, אין פעיסבוק, אין מקווה ווי מען רעדט געהעריג, (און ווי ידידינו החכם דבילה האט מיר אין אן אישי שמועס גוט מגדיר געווען, איבעראל ווי מען רעדט אנדערש ווי ביים שווער אויפן שבת טיש) האלטן אז חרדישע אידן דארפן זיך אויפוועקן פון א טיפן שלאף און זיך ציוויליזירן. מען קען נישט פירן קיין לעבן אן קיין חשבון בלויז מיט משלים פון דובנער מגיד.
מען קען נישט האבן טריליאן קינדער אן ארבעטן, מען קען נישט באגראבן מאלעסטעישאן דורך קול קורא'ס, און מען קען נישט אפהאלטן טעכנאלאגישע פארשריט דורך קול קורא'ס. מען טאר נישט באגראבן אכצן יעריגע קינדער מיט נקבות וועמען זיי קענען נישט, אנטון די נקבות צניעות'דיגע וועש און זיי לאזן זיך דערשטיקן מיט מחנות קינדער.
אבער יאיר לפיד זאגט עס צו שטארק, און ווען איינער זאגט אמת טוט עס וויי. יעדער ווייסט דאס אז ווען איינער רעדט אמת וואס מען טראכט אבער מען וויל נישט זאגן, ווערטער וואס זענען "ליבא לפומא לא גליא" קרענקט עס.
חיים וואלדער, א באבע מעשיות דערציילער, האלט נישט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, ווייל ער וואוינט אין ארץ ישראל, ער קען די ציונים און האט זיי נישט פיינט. אבער לפיד'ס ווערטער שניידן אים גוט אריין. וואלדער אליין איז נישט באזארגט איבער זיין פרנסה, ווייל ער האט א גוטן פאך אין די האנט גנבענען געשיכטעס פון או הענרי און אנדערע קלאסישע שרייבער וואס יעדער בר בי רב דחד יומא בפאבליק סקול ווייסט, און עס אויסברעכן אין א אומוויסנדע געמיינדע. אלזא, פארן עולם'ס פרנסה זארגט ער נישט, און ווען לפיד רעדט וועגן ציוויליזירן חרדים זאלן נישט זיין לעול ולמשא אויפן רעגירונג קאסע, איז וואלדער געפאלן אויפן וואזשנעם געדאנק אז
יאיר לפיד איז אזוי ווי היטלערביי אונז האט מען געוויסט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. די פרומע ציוניסטן זענען ארגער (מיט אן אלף דייקא) די אגודיסטן וויזניץ, גור, בעלזא פאניוועזש, זענען נאך ארגער, ווייל מיט זיי קען מען זיך טועה זיין. די ארונים זענען דאס סאמע ארגסטע ווייל זיי זענען מכם ובכם, און זיי זענען רבם דקרו, און זיי זענען יודעים את רבונם. קומט אויס אז היטלער איז ממש פון די סלתה ושמנה.
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טפשות?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 12:53 pm
דורך הוגה
האסט א נקודה. זאל מען אריינגיין אין א פיליזאפישע געשפרעך און זעהן אויב היטלער איז טאקע אזא נאצי ווי מען מאכט אים. כ'מיין סך הכל האט ער געוואלט אז די וועלט זאל זיין יודנריין, יעדע בר בי רב פארשטייט דאס.
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טיפשות.
סיריעסלי ספיקינג, דאס גייט אריין אינעם גדר פון דער וואס שרייט העכער געווינט די דעבאטע.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 12:54 pm
דורך דולה ומשקה
ווען נישט די ציונים וואלט נישט געוועהן קיין נאציס עי' הקדמה לספר ויואל משה
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געוואלט אריינלייגן א יוטיוב שטיקל, וויאזוי טוה איך עס, וואספארא לינק לייג איך אריין ביי די קנעפל יוטוב די URL אדער EMBED ?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:01 pm
דורך זר זהב
יוטוב
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אריינגעלייגט ביי די ווארט יוטיוב די לינק, קוק עס איז אונטער די ערשטע שורה וועגן לפיד, עס קומט נישט ארויף קיין קליפ
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:07 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=k01lkUvF3WA[/youtube]
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:10 pm
דורך זר זהב
דאס האט מיר יידל אויסגעלערענט, אסאך מאל דארף מען זיך ארומשפילן מיט'ן לינק אז ס'זאל ארויפקומען. אין די פאל דא (https://www.youtube.com/watch?v=HNJZJw1ZE9A) האט מען געדארפט אראפנעמען דעם S וואס כאב געהיילייט.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
יישר כח טייערע פריינט יידל און זר זהב פארן מיר לערנען הלכות שדכנות בין קאווע שטיבל ליוטיוב שלא יבריחו ולא יעלימו לא זה מזו וכו'
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:14 pm
דורך יואב
_
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:האסט א נקודה. זאל מען אריינגיין אין א פיליזאפישע געשפרעך און זעהן אויב היטלער איז טאקע אזא נאצי ווי מען מאכט אים. כ'מיין סך הכל האט ער געוואלט אז די וועלט זאל זיין יודנריין, יעדע בר בי רב פארשטייט דאס.
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טיפשות.
סיריעסלי ספיקינג, דאס גייט אריין אינעם גדר פון דער וואס שרייט העכער געווינט די דעבאטע.
איר ווילט אפשר מסביר זיין אייערע רייד?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:14 pm
דורך קינות גירושין
איך האב גארנישט געוויסט אז חיים וואלדער גייט מיט אזאלכע גרויסע האר איך גיי שוין ארויסווארפען זיינע ביכער פון מיין הויז
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:19 pm
דורך Atgan
קופערניקוס טייערע, אויב האסטו נישט פארשטאנען חיים וואלדער'ן כתבה, זייזשע מוחל ליין עס איבער.
ער ברענגט ארויס זעהר קלאר, אז ער חלילה נישט מדמה, אבער צו "קלינגט דען נישט אין אויער אזעלכע ווערטער"?
"האט מיר דען נאכנישט געהערט ענליכס צו דעם"?
און צו דיין ארטיקל קען מען אויך מדמה זיין........ ווי דו גיסט אזוי לעגיטימאציע, פאר איינער פון די סאמע גרעסטע שונאי ועוקרי הדת.
יאיר לפיד, איז א ריינע שונא חרדים, אויפגעוואקסן ביי א ריכטיגע רשע אין שטוב, יעצט זיך גענומען די עול, פון וועלן מסדר זיין און צורייסן יעדעס ביסל אידישקייט וואס איז נאר דא אין ארץ ישראל.
איי, וועסטו פרעגן: ער וויל עפעס צורייסן אידישקייט? ער וויל פשוט נארמאליזירן!
וועל איך דיר געבן צו פארשטיין וואס זענען זיינע אינטערעסן.
האסטעך אליינס געזאגט, מיר האבן א טריליאן קינדער, איז ער דעך א קליגע אינגאטש, נעמט ער ארויס זיינע צעהן פינגערס, און ציילט. בערך אין יאר תשצ"ג אויב ח"ו וועט משיח נאכנישט דא זיין, וועלן די פרומע האבן א רוב אין די מדינה! (עכ"פ די פרומע פארטייען), יעקב משה וועט זיין פרעמיער מיניסטער, און זרח וועט זיין אין שאַץ קאמער (דארט ווי יאיר זיצט איצט) און חייקל'ן וועט זיין פרעזידענט.
נישט נאר דאס: מ'וועט ארויפצווינגן תוכנית ליב"ה 2: אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל, מוזן מאכן א חומש סעודה ביי פינף יעריגע קינדער. ביי זיבן מוז מען 'קענען' ביז שלישי מיט רש"י. וכו' וכו'...... אויב נישט שניידט מען די תקציב!
ממילא אידעך א הימל געשריי, זוכט מען "לשלב את החרדים" דאס מיינט אין אידיש: אראפפירן די חרדים פון זייערע איר אלטע מסורה מער ווייניגער, אזוי אז זייערע קינדער, וועלן שוין זיין כאחד החילונים. (כדוגמת המזרחי).
בקיצור ער איז פוסטער רשע, וואס וויל נישט נארמאליזירן, מיינט נישט אונזערע גוטס.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:20 pm
דורך יואב
Well, The Natzi's were kinda like Humon, they were looking just to wipe out the Jewish Nation, While the Tziyonim are just like the Greeks, they want to destroy the core of Judaism, the soul, that's why they are bigger devils. Lol. * And the pious religious once, are like the Musyavnim
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
Atgan האט געשריבן:קופערניקוס טייערע, אויב האסטו נישט פארשטאנען חיים וואלדער'ן כתבה, זייזשע מוחל ליין עס איבער.
ער ברענגט ארויס זעהר קלאר, אז ער חלילה נישט מדמה, אבער צו "קלינגט דען נישט אין אויער אזעלכע ווערטער"?
"האט מיר דען נאכנישט געהערט ענליכס צו דעם"?
און צו דיין ארטיקל קען מען אויך מדמה זיין........ ווי דו גיסט אזוי לעגיטימאציע, פאר איינער פון די סאמע גרעסטע שונאי ועוקרי הדת.
יאיר לפיד, איז א ריינע שונא חרדים, אויפגעוואקסן ביי א ריכטיגע רשע אין שטוב, יעצט זיך גענומען די עול, פון וועלן מסדר זיין און צורייסן יעדעס ביסל אידישקייט וואס איז נאר דא אין ארץ ישראל.
איי, וועסטו פרעגן: ער וויל עפעס צורייסן אידישקייט? ער וויל פשוט נארמאליזירן!
וועל איך דיר געבן צו פארשטיין וואס זענען זיינע אינטערעסן.
האסטעך אליינס געזאגט, מיר האבן א טריליאן קינדער, איז ער דעך א קליגע אינגאטש, נעמט ער ארויס זיינע צעהן פינגערס, און ציילט. בערך אין יאר תשצ"ג אויב ח"ו וועט משיח נאכנישט דא זיין, וועלן די פרומע האבן א רוב אין די מדינה! (עכ"פ די פרומע פארטייען), יעקב משה וועט זיין פרעמיער מיניסטער, און זרח וועט זיין אין שאַץ קאמער (דארט ווי יאיר זיצט איצט) און חייקל'ן וועט זיין פרעזידענט.
נישט נאר דאס: מ'וועט ארויפצווינגן תוכנית ליב"ה 2: אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל, מוזן מאכן א חומש סעודה ביי פינף יעריגע קינדער. ביי זיבן מוז מען 'קענען' ביז שלישי מיט רש"י. וכו' וכו'...... אויב נישט שניידט מען די תקציב!
ממילא אידעך א הימל געשריי, זוכט מען "לשלב את החרדים" דאס מיינט אין אידיש: אראפפירן די חרדים פון זייערע איר אלטע מסורה מער ווייניגער, אזוי אז זייערע קינדער, וועלן שוין זיין כאחד החילונים. (כדוגמת המזרחי).
בקיצור ער איז פוסטער רשע, וואס וויל נישט נארמאליזירן, מיינט נישט אונזערע גוטס.
יא, און בלומבערג איז עמלק, דער שופט וואס האט פארמשפט מעלעסטערס האט אונז פיינט. יעדער שרייבער אין יעדע ציוויליזירטע צייטונג וואס רירט צו חרדישע אידן, האט אונז פיינט. עס איז נישטא אזא זאך ווי אונז קריטיקירן ווייל מען האלט אז מיר האבן ערנסטע חסרונות?
הער אויס לפיד'ס אפענהארציגע שמועס צו די חרדישע סטודענטן, ער רעדט אזוי קלאר און צו די זאך, אבער אונז ווילן זיך איינהילן אין די באקוועמע דאכענע פון רדיפה, דער אלטער פריץ פראקט אונז שוין ווידער מיר האבן פשוט נישט דעם רבי משה לייב סאסובער זאל אונז טאנצן מיט א בערן טאנץ.
וועק זיך אויף! מיר האבן ערנסטע פראבלעמען און אפאר מענטשן זאגן עס!
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:10 pm
דורך היימישער
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען
עס איז דא 2 שלעכטע קרענק, איינער זאגט אז דאס איז ערגער און איינער זאגט אז דאס איז ערגער
לפיד ימ"ש זאגט אז דער עיקר איז די גוף, און די צדיקים זאגען אז דער עיקר איז די נשמה, עס איז דא צדיקים (וואס זיי אלען האבען ציבראכען זייער גוף) און וואס קענען אפילו זאגען א כפרה פארן גוף, נאר די נשמה זאל בלייבען לויטער און ריין
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:28 pm
דורך געוואלד געשריגן
קופערניקוס איך עגרי. די ריכטערס, מידיע, פאליטישענס..אלע האבן פיינט אידן, בפרט חרדים.. אפשר. אבער קיינער וויל נעמען פאראנטווארטליכקיייט און זאגן אפשר אפשר, מ'דארף טוישן א פאר זאכן.
Reevaluation of the system.
עס ארבעט נישט.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:59 pm
דורך איחוד פעלד
אויב איז עס אזוי אמת אז לפיד וויל נאר אויסגלייכען די חסרונות, וואלט ער צוגעשטעלט אז די פרומע זאלען קענען גיין אין מיליטער און בלייבען הונדרעט פראצענט פרום.
כל זמן דאס ווערט נישט געטוהן, מיינט אז זיי ווילען נישט באמת דאס, זיי ווילען פארקערט, זיי ווילען אז די חרדים זאלען גיין אין מיליטער, און ווערען פרייער אויף וויפיל זיי קענען.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 3:51 pm
דורך עסקן בדברים
פארוואס זאגסטו אז זיי ווילן עס נישט צושטעלן? זענען זיי נישט גרייט זיך אראפצוזעצן מיט די פרומע און אויסארבעטן וואס זיי פארלאנגן אויב די פרומע וואלטן געהאט א הוה-אמינא זיך פראבירן צוצושטעלן?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:13 pm
דורך איחוד פעלד
זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:39 pm
דורך לעיקוואד
קופערניקוס האט געשריבן:אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טפשות?
מענטשליכער טפשות האט נישט קיין שיעור, און טיפשות, שקר, בלאף, און רשעות, פון חיים וואלדער וחבריו האט זיכער נישט קיין שיעור.
א שאד זיך צו טענה'ן און זיך צו רעגן. נישטא וואס צו טוהן. ווער עס פארשטייט נישט פון ליינען די ווערטער פון די א"ג חרדישער ווארטזאגער'ס אליינס ווי נאריש חסרי דעת שכל ומענטשליכקייט זיי זענען, וועט נישט העלפען קיין שום הסברים. סאיז שווער זיך צו חוזק מאכען פון איינער אזוי גוט ווי זיי מאכען חוזק פון זיך אליינס. אדער האלטען זיי אז דער עולם האט טאקע אן איי קיו פון דרייסיג, אדער איז דאס קלאר א קאנספירציע פון וולדר, וואס איז פון די שטאקע לינקע גורמים אין די חרדישע בני ברק'ע געזעהלשאפט, טאקע מאכען לעג וקלס פון די מהלך.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:47 pm
דורך לעיקוואד
איחוד פעלד האט געשריבן:זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.
אינו מן ענין.
א- זיי האלטן קלאר יא ביים עס געבן, זיי האבען געמאכט נחל חרדי ווי דארט איז מען מחוייב לויט די תקנות פון צה"ל צו דאווענען און לערנען, סנישטא קיין שום פרויען, וכו', און סאיז נישטא גענוג בחורים מיט וואס עס אנצופולען באשמת אונזערע הייליגע קנאים.
ב- סאיז נישט זייערע אחריות צוצושטעלן א פלאץ אן נסיונות. יעדער איינער וואס וואוינט אין די מדינה האט א חיוב מאראליש מענטשליך און תורה'דיג זיך משתתף זיין נארמאל אין די אחריות פון היטען אויף עס. אז דו ווערסט אנגערייצט פון זעהן מיידלעך צו נאנט איז דאס דיין פראבלעם, בינד זיך צו די אויגען מיט א שמאטע, ווייס איך וואס, פארוואס איז דאס די מדינה'ס קאפווויטאג צוצושטעלן?
ג- סנישטא אזא זאך א פלאץ אן נסיונות. אויך אין ישיבות הקדושות פעלט נישט קיין נסיונות. און אוודאי אין יעדער פלאץ אין די נארמאלער אמתער וועלט וועט זיין ניסיונות, און אפילו שווערע נסיונות. פעלט נישט קיין ארבעט'ס פלעצער וואס די נסיונות דארט זענען פילפאכיג מער פון ארמעי. ווילאנג עס איז אויפ'ן עולם הזה וועלן די חרדים אלץ קענען שרייען אז דאס איז "נסיונות בעל כרחם". סנישטא אזא זאך נסיונות בעל כרחם. יא, די ארמי איז אויפ'ן עולם הזה, אויפ'ן עולם הזה איז דא מיידלעך, סאיז דא בכלל א מאדערנער פרייער וועלט, און מדארף זיך ספראווען דערמיט.
ד- קיינער כמעט וועט זיך נישט דערוואגע בדרך כלל צו טוהן א זאך וואס די רבנים זענען פייער דערקעגן, און אין די גאנצע חברה איז עס אראפגעקוקט, דארף מען זיין נאריש צו טוהן אזא זאך.
עס איז גאר איראניש ווי אלץ הגנה אויף דרכי החרדים פארציילט מען אזעלכע מעשיות ווי אז בעצם וואלטן מיר געטוהן וואס מיר ווילען צו די רבנים ווילען יא צו נישט.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 9:22 pm
דורך [NAMELESS]
דוד זולדן איז א חב"ד'סקער בחור וואס איז געווען ממייסדי הנחל, זיין ביכל "חרדים לגורלם" דעקט אויף די סיפור התייסדות הנחל. די ראשי הצבא האבן זייער קלאר געשטעלט גאר הויכע פרומע סטאנדארטן און די חרדים האבן נישט מיטגעארבעט. איחוד פעלד איז פשוט פאקטיש נישט גערעכט.