דער כלל-ופרט-וכלל פאראדאקס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער כלל-ופרט-וכלל פאראדאקס

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

די וועלט, ווי מיר קוקן זי אן, איז זייער א קאמפליצירט פלאץ, מיט מער פרטים ווי אלע מענטשן פון אלע דורות וועלן אמאל באווייזן אויסצוציילן. אזוי זעט עס אויס במושכל ראשון, און אזוי איז עס באמת אויף דעם שטאפל וואו אונזערע חושים באנעמען די וועלט. למעשה אבער זעען מיר אז וואס טיפער די מענטשהייט קריכט, אלץ מער שטעלט זיך ארויס אז ס'איז ווייט נישט אזוי. וואס טיפער די וויסנשאפט קריכט אריין אין די באשעפענישן פון דער בריאה, אלץ פשוט'ער ווערן זאכן, אלץ מער פרטים פאלן אוועק.

ווען מיר קוקן אויף דער בריאה גראד אזוי מיט אונזערע חושים, זעען מיר פאר זיך א ריזיגע פארשידנארטיגקייט. עס זענען פאראן אומצאליגע "זאכן" – פון ברעקלעך זאמד, ביז מענטשן גאונים, ביז מיקראסקאפישע באשעפענישן, ביז גאלאקסי-סיסטעמס, און אלעס אינדערצווישן. יעדע קאטעגאריע איז א וועלט פאר זיך. דער שם הכולל "מין מענטש" נעמט אריין אזויפיל פארשידנארטיגקייטן. די מענטשהייט קען צעטיילט ווערן אין ראסן, וואס ווערן ווייטער צעטיילט אין סובקאטעגאריעס. עס זענען פאראן משפחות, מענטשן וואס באלאנגען צו דער זעלבער רעליגיע, פאליטישער שיטה און קלאס. עס זענען פאראן שכנים, שונאים, פריינט, קאלעגן. יעדע פון די גרופעס האט עפעס וואס ברענגט אלע מענטשן אין דער גרופע צוזאמען – אבער אין דער זעלבער צייט, עפעס וואס צעטיילט זיי.

דערנאך זענען פאראן די אינטערשיידן צווישן מענטש און מענטש. און עס זענען אייביג פאראן חילוקים וואס שיידן פונאנדער צווישן סיי וועלכע צוויי יחידים. מענטשן קענען פארמאגן ענליכקייטן; זיי קענען זיין זייער ענליך. אבער אייביג וועלן זיין עפעס אנדערשקייטן וואס טיילן די צוויי אפ.

די זעלבע שפיל חזר'ט זיך איבער אין דער וועלט פון חיות, פייגל, און פיש. דערנאך האבן מיר א וועלט פון מיקראסקאפישע באשעפענישן, וואו דער סדר פון קאטעגאריעס און סובקאטעגאריעס חזר'ט זיך ווייטער איבער. דאן האבן מיר מינעראלן, שטיינער, פלאנצן, בערג, און לאנד-ווירטשאפן.

אין די הויכע רוימען זענען ווייטער פאראן פלאנעטן, לבנה'ס, שטערנס, שטערן-סיסטעמס, גאלאקסיעס, גאלאקסיע גרופעס.

הכלל, די וועלט איז זייער קאלירפול און פארשידנארטיג, מלא וגדוש מיט פרטים און אינטערשיידן. אזוי איז עס אויבנאויף. אז מען קריכט אבער טיפער זעט מען, אז דער אמת איז פונקט פארקערט. וואס נאענטער די וויסנשאפט קומט אן צום יסוד פון באשעפענישן און דערשיינונגען, אלץ מער צעשווימען ווערן די מחיצות און אנדערשקייטן; אלץ נאענטערע מחותנים ווערן די ברואים פון דער וועלט.

אלע לעבעדיגע זאכן, צום ביישפיל, זענען צוזאמגעשטעלט פון צעלן, וואס פארמאגן אין זייער צענטער א קאוד, דעם "די-ען-עי", וואס אנטהאלט אלע פרטים פון דער באשעפעניש. דאס איז אייניג אמת פאר חיות, מענטשן, און פלאנצן. דאס איז טייטש אזוי. הגם די דריי קאטעגאריעס באשעפענישן זענען ביז גאר אנדערש איינע פון דער אנדערער (און, ווי געשמועסט, די קאטעגאריעס זעלבסט באשטייען פון איין גרויסן געמיש פון אנדערשקייטן), זענען זיי ביים יסוד גאר ענליך. די מעכאניזם וואס מאכט זיי זיין, איז ביי זיי אלע איינס און די זעלבע.

אויף די שטאפלען אראפצו פון צעלן, ווערן זאכן נאך מער ענליך. וואס טיפער מיר קריכן אריין צום יסוד פון זאכן, אלץ מער פאלן אוועק אינטערשיידן, און די ענליכקייטן, פון דער אנדערער זייט, קומען ארויס אלץ בולט'ער. ביים סאמע פונדאמענט, געפינען זיך די אטאמס, פון וואס יעדע, ממש יעדע זאך אויף דער וועלט איז צוזאמגעשטעלט. יעדע באשעפעניש, פון שטערן ביז שטיינדל, איז צונויפגעשטעלט פון דעם זעלבן מאטעריאל, אטאמס.

און נישט נאר וואס אלעס איז צוזאמגעשטעלט פון זעלבן סוג מאטעריאל, נאר ממש די זעלבע זאך. ס'איז נישט אז עס זענען פאראן "שטערן אטאמס", "מענטשן אטאמס", "דומם אטאמס" אא"וו, נאר אלע באשטייען פון ממש די זעלבע סארט אטאמס – פון ממש דעם זעלבן מאטעריאל.
דאס איז טייטש אז ביים יסוד איז די גאנצע בריאה אויף דער האר די זעלבע זאך, אטאם. די חילוקים הייבן זיך אן ביי די פרטים און קאמבינאציעס. בריאה א' באשטייט פון אזא קאמבינאציע, בריאה ב' באשטייט פון א צווייטער קאמבינאציע, בריאה ג' באשטייט פון א קאמבינאציע פון די צוויי קאמבינאציעס ... אא"וו. אלעס אמת. אבער ביים יסוד, איז אלעס ממש אויף דער האר די זעלבע זאך.

עס איז אבער דא פאראן א חידוש פון א פאראדאקס. דער כלל, אז וואס טיפער געגריבלט, אלץ נאענטער ווערט אלעס, איז אמת פאר אלעם אינערהאלב דער בריאה. דאס הייסט, ביים אריינקריכן טיפער אין יעדן אינדיווידועלן פרט אינעם באשאף, זעען מיר אז מחיצות און חילוקים פאלן אוועק בגדול. ווען מיר קריכן אבער אריין אין דעם יסוד פון דער בריאה אלץ א כלל; ווען מיר זוכן דעם יסוד פון עקזיסטענץ על כולנה, טרעפן מיר א פונקט פארקערטע דערשיינונג. דארט, ביים יסוד הבריאה ווי א כלל, לאזט עקזיסטענץ זיך נישט אריינגעצווינגען ווערן אין דעם "ציפער איינס".

אין דער תקופה פאר און נאך איינשטיין, צום ביישפיל, האט די וויסנשאפט געמאכט ריזן פארשריט אין "מאכן סדר" אין דער בריאה. א צאל יסודות'דיגע אנדערע און אפילו קעגנגעזעצטע זאכן זענען איבערגעוויזן געווארן צו זיין נישט נאר ענליך, נאר אפטמאל פארשידענע אספעקטן פון ממש דער זעלבער זאך. פאר איינשטיין נאך האט די וויסנשאפט צוזאמגעברענגט אלע ענערגיע כוואליעס – ליכט, ראדיא, מיקראוועיוו, עקסרעי, און די איבעריגע – צו איין סוג זאך. פריער איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז ראדיא און זען האבן וואספארא עס איז שייכות. שפעטער איז מען געקומען צו דער הכרה אז נישט נאר זענען זיי קרובים, נאר ממש די זעלבע זאך; די חילוקים שטעקן נאר אין זייער התנהגות. (און ווי מיין רבי פלעגט זאגן: דו קענסט אויך; דו דארפסט נאר וועלן.)

שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ענערגיע כוואליעס און מאגנעטיזם זענען ווייטער די זעלבע זאך. איינשטיין האט געמאכט א רעוואלוציע מיט'ן איבערווייזן אז מקום און זמן, מאסע און ענערגיע, זענען ווייטער צוויי זייטן פון דער זעלבער מטבע.

הכלל, נישט לאנג צוריק האט עס געהאלטן דארט אז די בריאה איז אוועקגעשטעלט אויף פיר יסודות. די וויסנשאפט האט יעצט זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם יסוד שביסודות, דעם איינעם כלל, אויף וואס די גאנצע בריאה איז באזירט.

אבער... פון די פיר איז געווארן פינף, זיבן, צען, און עלף. די וויסנשאפט איז אויפגעקומען מיט דער "שטריק טעאריע", וואס פארלאנגט אז די וועלט זאל האבן נאך דימענסיעס, אויסער די פיר וואס מיר זעען. דאן איז אפירגערקומען די "פאראלעל אוניווערסן" טעאריע, וואס שפעקולירט אז עס זענען פאראן אן קיין שיער אוניווערסן, וואס פארמאגן יעדער איינער זיינע אייגענע כללים און חוקי הטבע.

דאס זאגט אז ווי ווייטער מיר קריכן צום יסוד פון דער בריאה, אלץ מער פארפלאנטערט ווערן זאכן. מיר מוטשען זיך צו טרעפן אן אופן אז אלעס וואס איז פאראן זאל אריינגיין אין עפעס אן "איינס" – ס'זאל זיין עפעס אן איין-איינציגקייט אין וועלכער אלעס פאסט אריין. אבער די בריאה לאזט זיך נישט, און וואס ווייטער מיר פרואווען, אלץ ווייטער אנטלויפט זי פון דעם "איינסערל". ווען עס זעט שוין אויס ווי מיר קומען נאענטער און שטייען שוין נישט ווייט פון דעם ציל, עפענען זיך פלוצלינג נייע האריזאנטן, פרישע חידושים, מיט נייע אנדערשקייטן, מיט פרישע "ציפערן".

פון איין זייט, ווען מען קריכט אין די פרטים, ווערן זיי פארשוואונדן און גיסן זיך צונויף אין א כלל. פון דער אנדערער זייט, ווען מען קריכט אריין אין דעם כלל, צעשפרינגט ער זיך אויף פרטים.

עס זעט אויס אז ערגעץ וואו אין דער פסיכיק פונעם מענטש ליגט א נטי' צו נאענטער ברענגען זאכן, צו אפווישן אנדערשקייטן, צו פטור ווערן פון מערצאל. עס קען זיין אז דאס נעמט פון זיך דעם, וואס ביים יסוד פון די פרטי הבריאה זענען זיי דאך אלע טאקע איינס.

אפשר איז די סיבה פארוואס די בריאה כולה פירט זיך אויף פונקט פארקערט, ווייל דארט ליגט דער ענטפער בכלל נישט אין ציפערן. עס קען זיין אז מיר דארפן זוכן דעם יסוד פאר אלעם ערגעץ וואס איז נאך העכער און טיפער ווי ציפערן, ווי כלל-ופרט, ווי איינס קעגן מערצאל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר