בלאט 1 פון 1
היו נכונים! די מערכה אקעגן טעיפ ריקארדערס
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:22 pm
דורך הוגה
מיר האבן שוין אלע געזעהן די קליפ פון די אסיפה ביים סקולענער רביס הויז ווי ר' אהרן מענדל, די ציקונפטער מנהיג עדת סקווירא האט בטוב טעם ודעת ארויס געברענגט די שרעקליכע שטרויכלונגן וואס קומען ארויס פון די היינטיגע טעיפ ריקארדערס. אויך איז דא ערגעץ אין שטיבל אראפגעברענגט געווארן אן ארטיקל פון דער בלאט בנוגע די מערכה.
דא האט איר א בילד פון בחצר הקדש ווי כ"ק אדמור די סקווירא רבי אליינס האט זיך אנגעגארטעלט בעוז מתניו צו זיין בראש העומדים בפרץ בנוגע די טעיפ ריקארדערס.
נ.ב. פון אונטער די קוליסן הערט מען אז עסקנים ארבייטן יעצט אויס א פלאן פאר פילטערס אויף טייפ-רייטערס, און א לעזונג צו די פראבלעם פון טשו טשוס וואס ווערן סטאק אין די ציינער.
עס איז צום האפן אז די שווערע פראבלעמען וואס האבן גורם געווען ניינציג פראצענט פון די גיטין במחנינו וועלן בקרוב געלעזו ווערן, נאך פאר תשכ"ח.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:36 pm
דורך ברסלבער
מיין פיר יעריג'ס האט מיר לעצטנ'ס געבעטן אז איך זאל אנצינדן א סידי אבער נישט די סידי'ס וואס קענען זיך צורייסן נאר די רינדיכיגע וואס צורייסן זיך נישט...
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 4:56 pm
דורך לעיקוואד
אבער פארוואס איז דאס אין א שמייכל? מדארף עס אריינשטעלן אין די קאטאגאריע "אדמורי"ם מאכען חוזק פון זיך אליינס".
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 5:03 pm
דורך איך אויך
ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 6:05 pm
דורך שלשלת
איך אויך האט געשריבן:ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?
און סתם עמך אידן יא?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 6:07 pm
דורך איך אויך
ווען קומט אויס פאר א סתם עמך עס צו זאגן?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 7:10 pm
דורך דעת תורה
זע איך אז ער זאגט בכלל נישט אזוי פאני, ער רעדט נישט פון קיין טעיפרעקארדערס.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 9:28 pm
דורך שלשלת
איך אויך האט געשריבן:ווען קומט אויס פאר א סתם עמך עס צו זאגן?
ווען ער דארף עפעס פון זיין חבר וואס יאגט זיך
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 9:37 pm
דורך שלשלת
דעת תורה האט געשריבן:זע איך אז ער זאגט בכלל נישט אזוי פאני, ער רעדט נישט פון קיין טעיפרעקארדערס.
ווי אזוי די רבנים וועלן זאגן וועלן זיי אייביג זיין אפגעפרעגט.
מאכן זיי א אסיפה וועגן אינטערנעט, שרייט מען אז זיי פארשטייען אונז בכלל נישט. זיי אנערקענען נישט אז אינטערנעט איז א פאקט מיט וואס ממוז לעבן היינטיגע צייטן, און אויב עפעס איז די איינציגע עצה צו מאכן א קנאקעדיגע פילטער.
ווען סקווערע רבי זאגט אז, ריקארדערס איז א זאך וואס מען קען נישט אסר'ן, ווייל מ'דארף עס האבן, די עצה איז מזאל פאדערן פון די קאמפאניס זאלן מאכן ריקארדערס וואס זאל זיין גוט פאר אונזערע קינדער - איז ער ווידער אפגעפרעגט
אויב טרעפט מען נישט עפעס גאר גוט צו האבן טענות דערויף, געט מען א מאך א ליצנות כאילו ער האט גערעדט פון טעיפריקארדערס, ואידך זיל גמור
והייתם נקיים - איך בין נישט קיין סקווערער
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 10:05 pm
דורך newkave
נקי נקי נקי!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:43 am
דורך הוגה
חברה, טשיל אוט!!!!
דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.
ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך......

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:11 am
דורך געפילטע פיש
שלשלת האט געשריבן:ווען סקווערע רבי זאגט אז, ריקארדערס איז א זאך וואס מען קען נישט אסר'ן, ווייל מ'דארף עס האבן, די עצה איז מזאל פאדערן פון די קאמפאניס זאלן מאכן ריקארדערס וואס זאל זיין גוט פאר אונזערע קינדער - איז ער ווידער אפגעפרעגט
ווייל אלע ריקארדערס היינטיגע צייטען קומען מיט אינטערנעט. אפשר שאפסטו מיר אזא אינטערנעט ריקארדער? איך האב א גרויס תאוה חוטא צו זיין אויף דעם.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:54 am
דורך נייגעריגער
און דא האט איר דער צייטונג באריכט דערוועגן [כך קבלתיו סתם און כ'ווייס נישט פון וועלכע צייטונג עס קומט]:

- IMG-20130502-WA045.jpg (43.9 KiB) געזען געווארן 1474 מאל
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:02 am
דורך טאמבל סאס
שלשלת האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?
און סתם עמך אידן יא?
איך לאך, ווען עמיצער נאך א גאנצע הסבר געשריבענערהייט אין א ארטיקל וויל מאכן א סיכום דערפון קורצערהייט, ווי צו זאגן פארן לייענער, זארג דיך נישט ס'איז נישט סתם א סברה אויסגעזויגן פון פינגער וואס מ'דארף א האלבע פאפיר טינט פארשווענדן דערויף, כדי די לעכערליכקייט דערפון זאל זיך נישט דערקענען. כ'קען דיר עס עקשולי זאגן אין צוויי ווערטער. און ער גייט אראפ א שורה. און שרייבט
אין איין ווארט: און....... ס'דויערט אים נאך אפאר שורות.. אוחח
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:30 am
דורך איך אויך
סאו אפשר זאל מען עס מחרים זיין בתוך אלע געאסר'טע ווערטער והמסתעף.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:54 pm
דורך פרענטש וואנילע
אהן קיין שמייכעל, גאנץ ערענסט - הגה"צ רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל האט נישט געלאזט האבען קיין טעיפ ריקארדערס און נישט געלאזט אויפכאפען זיינע תורות אויף א טעיפ.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:07 pm
דורך בעל הבית
צוליב דעם ווייל א טעיפ ריקארדער איז געמאכט פון פלאסטיק...... ווי באקאנט, האט ער הרה"ק מספינקא געפירט א גרוסע מלחמה קעגן פלעסטיק אופן טלית בייטיל, הני טעמא
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:37 pm
דורך matovu
הוגה האט געשריבן:חברה, טשיל אוט!!!!
דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.
ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך......

You chill out
don't tell him after the insult to chill out
take credit for being mean and unfair to skver
be a man.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:12 pm
דורך ר' שמחה
פרענטש וואנילע האט געשריבן:אהן קיין שמייכעל, גאנץ ערענסט - הגה"צ רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל האט נישט געלאזט האבען קיין טעיפ ריקארדערס און נישט געלאזט אויפכאפען זיינע תורות אויף א טעיפ.
ביי וועלכע פון זיינע זון איז נישט דא קיין טעיפ רעקארדער אין שטוב ?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:36 pm
דורך שלשלת
ביי הרה"צ רבי בעריש זצ"ל, ליידער
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:44 pm
דורך הוגה
matovu האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:חברה, טשיל אוט!!!!
דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.
ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך......

You chill out
don't tell him after the insult to chill out
take credit for being mean and unfair to skver
be a man.
איך נעם פול קרעדיט. יאכלו ענווים וישבעו.