בלאט 1 פון 1

פיזיקס: הרב פרופ' נתן אביעזר ענטפערט אפ פרופ' מארק פארעק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:50 am
דורך יידל
הרב פרופ' נתן אביעזר, מחבר פון "בראשית ברא" וואס איז באזירט אויף מפרש זיין די ערשטע פרקים פון די תורה על פי די היינטיגע סייענטיפישע יסודות, האט היינט מפרסם געווען א לענגערן תגובה אויף פרופ' מארק פעראק'ס ארטיקל אין וועלכער פעראק פרעגט אפ אביעזר'ס טעזע פון א סייענטיפישען שטאנדפונקט. פאר איינעם וואס האט געליינט אביעזר'ס ספר/בוך "בראשית ברא", אדער אין ענגליש "In the beginning", אדער סתם איינער וואס האט אן אינטערעסע אין פיזיקס, וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו לייענען פעראק'ס ארטיקל, און אביעזר'ס תגובה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:40 pm
דורך יידל
עס איז שוין דורך צען חדשים זינט פראפעסאר אביעזר האט פארעפנטליכט זיין ארטיקל ווי ער ענטפערט אפ פראפעסאר פעראק'ס קריטיק. אין יולי 25 האט פעראק געשריבן אן ארטיקל ווי ער פרעגט קושיות אויף אביעזר'ס ענטפערס. נעכטן האט פראפעסאר אביעזר פארעפנטליכט זיין ענטפער אויף פעראק'ס צווייטע ארטיקל.

יאנקל, קוק אין פעראק'ס ארטיקל וועסטו זען ווי ער וואונדערט זיך אויך פארוואס עס האט גענומען 13 יאר פאר אביעזר זיך וויסנדיג צו מאכן פון זיין ארטיקל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:00 pm
דורך יאיר
וואס איך האב ארויסגענומען פון די ענטפערס איז אז פעראק (פרח?) איז היבש באליידיגט פון אביעזר און ער האלט אז ער איז א געלונגענער מאטעמאטיקער און ער געדענקט נאך וויפיל ביכער ער האט שוין געליינט, און אז אביעזר האט זיך אויסגעלערנט זיך צו טענה'ן אויף א ציוויליזירטע וועג. כל הכבוד.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:25 pm
דורך יאיר
ערנסט גערעדט, פרח טענה'ט אז עס איז גארנישט מיוחד מיט דעם וואס דער צעל האט זיך געפארעמט איינמאל און נאכאמאל, דוקא אויף אזא אופן אז עס זאל קענען לעבן, ווייל לגבי פראבעביליטי טעאריע קוקט מען נישט אויף וואס איז מער ספעציעל, נאר יעדע מעגליכקייט האט אן אייניגע שאנס. אויף דעם ענטפערט אביעזר אז אין פראבעביליטי טעאריע קוקט מען יא אויף וועלכער מעגליכקייט איז מער ספעציעל.
בעניותי פארשטיי איך נישט דעם נידון. וואס איז מיר א חילוק לגבי די לומדות פון פראבעביליטי טעאריע, למעשה ווען איינער געווינט א לאטעריע איינמאל און נאכאמאל וועט פרח מודה זיין אז עס איז מסתבר אז ער איז א שווינדלער. איך זע נישט וואס בריאת העולם איז אנדערש.
אויך לגבי די אנדערע טענות זעט מיר אביעזר אויס צו זיין גערעכט.