בלאט 1 פון 1
איסור אכילת קטניות בפסח
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:27 pm
דורך שמואל הלוי
דער פרי מגדים או"ח סי' תס"ד שרייבט: "יש נוהגין שלא לאכול שום בפסח ואיני יודע טעם למה ומ"מ עתה אין להקל בפני ע"ה ובצינעא לת"ח אין להחמיר".
אבער מיין מגי"ש אין ישיבה האט געברענגט א ראי' פון ירושלמי אז קנאבל איז קטניות, און לכאורה איז דאס די טעם פארוואס מען עסט נישט קיין קנאבל פסח, ווייל תוס' אין מס' ר"ה דף יב ברענגט א ירושלמי בזה"ל: "קטניות מנין ת"ל וכל מעשר לרבות שום", איז משמע להדיא אז קנאבל איז קטניות.
למעשה אבער האב איך נישט געטראפן קיינעם פון די פוסקים וואס שרייבן אז קנאבל איז קטניות, פארקערט גאר אין שו"ע יו"ד רצ"ז ס"ג שטייט קלאר ארויס אז קנאבל איז נישט בכלל קטנית, עיי"ש, נו וואס גייט דא פאר איז קנאבל יא קטניות אדער נישט?
Re: איז קנאבל קטניות?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 1:24 pm
דורך gehlungen
The problem with KNOBBLE is they plant knobble wheat in a very short time distance so they claim there is a YENUKA from the wheat into the knobble (which I realy
Re: איז קנאבל קטניות?
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:31 am
דורך דולה ומשקה
קטניות במשך השנים איז אלץ געווארען מער און מער אסור, אין כמעט אזוי אסור ווי חמץ גופא.
אין סמ"ק לר"י מקורביל (סי' רכ"ג) שרייבט אז 'מקצת' חכמים עסן נישט קטניות און פסח. ער ברענגט אז רבינו יחיאל מפאריז האט יא געגעסן קטניות אין פסח. דער סמ"ק אליינס דערמאנט נישט וואס אייגענטליך דער פראבלעם איז מיט קטניות, ווייל דאס איז ברור אז קטניות איז נישט מחמצת, זה דעת התלמוד אין קיינער קריגט זיך נישט דערויף. ער ברענגט יא כעין הסבר וויבאלד ס'געוועהן מקומות וואס האבען געמאכט פון קטניות "לחם", האט מען מורא געהאט אז ס'קען אנקומען לידי טעות, עכ"פ מהאי טעמא האלט אז מדארף דאס אסר'ן אין פסח, אבער פארשטייט זיך נישט אלס חמץ נאר צוליב 'סיבה אחרת', א אנדערע סיבה.
באותו זמן איז מעיד זיין שוואגער דער "המרדכי" אז "ר' יחיאל מפריז היה רגיל לאכול פול הלבן שקורין פויי"ש" (פסחים פ"ב, סי' תקפ"ח). רבינו יחיאל ב"ר יוסף מפאריז איז נחשב פון די גדולי בעלי התוספות. אפילו אין זיין דור איז ער געוועהן גערעכנט אלס דער גדול חכמי ישראל אין צרפת. רבי אהרן הכהן מלוניל רופט איהם "מורי" אדער "חסיד". אין ווי פריער געשריבען האט ער געגעסן קטניות אין פסח.
רבינו ירוחם (תלמיד פון דער רא"ש) שרייבט (תולדות אדם וחוה, נתיב ד', ח"ג): "ואותם שנהגו שלא לאכול אורז ומיני קטניות מבושל בפסח, מנהג שטות הוא, זולתי אם הם עושין להחמיר על עצמן, ולא ידעתי למה".
רבינו יעקב "בעל הטורים" דערמאנט טאקע אז עס איז דא וואס פירען זיך אזוי, אבער איז מעיר (טור או"ח סי' תנ"ג): וחומרא יתירה היא זו ולא נהגו כן". פון זיינע ווערטער איז ברור אז אויך זיין טאטע דער רא"ש האט זיך אויך נישט מונע געוועהן פון צו עסן קטניות און פסחאדער לכל הפחות ער האט דאס נישט גע'אסר'ט, אז נישט וואלט דאס דער טור דערמאנט. אין ס'וועט אויס קומען אז עד ימי ה'טור' איז נישט געוועהן קיין שום איסור אויף קטניות.
לאמיר געדענקען אין האבען אין באטראכט בשעת מ'דערמאנט דעם רא"ש, אז דער רא"ש ווערט גערעכנט פון די דריי גדולי הפוסקים וואס אויף זיי האט דער 'בית יוסף' געבויט זיין שלחן ערוך. די דריי זענען געוועהן הרי"ף רמב"ם והרא"ש, דער רי"ף אין דער רמב"ם זענען געוועהן ספרדים, דער רא"ש איז גערעכנט כראש הפוסקים ביי די אשכנזים.די ספרדים כידוע עסן קטניות אין פסח. פרעגט זיך דער שאלה אז אויב דער גרעסטע פוסק פון די בני אשכנז דער הייליגע רא"ש, וואס האט געלעבט נאך דער 'סמ"ק', אין ער האט דאס נישט גע'אסר'ט, איז ווער האט דאס יא גע'אסר'ט. מיר טרעפען אז די שפעטערע פוסקים האבען זיך שוין מתייחס געוועהן צו קטניות כ'איסור' גמור.
דער מהרי"ל אין הלכות פסח שרייבט בשם רבו (רבי שלום מאושטרייך) אז הגם קטניות איז נישט חמץ אין נישט מחמיצות, טאר מען אבער נישט מזלזל זיין אין דער איסור, "דכל דגזרו רבנן, העובר עליו חייב מיתה ועובר על לא תסור מן הדבר אשר יורוך, וגם אין לומר ננהג כאן להתיר דמנהג טעות הוא וכו' וגם אם תולה בחכם שווא ושקר דיבר הנביא ההוא ואילו היה החכם שם היה משיב הבדאות והשווא ומדיח שקר". הייסט דאס דער מהרי"ל האט געברענגט אז דער מנהג זאל נתפשט ווערען.
וכנראה איז משמע פון זיינע ווערטער אז דער מהרי"ל האט בלויז געהערט אז געוויסע גדולים האבען מתיר געוועהן צו עסן קטניות, אין ס'איהם געוועהן שווער צו גלייבען, און פארדעם האט ער אזוי שארף געשריבען.
ס'שווער צו זאגען אויב דער מהרי"ל האט יא אדער נישט געזעהן די ווערטער פון רבינו ירוחם "מנהג שטות", אין אז רבינו ייחיאל מפאריז האט געגעסן, אונז ווייסען נישט פון וועמען דער מהרי"ל האט אזוי שטארק גענומען דעם איסור אויף קטניות. אבער רבי ישראל איסרלין וואס האט געלעבט 50 יאר נאך דער מהרי"ל, אין און זיינע צייטען האט מען זיך שוין מונע געוועהן פון צו עסן קטניות. אין זיין שו"ת תרומת הדש"ן (סימן קי"ג) ווערט ער אנגעפרעגט אויב איז אראפ געפאלען וואסער אויף קטניות אולי איז דאס חמץ געווארען, איז מותר "להשהותם בפסח או לא"? ענפערט ער אז אוודאי איז מותר להשהות "אינהו אכלי ואנן לא משהינן?". ער האט אויך מתיר געוועהן תבשיל אם נפל לתוכו גרגיר של מיני קטניות. דאז איז זיכער אז דער שואל איז נישט געוועהן צו א גרויסע למדן, אז ער זאל נישט וויסען אז קטניות איז נישט מחמיצות.
דער רמ"א (150 יאר נאכען מהרי"ל) שרייבט (דרכי משה על הטור שם) "ואנו בני האשכנזים נהגו להחמיר". דער מנהג חומרה איז נתהפך געווארען לאיסור מוחלט. כאילו דער מדובר איז בחמץ ממש.
דער הייליגע יעב"ץ רבי יעקב מעמדין וואס איז געוועהן מגודל הלוחמים והקנאים על קיצו של יו"ד, אין אזוי אויך זיין פאטער דער "חכם צבי" האבען זיך שטארק מצער געוועהן אויף דער איסור וואס איז נתפשט געווארען. וזה לשונו (מור וקציעה סימן תנ"ג): "היה מצטער על איסור אכילת קטניות, וכל חג הפסח היה מתרעם ואומר: אי איישר חילי אבטליניה למנהג גרוע הלז, שהיא חומרא דאתיא לידי קולא, ונפק מינה חורבא ומכשול באיסור חמץ גמור, כי מתוך שאין מיני קטניות מצויים להמון לאכול ולשבוע צריכין לאפות לחם מצה הרבה, בפרטות העניים ומי שבני ביתו מרובים, ולא יספיקו להם תבשילים הרבה לשבר רעבונם, מוכרחים ע"כ להספיק להם מצה די לחמם לביתם וחיים לנעורתם... וקטניות נמצאים בזול בלי טורח ובהיתר, ואתו לאמנועי משמחת יו"ט בסבת חומרא שאין לה טעם וריח, לכן אשרי שיאחז צדיק דרכו, יתן אוכל למכביר, ונפץ את עוללי החומרות הזרות אל הסלע". דאס איז וואס דער יעב"ץ ברענגט בשם אביו ה"חכם צבי".
רבי יעקב עמדין לייגט צו נאכען זיך שטארק אפרעדן וועגען דעם חומרה: "על כן אני אומר, המבטל מנהג זה של מניעת אכילת קטניות יהי חלקי עמו, הלוואי יסכימו עמדי גדולי הדור במחוז הלזו, הנני להיות נטפל לדבר מצוה זו, וכל ימי הייתי עומד ומצפה מתי יבוא לידי ואפרסם דעם אמ"ה להפקיע חבל חומרות כאלו שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בהן לקיים ותגזר אומר ויקם, ואקבענה בדפוס ואעשנה כיון להביאה לידי מעשה לתקוע בה מסמרות, לקבעה הלכה לדורות, לזכוות את הרבים, ולהסיר מכשול מדרך עמינו, בודאי למצוה רבה יחשב".
ער שרייבט אויך וועגען דעם בשאילת יעב"ץ ח"ב סימן קמ"ז אות ד', אין סימן ק"נ תשובת היעב"ץ איז ער מאריך בתקיפות מדחה צו זיין מנהגי החומרות שנתפשטו.
אין אסאך שטעט האט מען אויך גע'אסר'ט קארטאפעל אלס קטניות, בספר נשמת אדם (לרבי אברהם דאנציגער – סימן כ') שרייבט אז בשנות תקל"א-תקל"ב איז געוועהן א הונגער בארץ אשכנז, האט מען אין די שטאט פיודדא געזעצט א בי"ד מתיר צו זיין "תפוחי-אדמה". אין א געווענדליכע יאר איז דאס געוועהן אסור.
עוד יש הרבה לדלות מהבאר ולהשקות את הצאן
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:22 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:דער רמ"א (150 יאר נאכען מהרי"ל) שרייבט (דרכי משה על הטור שם) "ואנו בני האשכנזים נהגו להחמיר". דער מנהג חומרה איז נתהפך געווארען לאיסור מוחלט. כאילו דער מדובר איז בחמץ ממש.
אזוי שטייט טאקע אין ד"מ, אבער אין רמ"א איז ער אביסל שארפער, און שרייבט והמנהג באשכנז להחמיר ואין לשנות.
דולה ומשקה האט געשריבן:רבינו יעקב "בעל הטורים" דערמאנט טאקע אז עס איז דא וואס פירען זיך אזוי, אבער איז מעיר (טור או"ח סי' תנ"ג): וחומרא יתירה היא זו ולא נהגו כן". פון זיינע ווערטער איז ברור אז אויך זיין טאטע דער רא"ש האט זיך אויך נישט מונע געוועהן פון צו עסן קטניות און פסח אדער לכל הפחות ער האט דאס נישט גע'אסר'ט, אז נישט וואלט דאס דער טור דערמאנט. אין ס'וועט אויס קומען אז עד ימי ה'טור' איז נישט געוועהן קיין שום איסור אויף קטניות.
אין שו”ת בשמים ראש, "המיוחס" להרא”ש סימן שמ"ח שטייט
בשמים ראש האט געשריבן:ומה ששאלת בדבר הקטניות ואורז ודוחן בפסח שמקצת רבני אשכנז אוסרים וכן המנהג במקצת קהילות באמרם שאין זוכרים זמן שאכלוהו? תשובה, זרות הוא זה שהדבר מפורש בגמרא להתיר ולא נודע בשום מקום שום לבית דין שעשו תקנה בדבר אין לנו לחפש טעם וזכות למה שעשו מקצת ולא אכלוהו בקהילות ידועות וקרוב הדבר שמין הגירושין והבלבולים נשתקע ענין זה שהגירוש הראשון שהיה למונטוזון היה גם כן עדה קטנה של קראים בתוכםשנתגרשו ונבנו בתוכינו בלכתם עמנו בגירוש והם לא ידעו שום חילוק בין לחם ללחם והכל מחמיץ כל שאפשר לעשות ממנו קמח ולחם אבל אנו חלילא לנו לאסור דברים המותרים חינם וביותר משום תקנת עניים ודלים שאין להם בשר ולחם לשבוע כל ימי המועד ומעברין דלא ליקלעו תרי שבי בהדדי משום עניים האוכלים ליטרא ירק בסעודתם וכך אין מעברין השנה במוצאי שביעית אף על פי שצריכים לו משום זה קל וחומר לאסור רוב מיני מאכל לעניים ואביונים ובי״ט והמחמירין עתידין ליתן הדין.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:15 pm
דורך עסקן בדברים
שמעתי דער טעם פון נישט עסן קנאבל פסח ווייל דער ווארט מיינט אויך ווייץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:02 pm
דורך ראש המדברים
לפי מיטיב ידיעתי איז קנאבל געווארן אסור ווייל דאס וואקסט נאר זומער און אנדערש ווי אלע זומער פירות וירקות וואס אין דעם אלטען אמאל איז נישט געווען צו באקומען נאר אין זייער סיזאן האט מען קנאבל יא געהאלטן (דאס קען מען נאך היינט זהען ביי די אלטע ירושלימער הייזער) דורך זיי פלעכטען און לייגן אינדרויסן פון שטוב און זיי אנגעגאסן מיט ביר צו האלטן פרישער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:15 pm
דורך יאיר
פאקטיש, האט דער גאנצער איסור פון קטניות באקומען גאר אן איראנישע צורה היינטיגע צייטן. די אנגעבליכע סיבה אויפ'ן מנהג לאיסור דארף דאך זיין ווייל מען קען מען מאכן מעל און ברויט דערפון, און מען וועט עס קומען אויסמישן מיט עכטע חמץ. היינטיגע צייטן וועט קיינער נישט ארייננעמען אין מויל קיין באנדל אדער קארן, אפילו פאר די קינדער וועט מען עס נישט געבן, און אפילו אויב ס'איז אויסגעמישט א קליין משהו אין אן עסנווארג וועט מען נישט עסן דעם גאנצן מאכל, אבער פאטעיטא סטארטש, וויבאלד פאטעיטא איז אנטדעקט געווארן נאך די ערפינדונג פון דעם איסור פון קטניות, איז דאס בדרך כלל נישט אריין אינ'ם איסור, און מען מאכט פאטעיטא סטארטש און קעיקס און קוקיס און פיצא וכל מיני מטעמים וואס זעען אויס פונקט ווי חמץ, און אפילו די וואס עסן עס נישט אליין גיבן עס פאר די קינדער. אבער א זכר באנדל? מאן דכר שמיה. מען קען דאך אויסמישן דעם באנדל מיט א שטיקל קאקאש קעיק!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:28 pm
דורך ממרום שלח אש
יאיר, ס'האט גארנישט מיט איראן.
יעדע סארט געזעץ (LAW) קען מען טרעפן ווייטע היכי תמצא'ס (קארנער קעיסעס בלע"ז) עס צו מאכן ללעג ולקלס.
אזוי אויך קומט עס פאר זייער אפט אין פראגראמינג, רוב באגס זענען נישט קיין טעותים, נאר קארנער קעיסעס.
דיינע טענות זענען נישט ניי, סאיז ידוע און דורכגעדראשן. א געזעץ איז א געזעץ.
ולא ראיתי צורך להאריך בזה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:38 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי אז מיינע טענות זענען אזוי אויסגעדראשן ווי די ווייצלעך נאכ'ן דורכגיין דעם רחיים של יד, ווי אויך האב איך גרויס מיטלייד אז איר האט נישט געקענט מאריך זיין מער, אבער איך האב בכלל נישט געטראפן א ווייטע היכי תמצי, איך רעד דא פון מעשים בכל יום. עסן לעידי פינגערס אום פסח איז היינט פונקט אזא מצות עשה דאורייתא ווי נישט עסן באנדלעך, בעת ס'וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:49 pm
דורך ממרום שלח אש
"ווייט" מיינט נישט אז עס פאסירט נישט אפט, ס'מיינט אפגעריקט פון די ארגינעלע כוונה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:24 pm
דורך יאיר
גראדע האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון א געזעץ וואס איז נוגע א וויכטיגע פרט אין לעבן, ווי למשל א געוויסע מאכל וואס מען טאר נישט עסן, און מען אינפארסירט צוליב דעם וואס פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז דער סארט עסן געווען שעדליך. אבער אפילו אן דעם איז דאס פשוט אומפארשטענדליך, אויב אסר'ט מען קטניות, זאל מען שוין אסר'ן אלע געקויפטע פסח געבעקס צוזאמען, ס'איז דאך ממש א חוכא ואיטלולא ווען קארן טאר מען נישט עסן אבער אסטרייכערס ספאנדזש קעיק מעג מען יא. און אויב פארשטייט מען אז ס'איז נישט מעגליך צו אסר'ן, האט נישט קיין פשט צו אנהאלטן דעם איסור נאר אויף קטניות.
עפל אין פסח
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:25 pm
דורך גוטע פינטעלך
איך מיין אז אין ק"ק בעלזא עסט מען נישט קיין עפל'ך. איך ווייס נישט אויב זיי האבען דאס אריינגעלייגט אין איסור הכללי של קטניות אדער עס איז געווען א חשש מיוחד.
איך האב אמאל געהערט (נישט קראנט) בטעם התקנה, ווייל עס איז אמאל אריינגפאלען א קערל פון אן עפל אין זופ אדער פלייש שפעטער מען האט דאס באמערקט איז געווארען א גאנצע טומעל, מען האט געמיינט אז עס איז א ווייצעל, צוליב דעם האב מען עס געאסרט (עפעס אזוי האב איך געהערט).
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:32 pm
דורך געפילטע פיש
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאיר, ס'האט גארנישט מיט איראן.
והנני עומד ומשתאה, ווי קומען די פרסיים אריין דא? דערנאך האב איך באמערקט אז יאיר האט געשריבן אז די איסור אויף קטניות איז איראניש... לאל.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:18 pm
דורך ממרום שלח אש
יאיר האט געשריבן:גראדע האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון א געזעץ וואס איז נוגע א וויכטיגע פרט אין לעבן, ווי למשל א געוויסע מאכל וואס מען טאר נישט עסן, און מען אינפארסירט צוליב דעם וואס פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז דער סארט עסן געווען שעדליך. אבער אפילו אן דעם איז דאס פשוט אומפארשטענדליך, אויב אסר'ט מען קטניות, זאל מען שוין אסר'ן אלע געקויפטע פסח געבעקס צוזאמען, ס'איז דאך ממש א חוכא ואיטלולא ווען קארן טאר מען נישט עסן אבער אסטרייכערס ספאנדזש קעיק מעג מען יא. און אויב פארשטייט מען אז ס'איז נישט מעגליך צו אסר'ן, האט נישט קיין פשט צו אנהאלטן דעם איסור נאר אויף קטניות.
ווי געזאגט גלייך איך נישט קיין אריכות, ובפרט הין און צוריק וכו. אבער מחמת האהבה וכו.
כוועל נאר געבן א משל והנמשל וכו.
א מקום אוואו דער חוק פארווערט נוצן א סעלפאון בשעתן דרייוון, על אף ער הערט בלויז רואיגע מוזיק וואס העלפט קאנצטראציע, לעומת די רעדיא איז מותר כאטש ער הערט א קאמפליצירטע זאך וואס פארמישט אים די קאפ וכו.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:05 pm
דורך געפילטע פיש
לאמיר אביסל מיט פארן מיט דיין משל, שטעל דיך פאר 200 יאר ארום, סעלפאונס וועט זיין א זאך וואס נאר די אלטע מענטשען נוצן, די קארס וועלן האבן א גאנצע קאמפיוטער סיסטעם אריינגעבויעט מיט שרייעדיגע בליצעדיגע לעמפלעך, די אויגן גלעזער וועט זיין אנגעפולט מיט די לעצטע נייעס, טעקסט מעסעדזשעס, אימעילס, GPS, וועטער, און א לעבעדיגע ווידיאו קאנפרענס מיט א קליענט אויף מארס\מאדים. וועסטו אויך פארשטיין אז ס'איז לעכערליך אויב די פאליס וועט נאך זיין ביזי געבן טיקעטס פאר די אלטע זאטער וואס האט א סקונדע געקוקט אויף זיין אלט מאדישע קאלער ID צו זעהן וועלכע דאקטער רופט עם, בשעת דער אנדערער יוגענטליכער וואס פארט דורך מיט זיין 4013 מאדעל קאר טראגענדיג די ברילן וואס קוים מ'קען דורך זען דורך די GPS מעפ, נייעס, וועטער, און די לייוו קאנפרענס קאלל מיט מארס לאזט מען פארן אן קיין שטער.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:26 pm
דורך ממרום שלח אש
געפילטע, דאס איז שוין א צווייטע נקודה. אז זאכן פארלירן די רעלעוואנסי נאך יארן.
ס'איז ניישט ספעסיפיש צו קטניות, נאר צו אלע גזירות/געזעצן בכלליות.
(אמאל האט מען געדארפט א גאן, היינט נישט וכו. סעקאנד אמענדמענט. אמאל האט מען סאשעלייזט אויף וויין, יין נסך, היינט סאשעלייזט מען אויף קאווע און ביר וכו.)
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:38 pm
דורך געפילטע פיש
גערעכט, אבער צו זאגן אזא זאך וועגן דאורייתא'ס און דרבנן'ס איז אביסל מער ראדיקאל ווי עס צו זאגן אויף א מנהג פון אפאר הונדערט יאר אלט וואס גדולי עולם האבן שוין געשריבן אז ס'איז א מנהג שטות.
Re: איסור אכילת קטניות בפסח
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 10:14 am
דורך טאמבל סאס
IMG-20160403-WA0000.jpg
IMG-20160403-WA0001.jpg
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: איסור אכילת קטניות בפסח
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 10:27 am
דורך מפוזרי
די פראבלעם איז, אז די איינציגסטע חשש וואס זיין טאטע האט יא חושש געווען, איז היינט אסאך מער נוגע, אזש ס'איז שוין נישט מער קיין חשש נאר א ודאי.