בלאט 1 פון 1

האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 8:54 pm
דורך שמעקעדיג
ווען א מוסד וואו מיין קינד לערנט פארלאנגט אז איך מוז געבן דינער געלט 500 דאלער, בין איך מחוייב צו געבן?
כ'האב קיינמאל נישט אונטערגעשריבן א שטר הסכם מיט זיי פאר אזא זאך. קענען זיי מיר מחייב זיין?

קען מיין קינד'ס מוסד מיר מחייב זיין צו גיין צו א כינוס? צווינגען די עלטערן?
כ'האב דען אמאל אונטערגעשריבן א צעטל אז זיי האבן באקומען א שליטה איבער מיר?

מיט וועלכע רעכט שיקן לעצטנס מוסדות באפעלן פאר די עלטערן וואס זיי זאלן טון?
קוים וואס פאר די קינדער איז מען מסכים מיט די אלע זאכן וואס זיי טוען ארויס פון יעדע נארמאלע גבול, אבער פאר די עלטערן??