בלאט 1 פון 2

קויפן בלומען ביים גוי'טע?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:48 am
דורך שלשלת
האלטנדיג געציילטע טעג פאר שבועות, ווען דער עולם קויפט איין גרויסע קוואנטומס פון בלומען, איז מיר אינטרעסאנט צו הערן דעם דעת הציבור, איבער ווי אזוי איר קוקט אן דאס קויפן בלומען ביים גוי/שיקסע, וואס שטייט מיט'ן שאפינג קערידזש ביים קארנער - יעדע וואך לכבוד שב"ק, ובפרט ערב שבועות ווען אלע היימישע מוסדות האבן טישלעך אויף יעדע גאס.

איז עס אידישליך?
איז עס מענטשליך?
ווער האט באמת בעסערע סחורה?
ווער איז דער בעל הבית וואס שטייט אונטער די אלע גוישע פעדלערס?
וכו'....

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:09 am
דורך אוי טאטי
געהערט אמאל אז די בעל הבית איז עפעס א קירכע. (מקור דענק איך נישט)
בעסערע סחורה האט מיין עקספעריענס געוויזן אז די אידן האבן.
מענטשליך אז זיכער צו קויפן ביי די אידן, בפרט אז די גויטעס זענען נישט צופיל ביליגער.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:23 am
דורך קינות גירושין
און וואס טוט זיך מיט די אידישע וואס האבען גוישע ארבעטערס?
איך מיין אז סאיז שוין א אויגעדראשענע טעמע

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:20 am
דורך שלשלת
קינות גירושין האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די אידישע וואס האבען גוישע ארבעטערס?

זיי מסביר ביטע

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 9:41 am
דורך בן תמליון
גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 9:51 am
דורך ברסלבער
האט נאך איינער באמערקט אז די פאריגע וואך האט די קאמפעני "בלומען" אנגעהויבן לייגן ווייניגער זייטיגע בלומען אין זייערע באקעט'ס און בחדא מחתא זענען זיי ארויף געגאנגען מיט די פרייז.
דאס האט מיר געמאכט די וואך צוריק גיין קויפן ביי די גוי'טעס.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 9:55 am
דורך טאמבל סאס
ס'איז אבער ראסיסטיש נישט צו קויפן ביים גויטע ווייל זי איז א גויטע.
ווי ס'איז משמע פון אוי טאטי'ס ווערטער אביסל
אוי טאטי האט געשריבן:מענטשליך אז זיכער צו קויפן ביי די אידן, בפרט אז די גויטעס זענען נישט צופיל ביליגער

סיבה איינס - ווייל ס'איז מענטשליך. (מאן דכר לאקאלע עקענאמיע) ; בפרט - איז סיבה 2 .
און כ'גלייב נישט אז די גויטעס קומען ספעציעל פון אפריקע אהין און צוריק, צו פארקויפן בלומען. זיי וואוינען אויך לאקאל.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 9:57 am
דורך שלשלת
בן תמליון האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייט אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.

נאדיר א קאמפלימענט פאר דיין שטארקע ליבשאפט צום הייליגן באשעפער און זייינע קינדער
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:01 am
דורך שלשלת
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז אבער ראסיסטיש נישט צו קויפן ביים גויטע ווייל זי איז א גויטע.

ווען איינער האט נישט חתונה מיט א גויטע נאר ווייל זי איז א גויטע, אדער פארקערט די גוי וואס האט נישט חתונה מיטן בא'חנטע חסידיש מיידל בלויז ווייל זי איז א איד - ווערן זיי אויך אנגערופן ראסיסטן?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:09 am
דורך טאמבל סאס
פיין. אלזא בלייבט אונזער עקענאמיע א היימישע ראסיסיטישע עקענאמיע, וואו די ביסל פראדוקציע וואס איז שוין יא דא, בענעפיטירט בלויז פאר אונז. דאס איז דאך דער יסוד פונעם בראך. כמו שראיתי מובא בשם בנימין פרנקל
(אנטשולדיגט, כ'בין מסתמא אין א אומגינסטיגע גוסטע יעצט )

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:24 am
דורך בן תמליון
די מיליאנען וואס מיר צאלן די גויטעס צו קלינען אונזערע שטובער וועט אויך נאר צוריקשפאצירן אויף פוילן, און גייט אריין אין עני גיווען דעי צו מעיסיס וועט איר טרעפן מער פרויען פון וויליאמסבורג ווי עס איז דא פון די מיליאנען טוריסטן פון איבער די וועלט. מיין נקודה איז הגם מיר וועלן קויפן בדרך כלל ביים איד וועט אבער יעדער למעשה טוהן וואס איז זיי באקוועם, אלזא וואס איז דאס מאכן א הייליגן קאמף יעדן ערב שבועות נישט צו קויפן ביים גוי, ווילסט שטיצן דעם איד אשרי חלקך, ווילסט קויפן ביי די גויטע קויף געזונטערהייט יענע איז אויך גאט'ס א באשאף.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:32 am
דורך שמעקעדיג
וחי אחיך עמך איז א פשוט'ע מצוה. לאו דוקא ראסיזם.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:14 pm
דורך אוי טאטי
בן תמליון, האסט געזען איינעם פירן א קאמף מיט די גוי׳שע פארקויפער? סך הכל אז ער פרעגט האב איך געזאגט אז עס איז מער מענטשליך צו קויפן ביים איד.
מען ווערט נישט קיין ראסיסט פאר דעם, כ׳גלייב אז ווען דו וואלסט געהאט א געשעפט וואלסטו אויך געוואלט אז דיינע שכינים, פריינט, זאלן קויפן ביי דיר. ניין?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
מיר באדערט אן אנדערע זאך: די וואס פארקויפן א גאנץ יאר, האלטן אויף א לאקאציע, מוטשען זיך אין א טרוקענע שבת פרשת תצוה אין א רעגענדיגע ווערטער ווען אויסער טאמבל סאס און נאך אפאר רומאנטיקער קויפט קיינער נישט קיין בלומען, זיי מעגן כאטש מאכן ערב שבועות. קומט זיך איינער וואס צאלט קיינמאל נישט פאר קיין פלאץ און וויל אין איין שעה מאכן אסאך געלט.
די זעלבע פראבלעם און נאך אסאך מער האב איך מיט די משלוח מנות טראקס, - שטייט א נאש סטאר אפען א גאנץ יאר, צאלט פינף אלפים רענט, און האפט צולייזן ערב פורים גרויסע געלט, קומט עפעס א שמות פארקויפער און חלה פארברענער, שטעלט אראפ א טראק מיט שאלאכמאנעסער פאר ביליג און הרגעט די מארקעט.
די זעלבע מיט די ערב פסח סטארס און אזוי ווייטער. ווילסט מאכן געלט? מען דארף שוויצן, מען קען נישט קומען צו שולחן עורך, און אויב יא איז עס אומיושר צו די וואס שטעלן אייביג צו די סערוויסעס.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס דו ווייסט נישט ווי ריכטיג דו זאגסט. וויפיל געשעפטן עסן זיך אויף דאס געזונט פאר דעם.
מען האט געשעפטן א גאנץ יאר מיט פארשידענע ערליי פראדוקטן, פון קליידער ביז שמאנצעס, מען צאלט אוועק ממון ודמים, און פלוצים קומט א טראק און דינגט ארויס א זאל, אדווערטייזט "א סעיל", און עולם גולם לויפט אהין כאפן מציאות... בשעת די גאנץ-יעריגע סוחרים בלוטיגן.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:37 pm
דורך ר' שמחה
ביי די ערב פסח געשעפטן קומט נאך צו נאך א אומווירידקייט, ביי דעם גאנץ יעריגן סוחר שרייבסטו אויף לאלפים, פלוצלינג פאר די ערב פסח מציאות האסטו קעש געלט.

ויש להאריך בזה טובא.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:23 am
דורך בדחן
בן תמליון האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.


אנריפען א מצוות עשה דאוריתה "וחי אחיך עמיך" ראסיסטיש?

איך בין דן דעם שרייבער לכף זכות אז מן הסתם האט ער פארגעסן דערפון, אדער האט ער בכלל נישט געמיינט צו שרייבען וואס ער שרייבט,

בכל אופן איז קלאר אז מען דארף קויפן ביים איד, חוץ אויב זי איז ביליגער ווי די הלכה זאגט,

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:53 am
דורך נולד מאוחר
מדארף מחמר זיין. אפי' די הלכה איז מתיר ווען די איד איז טייערער מיט א געוויסע פראצענט , דאך פארשטיי איך נישט ווי אזוי א איד מיט געפיל קען גיין קויפן ביי א נידרידע גוי/טע בשעת ווען א גאס אוועק שטייט א פרימער איד מיט די זעלבע סערוויס. אפי סאיז יתכן אז דער איד אליין קויפט זיין אייפעד ביי אמעזאן בשעת ווען ער קען ווען קויפן ביי Bh פאר בערך די זעלבע פרייז.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:33 am
דורך בדחן
נולד מאוחר האט געשריבן:אפי סאיז יתכן אז דער איד אליין קויפט זיין אייפעד ביי אמעזאן בשעת ווען ער קען ווען קויפן ביי Bh פאר בערך די זעלבע פרייז.


די שרייבסט אזוי דרך אגב א אינטארסאנטע נקודה.
ווי ווייט גייט די חיוב פון קויפן ביי א איד? איז מען טאקע מחיוב צו קיקען ביים איד צו ער האט אויך די אייטעם פאר די פרייז? אדער נאר אויב מען ווייסט אז ער האט עס? איז מען מחיוב צו גיין צו די B&H וועבסייט ביפאר מען קויפט א עלעקטעראנישע אייטעם?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:48 am
דורך בן תמליון
בדחן האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.


אנריפען א מצוות עשה דאוריתה "וחי אחיך עמיך" ראסיסטיש?

איך בין דן דעם שרייבער לכף זכות אז מן הסתם האט ער פארגעסן דערפון, אדער האט ער בכלל נישט געמיינט צו שרייבען וואס ער שרייבט,

בכל אופן איז קלאר אז מען דארף קויפן ביים איד, חוץ אויב זי איז ביליגער ווי די הלכה זאגט,


און איך בין אייך דן לכף זכות אז לא קרא ולא שנה. אפשר זאגט וועלכע מצות עשה איז וחי אחיך עמך? אגב דער פולער פסוק איז גר ותושב וחי אחיך עמך, דאס איז אזא דריי פערטל גוי וואס דינט נאר נישט קיין עבודה זרה.

און וואס טוט איר מיטן הלכה מפורשת אין שולחן ערוך "מפרנסין עניי עכום עם עניי ישראל"?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:57 am
דורך בדחן
איך האב געזען אייער תגובה, און היות איך און די ווייסען מיר אייניג אז עס איז א מצווה צו קויפן ביים איד און איייער תגובה איז נאר לחידודי בעלמא, דערפאר וועל איך אייך געבן מיט כבוד ס׳לעצטע ווארט, ייש״כ פארן דן זיין לכף זכות.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:06 am
דורך דעת תורה
מפרנסין איז נאר משום איבה, און לויט רוב דעות מעג מען נאר מפרנס זיין א גוי אויב קומט ער צוזאמען מיט א איד. און דאס רעדט זיך פון א גוי גמור.

וואס דו רעדסט, רעדט זיך פון א גר תושב וואס האט מקבל געווען שבע מצוות, און ביסט גערעכט אז עס איז עטוואס איראניש צו נוצן דעם פסוק וואס איז כולל א גוי אויך (הגם נאר א שומר שבע מצוות כנ"ל), אבער אליבא דאמת איז דער לימוד פון או קנה מיד עמיתך.

אגב, איינער וואס האט א כלי המכונה אינטערנעט לויט הגר"ח, איז נישטא קיין מצוה להחיותו.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:26 am
דורך היימישער ליטוואק
ר' שמחה האט געשריבן:ביי די ערב פסח געשעפטן קומט נאך צו נאך א אומווירידקייט, ביי דעם גאנץ יעריגן סוחר שרייבסטו אויף לאלפים, פלוצלינג פאר די ערב פסח מציאות האסטו קעש געלט.

ויש להאריך בזה טובא.


דאס איז א בטלנות, אדער חוסר-ברירה, מצד דעם גאנציאריגן געשעפטסמאן. ער לאזט אויפשרייבן, דאן מוז ער נעמען דיין קרעדיט-קארד... זאל ער אויך ריעלייזן אז פאר פסח וועט דער קאסטומער גיין צו דארטן וואו עס איז ביליגער; אדער מאך דו אוך ביליגער, אדער פארשטיי דאס אויך אינמיטן ווינטער ווען דו לאזט איהם קויפן אויף קרעדיט.