בלאט 1 פון 1

דער באשעפער איז אן "אין סוף" - וואסי פשט?!

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 5:57 am
דורך נייגעריגער
איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט קיין טיפער מח, און נישט קיין גרויסער קאפ, וואס קען זיך קעפלען און פארקנייטשען ס'שטערן מיט טיפע פיליזאפישע פשטים און עמקות'ער, כדאיתא בחתימתי בתחתית התגובה.

נאר, אז ס'איז מיר איינגעפאלן א קשיא, און קען אפילו זיין אז ס'איז גאר פשוט, פרעג איך עס דא אן, און כ'בעט אז אויב א הסבר זאל עס זיין עפעס פאר פלעינע מוחות....

וזה תוכן דברים: ס'איז ברייט ידוע, און שטייצעך אן אומאפפרעגבארע פאקט, אז דער אייבערשטער איז דער "אין סוף ב"ה", און אלעס אלעס אחוץ דעם זענען דברים מוגבלים, און ערגעצוואו ענדיגן זיי זיך.

וויל איך פארשטיין פשט דערין. למשל נומערן ענדיגן זיך דען ערגעץ?! גערעכט אז נעמען פון נומערן איז א דבר מוגבל, מיליאן ביליאן טריליאן וכו' וכו', אבער ערגעץ ענדיגט זיך עס. אבער איינמאל אונז האמיר אזא זאך ווי טיימס, קען זיך דאך עס אלץ דאפלען און טריפלען און טריליאנענען אא"וו, עד אין סוף! נישט אזוי?!

המצפה לשמוע ביאור פשוט
החותם...

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:02 am
דורך הוגה
איך גיי נישט יעצט אריין גיין אין די מושג פון אין סוף (וואס אגב דער מושג אליינס איז אויך אין סוף כמובן).

נאר אין קורצן בפשטות די טייטש פון די ווארט מוגבל מיינט נישט אז עס האט א שיעור און אז עס ענדיגט זיך ערגעץ. מוגבל מיינט באגרעניצט, דהיינו, מען קען עס אריין לייגן אין א באקס. נומערן קען מען אריין לייגן אין א באקס, סיי בדיבורים און סיי בפועל. למשל, אויב זאגסטו דריי טריליאן טיימס צוויי און א פערטל טריליאן האסטו שוין מגביל געווען דעם ספעציפישע פראבלעם מיט איר ענטפער. עד כדי כך אז דו האסט אויסגעפיגערט א וועג ווי אזוי מגדיר צו זיין דער נומער. און אפילו מיט מאטאמאטישע פראבלעמען וועלכער זענען דערווייל נאך נישט געלעזט געווארן צוליב דעם וואס די נומערן זענען כמעיין המתגבר, דאך ווייסן מיר אז איין טאג וועט אפיר קומען עפעס א דזשיניעס, אדער וועט ערפונדן ווערן א קאמפיוטער וואס וועט קענען לעזן דער פראבלעם אויך.

משא"כ ה' איז נישט שייך בכלל מגדיר און מגביל צו זיין. וואס, ווער, וואו? פראביר צו ענטפערן, וועסט קיינמאל נישט פארטיג ווערן.

איי, וועסטו פרעגן אפשר וועט איין טאג אפירקומען עפעס א דזשיניעס וואס וועט אויף אן אופן יא קענען מגביל זיין דאס אויך? דא קומט שוין אריין אמונה (לשיטת הרמב"ם).

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:26 pm
דורך elter-zeide
לשבר את האוזן וועל איך דאס אזוי משבר זיין, למשל "צייט" צייט איז דא עבור אין עתיד, נעכטן איז עבור (24 שעה) אייער נעכטן איז נאך פריר א יאר איז נאך פריר, 10 יאר 20 יאר 100 יאר 1000 יאר ביז ווי לאנג א מענטשליך שכל פארנעמט, פריר פון דעם איז א מענטשליך שכל באגרענעצט, ער פארנעמט נישט מער, פינקט ווי א בהמה אדער א חיה פארשטייט נישט ווי אזוי א קאר אדער א פלען פארט אדער פליט, נישט אמאל פארשטייט ער צי פרעגען וויאזוי דאס פארט, אזוי פארשטייט נישט א מענטשליך שכל א אהנהייב פין צייט, אויך דאס זעלבע מיט "פלאץ" א מענטש איז דא אזא מין זאך ווי איין אינטש איין פיס איין מאאל אדער טאג ליכט, אזוי אויך מיט הויעך ווי הויעך איז נאר מעגלעך ענדיגט זיך דאס נישט, ווייטער דער כל יכול ביי עם איז דאס א פשט'ע זאך, נישט דא ביי עם אזא מין זאך צייט, ווייט, הויעך, דאס איז טייטש אין דע אני מאמין, ואין לו שום דמיון כלל, אין פינקט ווי דע חיות פארשטייען נישט אינץ מענטשען, פארשטייען מיר נישט זאכען וואס ביי זיי איז עס א פשטע זאך, ווייטער דער באשעפער פארשטייט אלס אין נאך אסאך מער עד אין סוף, דאס איז נאר בקיצור מ'קען שרייבען אין רעדען דערפין עד אין סוף, י