לעיקוואד - בבקשה ממך !!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל

לעיקוואד - בבקשה ממך !!!

שליחה דורך יואב »

איך - גענוי ווי רוב ליינער דא - בין א געשווירענעם פען פון לעיקוואד, און לויפט נאך זיינע תגובות ווי מאלעסטערס זעיר אנפין'ס. א זעלטנקייט פון א כאראכטער, און א מוסטער פון א באשעפעניש. קלוג, אינטעלגענט, פיליזאף, סייענטיסט, תלמיד חכם,שר פון לאגיק, און שפיגל פון קאמאן סענס. א שפראך, אנטשלאסן ביז גאר, אומעגליך צו פארפירן, און אן עקספערט אין פארפירן אנדערע. שארף ווי א שפיז, הומאריסטישער ווי הומאר, א יחיד און אויפלעבן פאר'גוסס'טע אשכולות, א היתר מאניפאקצטירער פונעם בעסטן קוואליטעט, אן אומאפהעניגן שופר, און א גלארייכע פעסטע פירער. א לאמפ אינעם פינסטער, א נמשל פאר צענדליגע משלים, און לויטער ווי שמן זית. זיין בריליאנטישע פערסאנאליטעט שטארט ארויס אויפן אויבערפלאך, בעיקר ווען ער לאזט אראפ עטליכע פארלענגערטע באמבעס ביי די תורה ומחשבה, וויסענשאפט אשכולת. דאן קלעבט מען דערויף ווי א טישו אויף א שיך, ווי חסידים איבער א טעלער שיריים, ווי וויליאמסבורג אויף קול קורא'ס, ווי דער רייכער פרוי ביים חרבן ביהמ'ק פאר מעהל, ווי מארטין לוטער קינג פאר גלייכבארעכטיגקייט, און ווי קאווע שטיבל צו לעיקוואד.

אבער ווען ער לאזט זיך אריין אונערהאלב די פארברענג אשכולות מיט זיין שארפן שפיזיגע גראז שניידער, נעמט ער זיך שניידן אויפן סיסטעם ווי איחוד פעלד אויף מאלעסטערס, ווי מארק לעווין אויף די ליבעראלן, און ווי לעיקוואד אין געזעלשאפט פאורם.

פארוואס געב איך א משל פון דער אויפגערעגטער גריצעלדיגע מארק לעווין ? איז אזוי.
ער איז זייער קלאר מיט וואס ער האלט, און האט טייל מאל אפילו גוטע נקודות. אבער ער נעמט זיך זיינע פראבלעמען אזוי צום הארצן, (כ'גלייב נישט ער שפילט אזוי גוט), אז לדאבון לב פון רעכט אויסגעארבעטע שטייפע קאנסערוואטיוון, גייט ער איין טאג כאפן אן הארץ אטאקע לעבעדיג אינעם סטאדיאו, אינמיטן טיילן די מערסט טייוולאנישע שרעקעדיגע טיטלן אויף דעם היסטאריש זעלטן פארפירישע ראדיקאל מוסלומענער אויסלאנד געבוירענעם אבאמא.
דאן וועט ער זיין א פארלוסט פאר אלע קאנסערוואטיוון, פון די אויפגעברויזטע פארמער מיט די צילם קייטלעך הענגעדיג פונעם גענאק, ביז גאן באוואפענטע קאנסטעטוציע עדיקס מיט קליידער געמאכט פון הויט פון אומלעגאלע אימיגראנטן.

להבדיל אלף אלפי ורבבות געפלאכטענע ברענעדיגע הבדלות.
לעיקוואד, מיר דארפן דיר האבן עמערדזשענסי, ווייל קאווע שטיבל אן לעיקוואד וועט זיין א נאקעטן יתום אונטערן שיין פון די לבנה.
אלזא, מיר ווייסן אז דו ביזט רוב מאל גערעכט, און מיר דערקוויקן זיך מיט דיר, אבער בבקשה ממך, דערהער דעם וויי געשריי פון קרוב צו טויזענט ניקס, CALM DOWN!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט