בלאט 1 פון 2
זקניך "ולא" יאמרו לך... קאצעטניק'ס לאגער (אריבערגעפירט)
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:00 am
דורך אביגדור
אפגעטיילט פון דאזכרה לו אלקי...
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:08 am
דורך [NAMELESS]
אוי, די ביסט מתוק, מי יתן וראיתיך, ונשקתיך אפיים פעמיים. נאכן אפ'פיפלען אין שטיבל גענוג וועסטו נישט "פירן" די טאכטער צום חופה, ווי מען פירט א מת צום קבורה, און וועסטו נישט לאזן א טרער, נאר די וועסט "באגלייטן" דיין טאכטער צו איר גליקליכן מאמענט, נאכדעם ווי זי וועט זיין זיכער אז זי האט חתונה מיט איר אהובת לבה, און שטייטזעך, גרייט אן א טיש פאר קאווע שטיבל מעמבערס מיט א שילד'ל דערויף רעזערווירט. בד"וו, די קאורני דזשאוקס ביים מצוה טאנץ לאז נישט צום גראמער, מען וועט עס שוין צעטיילן צווישן אונז.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:11 am
דורך אביגדור
קופערניקוס האט געשריבן:גרייט אן א טיש פאר קאווע שטיבל מעמבערס מיט א שילד'ל דערויף רעזערווירט. בד"וו, די קאורני דזשאוקס ביים מצוה טאנץ לאז נישט צום גראמער, מען וועט עס שוין צעטיילן צווישן אונז.
יא יא.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:19 am
דורך [NAMELESS]
צעלייגער. געט מיר א מאנסי אדרעס, איך קלעטער ארום ווי נחום אין די אוקריינישע מקוואות, ווי יואב אין אן אלטן ווערטערבוך, יעצט ווער איך געוואר אז דער גאנצער דאס איז אין ברוקלין. הכנסת אורחים באבוב סטייל.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:24 am
דורך אביגדור
קופערניקוס האט געשריבן:יעצט ווער איך געוואר
צרות צרורות.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:41 am
דורך איך אויך
קופי, ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט
פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:43 am
דורך אביגדור
איך אויך האט געשריבן:קופי, ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט
פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.
פי. די. עף?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:46 am
דורך [NAMELESS]
יא, א מעכטיג ביכל פון קאצעטניק, א עילויאישער תלמיד פון חכמי לובלין וואס האט חוזר בשאלה געווען ביים קריג, געבליבן א פארוואונדעטע חיה וואס איז אייביג געבליבן אין דמיון אן אוישוויצער. ער האט מנסח געווען די אויסדרוק "אוישוויץ איז אן אנדערע פלאנעט" ער האט געשריבן מייסטער ביכער, און האט אויפגעטרעטן ביי משפט אייכמאן ווי ער האט געחלשט אינמיטן רעדן.
"קראו לו פיפל" איז א נאוועל איבער אליעזר גרינבוים, דער זון פון יצחק גרינבוים פון די ציוניסטישע שישקעס, וועלכער איז געווען גאר א רשעות'דיגער קאפוי.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:54 am
דורך איך אויך
איך האב מיינס געקויפט פאר אפאר טאלער יארן צוריק , כ'מיין האב עס שוין ארויגעווארפן, דארפסט עס צו קענען טרעפן אין די לייברעריס אבער איך ווארן דיר פאר דעם אז שלאפלאזע נעכט איז גאראנטירט, די זעלבע איז מיט זיין אנדערע בוך 'הויז פון דאלס' ,אבער ביידע געבן א בליק אריין אין א טרויעריגע קאפיטל פון אוישוויץ בארבאריזם וואס איז ווייניג באקאנט און נאך ווייניגער באשריבן (כאטשיק עס איז בשעתו געווען טענות אויף י.קאטעצניק איבער די אויטענטישקייט פון זיינע מעשיות, ווייסט מען שין היינט אביסעל מער איבער די סעקסועלע בארבאריזם וואס איז דארט פארגעגאנגן).
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:55 am
דורך [NAMELESS]
יא, זיינע ביכער צושמעטערן א הארץ. אן קיין טראפ פאזיטיוויזם, גענצליך אנדערש ווי אלי וויזל, ממש בארבאריש עד התהום.. (נאכן עס ליינען איז נישט אזוי גרינג צו זאגן אויף יעדן שונא היטלער, אקעי צוריק צום נושא)
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:57 am
דורך איך אויך
מעכטיג איז נישט דאס ווארט! אבער נאכאמאל נאר פאר ווער עס האט גאר אייזערנע נערוון און מאגן.
אזוי ווי דו זאגסט זיינע ביכער זענען אין א קלאס פאר זיך. הי"ד
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:03 pm
דורך [NAMELESS]
מען קען אריבערלייגן די גאנצע שטיקל איבער קצטניק אין א נייע אשכול און שמועסן איבער האלאקאוסט ביכער
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:06 pm
דורך איך אויך
מסכים. איך האב עם שוין אמאל דערמאנט אין איינע פון יענע אשכולות.
איך האב א חבר א טיפע טראכטער וואס האט מיר אמאל פאר ת"ב געבעטן א שואה בוך, געם איך עם די 'הויז פון דאלס' אבער יענער קען נישט אזא גוטן ענגליש ,עס איז געווען טראגי-קאמיש ווען ער קומט מיר זאגן אז ער האט געבעטן זיין ווייב זאל עם פארליינן און מסביר זיין אבער נאך אפאר סעסיעס איז זי נישט געעווען מער מסוגל ממשיך צו זיין. ווער עס האט עס געליינט וועט פארשטיין פארוואס. הי"ד
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
מאך א אשכול, כ'וועל אויך שרייבן דארטן, איך האב וואס מוסיף צו זיין
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:13 pm
דורך איך אויך
זיין 'הויז פון דאלס' קענסטו קויפן פאר 9 טאלער.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:29 pm
דורך אביגדור
איך אויך האט געשריבן:זיין 'הויז פון דאלס' קענסטו קויפן פאר 9 טאלער.
ס'האט פארשידענע הוצאות.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:43 pm
דורך [NAMELESS]
כדי צו בארעכטיגן דעם עקזיסטענץ פון דעם אשכול וועל איך אנצייכענען אפאר האלאקאוסט ביכער וואס איך האב געליינט און ליב געהאט:
נאכט - פון אלי' וויזל
גאט אויפן באשולדיגונגס באנק - פון אלי וויזל
די טאגבוך פון אנא פראנק
א מענטש זוכט דיסציפלין - וויקטאר פרענקל
בית הבובות און אנדערע ביכער פון קצטניק
שימקה - דוד זריצקי
חורבן ליטא -הרב אפרים אשרי
איז דאס א מענטש- פרימו לוי
אל תשלח ידך אל הנער - הרב ישראל מאיר לאו
מקדשי ה' - הרב מווייצען
אויך זענען דא אפאר גאר גוטע מואוויס.
איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל וישמעו חכמים ויוסיפו לעקעך און בראנפן
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:45 pm
דורך איך אויך
אורגינאל איז עס
געדרוקט געווארן אלס
'בית הבובות' וואס מען קען אויך קרוגן ביי עמעזאן.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:48 pm
דורך איך אויך
פון פרימו לוי בין איך געווען אנטוישט, ער רעדט און און רעדט און זאגט נישט גארנישט. כ'מיין אז וויפיל קצטניק האט אלע יארן געליטן פון די מאוראות המלחמה האט לוי נאך מער געליטן, און שפעטער האט ער זיך נעבעך גענומען דאס לעבן.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
לוי איז געווען א גרויסער פילאזאפ. פילאזאפן זענען זיך מדברר עצמם לדעת, האסט טענות אויף לולקע ציבעך? כך הוא דרכם של פילוסופים.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:54 pm
דורך איך אויך
זעה איך אז דעם ספר האט מען איבערגעטיישט אויף 32 שפראכן!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:01 pm
דורך איך אויך
ידעתי גם ידעתי אז לוי איז געווען א פילוסאף, אבער איך האב געבלעטערט בלאט נאך בלאט און נישט געקענט טרעפן איין סענטענס צום זאך, אלעס הויכע ווערטער וואס לדעתי הקט קלעבט נישט איינס אינעם צווייטן.
איך וואלט עס אביסל מדמה געווען צו מאדערן ארט וואס איז א בחינה ווי דער-קעניג-איז-נאקעטיג, יעדער מוז דרייען די קאפ און ארויסברענגן קעלבענער התפעלות פון די צוויי רויטע מיט איין געלע ליין דמתקריא 'הופליס נום. 5 סטעיט 3'
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:14 pm
דורך אבי גערעדט