בלאט 1 פון 2

איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:40 pm
דורך ידען
אין א אשכול האט יאפטשיק געמאכט אן אשכול וואס פרעגט וועלכע פילמס מען האט ליב די מערסטע. ביי אונז חסידישע אידן ווייסט מען אז פילמס איז אסור ווי חזיר. איך וועל נישט רעדן פון ווי נעמען זיך היימישע אידן רעדן פון פילמס אבער נאר פרעגן וואס איז טאקע דער הלכה, טאר מען יא אדער נישט? איז דא פילמס וואס איז מותר לכתחילה אדער איז נישטא קיין חילוק און אלעס איז מותר/אסור?

Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 5:45 pm
דורך יידל
דא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.

לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.

1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק דא.)

Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 10:27 pm
דורך ידען
שערקויעך פארן קאמפלימענט, אבער ווי כאב שוין געשריבן, איך בין נאכנישט קיין ידען, אבער העדינג דיער... כעל מיך דרייען דא אין קאווע שטיבל מיט אזעלעכע אידן ווי דו, וועל איך זיכער אנקומען דערצו.

אינטערעסאנט, זעט אויס אז פילמס איז מער in אפי׳ ווי אינטערנעט ביים היימישן עולם, פארוואס מאכט מען נישט קיין סיטי פיעלד אסיפות קעגן דעם?

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 10:41 pm
דורך ידען
איך האב אריינגעלייגט youtube אין קעפל ווייל איך מיין אז סע איז די זעלבע אויסגעהאלטן.

Correct me if i'm wrong

Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 10:42 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:אינטערעסאנט, זעט אויס אז פילמס איז מער in אפי׳ ווי אינטערנעט ביים היימישן עולם, פארוואס מאכט מען נישט קיין סיטי פיעלד אסיפות קעגן דעם?

קודם כל, ס'נישט אינגאנצן אזוי. אינטערנעט איז א זאך וואס יעדער מקטן ועד גדול דארף, האט, און נוצט. פילמס לאידך גיסא איז דא נאר ביים יונגווארג, מ'דארף עס נישט, און די עטיטוד פון די רבנים דערצו איז אז עס איז טריף פינטל.

די סיבה פארוואס מען הערט נישט פון די רבנים קיין פיפס דערוועגן קען פשוט זיין צוליב דעם וואס די רבנים האבן נישט קיין אהנונג דערוועגן.

----
ידען האקט. יא אודאי איז יו-טוב ווארשיינליך אין די זעלבע קאטאגאריע.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:46 pm
דורך קול גדול
על פי הלכה איז עס טאקע אסור, אבער דאס אליין פארשטערקערט נאר די תאווה יא צו זען, אזויווי ס'שטייט מים גנובים ימתקו.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 3:09 am
דורך אךשמח
עס איז גאנץ אן אריינגעכאפטער ענין, און אפילו עס האט נישט קיין שום היתר איז זייער גאנגבאר צו קוקן מואוויס.

איך פלעג זען אין לייבעריס אין היימישע געגנטער ווי חסידישע אידן קומען אפנעמען זייערע די ווי די'ס אן קיין בושה.

שפעטער האבן די רויטע קאנווערטן וואס פלעגן אריינברענגען די דוו"ד'ס אין די שטובער איבערגענומען די מארקעט, און היינט דארף מען שוין נישט האבן מער ווי א קאמפיוטער און גוטע קאנעקשאן.

איך האב זיך איינגעשריבן ביי עמעזאן פריים און איינע פון די זאכן וואס זיי געבן מיר אז איך קען זען מואוויס אומזיסט.

אפשר אז די רבנים וועלן וויסן ווי ווייט עס איז ביי אונז איינגעריסן וועלן זיי לאזן מאכן אידישע פילמען?...

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:14 am
דורך יידל
אךשמח האט געשריבן:אפשר אז די רבנים וועלן וויסן ווי ווייט עס איז ביי אונז איינגעריסן וועלן זיי לאזן מאכן אידישע פילמען?...

ס'דאך שוין דא גראווייס ברודער...

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:35 am
דורך יאפטשיק
אבער למעשה האלט שוין מיין אשכול אין די הויכע צפיות. און ס'שטייגט אלס מער און מער ווערנדיג פון די פאפולערסטע אשכולות. חחחחח
יא אסור נישט אסור. ווי איינער האט שוין אויפגעמערקט אין מיין אשכול דהיינו: ביי חסידישע אידן (ל' בחורים) גייט עס שוין סאך ווייטער. אין מיינע צייטן האט זיך פארקויפט אין די ישיבות א גיג פאר א דאלער. נו אז מ'מאכט א ביזנעס דערפון אין די ישיבות און מ'געוואוינט זיך איין פון יונגווייז אהן צו וואטשן, זיכער ווערט עס 'הרגל נעשה טבע' שפעטער און כ'האלט אז דאס וואס די רבנים שטעלן זיך נישט ארויס אזוי שארף דערקעגן איז פארקערט גאר. זיי האלטן אז ס'איז דייקא נישט אזוי הארב ווי אינטערנעט. (ווי דער אמת איז) און יעדער בר שכל פארשטייט דאס, סך הכול איז עס א ריקעדיגע מעשה ביכל נאר פון גוים. ס'זאל קיינער נישט זאגן אז מאוויס האבן איך אראפגעפירט פון אידישן וועג סיידן ער איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט און זיך מיטאמאל געעפנט די אויגן וואס דאן שאדט עס מער. און חוץ מזה האלט קיינער, אז ס'איז נישט קיין איסור. יעדער ווייסט גאנץ גוט בייזיך אז ער באגייט אן אומרעכט און וואונטשט זיך נישט זיינע קינדער זאלן אים נאכטוהן. אנדערש איז אבער מיט אינטערנעט.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 2:03 pm
דורך קרעמער1
ידען האט געשריבן:איך האב אריינגעלייגט youtube אין קעפל ווייל איך מיין אז סע איז די זעלבע אויסגעהאלטן.

Correct me if i'm wrong

איך בין מחולק.

מאוויס איז עפ"י רוב ריין אונטערטעימענט משא"כ you tube (ווי אונטערנעט בכלל) קען היבש צונוצקומען אין ביזנעס

איך ווייס נישט צו עס איז ערגער ווייל אויף יו-טאב קען מען זען געוויסע זאכן וואס מ'זעט נישט אויף געוויסע מאוויס, און יו-טאב איז א דבר המושך פון איינס צום צווייטן
עכ"פ קיין פארגלייך איז עס נישט כנלפענ"ד

Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 2:37 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:דא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.

לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.

1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק דא.)

קענסט צולייגן "ביטול תורה".

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 2:47 pm
דורך chasid
Wow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 3:32 pm
דורך John Doe
chasid האט געשריבן:Wow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire


It doesn't occur to you that some would actually have no problem with their kids watching movies? And what kind of hypocrite are you that your whole religiousity isn't more than a show for your kids?

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 5:52 pm
דורך קול גדול
chasid האט געשריבן:Wow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire

מיך וואלט נישט געשטערט אז מיינע קינדער זאלן זען פילמ'ס, אדרבה ס'שטייט דאך שמח בחור בילדותך.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 6:11 pm
דורך שמואל הלוי
יא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?

"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 7:01 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:יא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?

"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"

נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין
.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 7:07 pm
דורך chasid
קול גדול האט געשריבן:...

כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט שרייבן אז ס'איז דא א טעות אין דיין ניק
די "ו" אין די ווארט קול, נעם ארויס..

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 7:15 pm
דורך שמואל הלוי
קול גדול האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:יא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?

"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"

נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין.

איך האב אינגאנצן פארגעסן פון דעם וואס ס'שטייט דארט צוויי פרקים פריער "אל תוכח לץ".

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:16 pm
דורך דולה ומשקה
יא מ'מעג גיין אויף יו-טוב געבן א קוק אוב וויסט מען אז עס איז נישט דא קיין וכו',
שטעלט אייך פאהר מ'לייגט דערויף א קליפ פון הייליגען צאנז'ער רב וואלטן נישט די שענסטע פון אונז דאס געקוקט? אוודאי יא,
וכעין דעם קליפ פון דער 'מנחת אלעזר ממונקאטש', ועוד רבות כהנה פון היסטורישע קליפס וביניהם מרביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זצ"ל.

אבער אויב ווייסט דער יחיד אפילו מט איין פרעצענט אז ער גייט פארקראכען ווערען זאל ער בלייבען שטיין.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:59 pm
דורך טשאווארגוי
קול גדול האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:יא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?

"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"

נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין
.

סאיז נישטא קיין אויפנעמען אז מען גרייט אן וועט מען האבען

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 2:09 am
דורך געצל
יאנקל האט געשריבן:ווען דער ״טיטאניק״ פילם איז לכתחילה ארויסגעקומען אין 1997 איז עס געווען א וועלט סענזאציע. עמיצער האט מיך דעמאלס געזאגט אז דורכאויס דעם פילם ערשיינען נישט קיין שמוציגע סצענעס (די ראטע איז PG13), אבער ער האט מיך געפרעגט איבער איין סצענע ווי א בחור מאלט א בילד פון זיין באליבטע, און זי איז אנגעטון מיט די בגדים פון חוה פאר דער חטא. די סברא להתיר איז געווען אז עס איז נישט קיין שמוץ, נאר קונסט - א שטייגער ווי די אמאליגע שער-בלעטער. איך האב נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, און איך האב אים גע׳עצה׳ט צו פרעגן א רב פון זיינע קרייזן (יענער איז געווען א מאדערן ארטאדאקסישער).
ער האט מיר דערנאך איבערדערציילט אז דער רב האט אים מתיר געווען עס צו זען, אבער ער זאל זיך אוועקדרייען דעם קאפ ביי דער סצענע.

גאר א גוטע עצה. :?

די גמ' רעדט שוין פון אזא סארט עצה "רבי חנינא ורבי יונתן שהלכו אפיתחא דבי זונות ואמרו נכפייה ליצרין ונקבל אגרא" און חז"ל מאכן עס טאקע אוועק. אמת, טאקע נישט ממש די זעלבע זאך אבער ענליך.

טיטאניק פילם איז דא מער ווי דער דערמאנטער סצענע און מען קען זען די הויפט שפילער פארטאן אין מעשים וואס ברענגט מער ווי סתם הרהורים.

Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:34 am
דורך געצל
PG13 קען זיין גאר פיל מיט שמוץ און מער ווי פשוטע ראמאנטישע סצענעס. פרעג זיך נאך ביי די וואס ווייסן. אפט זע איך נישט קיין נפק"מ צווישן PG13 און R.

איך דארף דעם רב וואס לפנים משורת הדין הייסט ער אוועקקוקן און אויב וויל איך גיין מיט שורת הדין קען איך גאר זיך מחי' זיין מיט מראין בישין. איך דארף נאך א פאר גוטע היתרים וואס קענען מיר ציניצקומען אין לעבן...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:49 pm
דורך משולם שטיינפעלד
געצל האט געשריבן:טיטאניק פילם איז דא מער ווי דער דערמאנטער סצענע און מען קען זען די הויפט שפילער פארטאן אין מעשים וואס ברענגט מער ווי סתם הרהורים.

וואס מיינט א סצענע וואס ברענגט מער ווי הרהורים?