בלאט 1 פון 2

ישיבת מהר"ת, גראַדזשאַוויישאַן

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:01 pm
דורך קאווע טרינקער
אין די צייט וואס מוסדות בית רחל אוהל אלטא פיגא ד'סאטמאר, בארא פארק, פייערט זייער "ערשטע יערליכע" דינער לטובת די וויכטיגע מיידל שולע, ווערט מיט פרייד געפייערט ינאָגעראַל גראַדזשאַוויישאַן צערעמאָניע, פאר דריי תלמידות מצטיינות, וואס ווערן מוסמך לדין ולהורות כדת של תורה מסיני.

ישיבת מהר"ת געפונט זיך אינעם זעלבען בנין ווי ישיבת חובבי תורה

פאר מער דעטאלען, זמן און מקום, און א שטיקל ביאוגרפיה אויף די מצטיינות, זעה דא.
זהירות (בילדער פון תלמידי חכמות)
משרה (אמנו) עד שרה (שנירער) לא היתה כזה צרה.. זיי שטייגן איבער 70 פראצענט פון אונזערע לאקאלע רבנים וואס האבן ניטאמאל קיין סמיכה!

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:09 pm
דורך דבילה
שיין. וואו שרייב איך איין מיינע זיסע מיידלעך?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:17 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פארשטיי אז דו זוכסט א מוסד ווי מ'לייגט א דגוש אויף אויסצווואקסען פרומער ווי די באבע'ס, איז אזוי, מוסדות בית רחל, לעת כזאת זענען זיי סטאנצירט אין די מולטי-קולטור בילדינג, אויף 45/15 ווי באבוב השני, מיט סאטמאר השני זענען ביידע נהנה פון די בית יעקב מיידל שולע תנועה. - דאס אלעס מיט די תנאי פון נישט מטלטל זיין שבת גם במקום שיש עירוב כתקנת חז"ל. כידוע לכל עובר ושב.

אגב, אויב האט איינער די הזמנה וואס זיי האבן ארום געשיקט (בעסער ווי די פארשאלטע מוסדות וואס ניצן מיין טעלעפאון אן רשות - קיין פעני וועלנישט זיי געבען), די קארטל פון די מתנות און גורלות, זאל דאס ביטע אהערשטעלן, ס'דארף א מגיה 911.

אבער לאמיר נישט פארדרייען די שמועס, ארום די שמחת התורה.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:58 pm
דורך הדד בן בדד
קודם פארוואס עפעס חובבי, עס פאסט זיך ענדערש חובבות.

נאכדעם, ווי זעסטו עפעס וועגן דעם בית יעקב בנין, איך זע עפעס אן אדרעס אין ריווערדעיל.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:25 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין מתוקן די מיספארשטענדעניש.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:36 pm
דורך הדד בן בדד
יישר כח

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:38 pm
דורך פרענטש וואנילע
אז די הינט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען..

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 8:07 pm
דורך מאראנצןזאפט
לאמיר מאכן א גענעראל פארזאמלונג.
איך שטום פאר אבבי.
די גמ' זאגט דאך שוין טוב יותר המלבן שניים כו'.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:00 pm
דורך משה געציל
נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:54 pm
דורך ונבנתה העיר
משה געציל האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)

viewtopic.php?f=13&t=3700

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:22 am
דורך קאווע טרינקער
פרענטש וואנילע האט געשריבן:אז די הונט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

אריין אין "אויסגעדראשענע אשכול".

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:26 am
דורך פרענטש וואנילע
משה געציל האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)


אה, אין דף היומי שטייט עס אויך? איך האב געזעהן די זעלבע זאך אין גמרא..

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:28 am
דורך פרענטש וואנילע
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:אז די הונט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

אריין אין "אויסגעדראשענע אשכול".


אזוי רעדסטו אויפ'ן געליבטען ראש הקהל זכרונו לברכה? דאס איז געוועזען איינע פון ר' סענדער'ס מערערע באנוצטע פראזען, טאקע אין אזעלכע אין ענדליכע אומשטענדען..

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:30 am
דורך קאווע טרינקער
ראש הקהל? וועלכע קהילה?
ווער איז ר' סענדער?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:33 am
דורך פרענטש וואנילע
קאווע טרינקער האט געשריבן:ראש הקהל? וועלכע קהילה?
ווער איז ר' סענדער?


אנטשולדיגט, פון אייער פתיחת האשכול האט אויסגעזעהן אז איר זענט פון די פארווייטאגטע געוועזענע סאטמארע, קוקט אויס איך האב זיך טועה געגעסען.. אין סאטמאר איז געוועזען א חשוב'ער ראש הקהל וואס האט געהייסען ר' סענדער דייטש ז"ל, א גוטער רעדנער און זאפטיגער שרייבער, פרעג דיך נאך ביי די סאטמארער חסידים זיי וועלען דיר קענען געבען מער אינפארמאציע.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:44 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ איך וועל זיך נאכפרעגען.

סתם אזוי, איעצך, אז דא דרייען זיך אידן וואס זענען לאו דוקא אזוי באקאנט ווער סתם "ראש הקהל זכרונו לברכה" איז (בד"וו, אונזער ראשעקעל, לעבט און לאכט), אדער ווער סתם "ר' סענדער" איז (אפשר במקום מלכותך, אין צימעס איז דר'עולם יא באקאנט), ע"כ איז כדי צו רעדן אביסעל קלאר.

בד"וו, איר קענט סאטמארע וואס זענען נישט פארווייטאגט? איך נישט. אדער קרעצען זיי אויף ר' צבי מאיר זילבערבערג ווייל ער רעדט נישט קנאות אזויווי דר'רבי האט; אדער אויף ר' טודרוס זילבער ווייל ער רעדט יא קנאות, ד.ה. נאכגמאכט דעם רבי'ן; דערנאך בלוטיגען זיי אויף די "היינטיגע רבי'ס" ל"ע (וואס זיי אליינס האבן געקרוינט פון די סארט אין תש"מ); א.א.וו. וכל המרבה לבכות ולמחות הרי זה משובח ו"מקורב". פוי.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:54 am
דורך פרענטש וואנילע
אנטשולדיגט, איך זעה אז איך זיך נישט טועה געוועזען, אכן, דו ביסט טאקע יא פון די געוועזענע און פארווייטאגטע, לאמיך דיר נישט צוגיסען זאלץ אויף די אפענע וואונדען, כ'על עס לאזען ביי דעם.

ביי די וועי, וואס איז דאס צימעס?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:01 am
דורך קאווע טרינקער
/

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:00 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:01 pm
דורך איך אויך
די עקשאן הייבט זיך אן ביי 23:00 (שירת נשים).
לכאורה א שלמה'לה ניין?
ביי 52:40 איז דא נאך שירת נשים.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 9:18 pm
דורך קינות גירושין
יא סאיז ר שלמה
משוגע צו ווערען
איין זאך נאר כוואלט ווען געוואלט זעהן די היתר צו זינגען מענער און פרויען צוזאמען (53:30)
אה סאיז מסתם נאר אזוי געזאגט א ברכה צוזאמען און אביסעל אינטער געברימט, פארוואס האב איך געדארפט געבוירען ווערן אין ראדני סטריט?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 5:48 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב אנגעהויבן דעם אשכול:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין די צייט וואס מוסדות בית רחל אוהל אלטא פיגא ד'סאטמאר, בארא פארק, פייערט זייער "ערשטע יערליכע" דינער לטובת די וויכטיגע מיידל שולע, ווערט מיט פרייד געפייערט ינאָגעראַל גראַדזשאַוויישאַן צערעמאָניע, פאר דריי תלמידות מצטיינות, וואס ווערן מוסמך לדין ולהורות כדת של תורה מסיני.

יעצט ליין איך דא:
בשעה שהחוויה היהודית בישראל מסתכמת בתחרות בין קללות רחוב מתוצרת הרב עובדיה יוסף לבין התחרדות של זרמים שהיו פעם דתיים-ממלכתיים, ובשעה שרבנים מכל הזרמים האורתודוקסיים מצטרפים להילולה של "קול באישה ערווה", בקהילה היהודית בארצות הברית הכיוון הפוך. - שלשום התקיים אירוע בניו יורק שהוא בבחינת פריצת דרך. משק כנפי ההיסטוריה, אמר הרב ג'פרי פוקס, ולא היה רחוק מהאמת. זה היה טקס הסיום של המחזור הראשון של ישיבת מהר"ת (מנהיגה הלכתית רוחנית תורנית), ישיבה לנשים

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:30 am
דורך קאווע טרינקער
http://www.yeshivatmaharat.org/graduation-2015
לינק פאר די וואס ווילן מיטהאלטן לעבעדיג דעם מארגענדיגען מעמד.