זאג נאר, און צו *** פארשטייסטו יא?!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

זאג נאר, און צו *** פארשטייסטו יא?!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

צום הייליגן רש"ב זי"ע איז אמאל אריינגעקומען א חסיד אויף "יחידות".
רבי, כ'האב קשיות! שרייט דער חסיד. א וואזשנער איד געווען, א תלמיד חכם און עובד ה', און צוליב זיין שווערן לאגע און מיטמאכענישן האבן אים זאכן אנגעהויבן עגבערן.

וואס עפעס קען מען טרעפן אז צדיק ורע לו? איז דאס יושר? און אזוי האט ער פארגעלייגט פארשידענע קשיות וואס ס'האט אים האט געקיצלט אויפ'ן חשבון פונעם בורא כל העולמים.

דער רש"ב אבער, אנשטאט ענטפערן דעם חסיד, כאפט ער אים אן ביים אקסל, און פירט אים צו צום פענסטער.

דו זעסט דארט די ציגעלעך, גיט ער אים א פרעג, האסט אמאל באטראכט ווען זיי דארפן ארויסגעבן די געברויכן?
דער חסיד קוקט אן דעם רבי'ן מיט א פאר קעלבערנע, נישט געטראפן בעסער וואס צו דיסוקסירן. אבער אז דער רבי פרעגט.
יא! ענטפערט ער.

איז זייזשע מיר אזוי גוט, אפשר קענט איר מיר זאגן וואספארא פראדוקציע שטעלן זיי אהער, וויאזוי זעט דאס אויס? וואספארא סארט פארעמען גיבן זיי ארויס?
דער חסיד ווייסט נישט צו דער רבי איז מיט אלעמען, אבער אז דער רבי פרעגט:

זייער אפפאל זעט אויס מער אזויווי א בעבעלעך שניט, אזא סארט זכר באנדל פארעם, איינציגע קערנדלעך אויפאמאל.

אזוי, און ווען דער קו דארט אין שטאל גייט פאר געברויכן, האט איר שוין אויך אמאל באאבאכט? וואס שטעלט ער אהער, וואס איז דער פארעם פון זיינע לאווע?

דער חסיד כאפט זיך אז עפעס וויל אים דא דער רבי מסדר זיין, ער איז ערנסט אין א פאסטקע, דער רבי נעמט אים דא פאר א נסיעה, אבער קיין ברירה האט ער שוין נישט געהאט, און ער ענטפערט:

געברויכן פון א קו איז שוין אינגאנצן עפעס אנדערש, דאס איז שוין יא אזעלכע גאנצע גרויסע שטיקער מער אזויווי דער פארעם פון קיכן און בארכעלעך.

נו, וואס איז פשט, פרעגט אים דער רש"ב, פארוואס ביי די ציגן איז עס מער אזעלכע אייניגע באנדלעך און דא איז עס יא גרויסע שטיקער?

דער חסיד גיט א צי מיט די אקסלען: איך ווייס נישט!
און פון וואנעט אין דער וועלט זאל איך וויסן פונקטליך פארוואס די צואה פון איין בהמה איז אנדערש פונעם צווייטן.

זאגט אים דער רש"ב: איר זעט, גיט א קוק, אפילו אזוי פשוט'ע שאלה, קענט איר מיר נישט ענטפערן, און איר וויל פארשטיין די הנהגה עליונה?!
אפילו צו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פארשטייט איר נישט, און איר האט קשיות אויפ'ן רבונו של עולם!


*

מאכט זיך אמאל ביי א מענטש, אז ס'הייבט אן האדעווען עופה'לעך אין זיין גלגולות. ס'קוועטשט אים דאס ס'קוועטשט אים יענץ. ביי איינעם איז עס דער האלאקאוסט, היתכן? הלמאי? דער אויבערשטער איז דאך דער מקור הרחמים. ביי א צווייטן איז עס פארוואס דער חידושי הרי"ם האט זיך ענדערש געפארעט מיט עדים שאי אתה יכול להזימם און נישט מיט מאראל ווערסוס רעגיליע, און ביי א דריטן איז עס גאר אן אישי פאר'ן כביכול אליין.

איך זאג נישט, מ'מעג אמאל ארויסבליקן פון קעסטעלע, ס'געזונט ווען ס'נאגט, ס'גוט ווען ס'עגבערט, א זעל מעג לעכצן, א מענטש האט א רעכט צו זיין שעפעריש.

אבער, מיט א מאס!
און פון צייט צו צייט דארף מען געדענקען: מיר האבן נישט קיין רש"ב, און מ'מעג זיך אליין אנכאפן בי די אקסלען, צופירן צום פענסטער, און געבן זיך א פרעג די מולטי מיליאן דאלער פראגע:

זאג נאר, און צו ק*ק פארשטייסטו יא?!





:lol: :lol: :lol:
די מעשה האב איך געהערט פון הרה"צ מהר"ל שטויבער שליט"א (המכונה יחצאל הראשון), וראויין הדברים למי שאמרם. תשואת חן חן לו.

***
אגב, דער מלאך זצ"ל האט אמאל געזאגט, מילא דער רש"ב, ער האט כאטש געקענט דעם זיידן דער צמח, אבער דער מהריי"ץ...
אבער ס'איז נאריש גערעדט, דער רש"ב איז געווען א גרויסער מענטש, קוקט אריין אין 'בשעה שהקדימו' אדער אין 'יו"ט של ראש השנה', טיפע לאנגע מאמרים בהמשכים אין חסידות, ממש א מייסטער-מוח.
דער מלאך האט זיך געהאט זיינע חשבונות, ער שרייבט אין א בריוו (אין אוצר אגרות קודש) אז שוין בימי הצ"צ איז פארגעסן געווארן חכמת חב"ד, חוץ מאיזה זקנים שהאריכו ימיהם, וואס האבן אויך נאר געוויסט פון איר עקזיסטענץ....
אגב דאגב, דער אראדער רב פון וויליאמסבורג מגדולי לוחמי מלחמת אש קודש, איז א תלמיד פונעם רש"ב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר