בלאט 1 פון 1
נייער סיטי ישוב: קרית הרחבת הדעת, 40,000$ א דירה.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:52 pm
דורך חזקיהו המלך
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:08 pm
דורך זר זהב
דאס איז קאנספיריסי פון די גלאבאליסטן קלאר אין דייטליך. אין איך האב א געבוירענעם רעכט סוי לאז מיר אויסרעדן. איך בין נישט מחייב צו גלייבן וואס עפעס א בראשור שרייבט, אין ווי קען דען אפילו זיין אזא זאך ווי 40,000 פאר א הויז? מאכטעס דיר אפילו סענס?,
מיר איז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז א רעזאלט פין די בילדערבערג צאמקים א יאר צוריק, יענער האט דארט געשריגן אז ער וועט מאכן ברוקלין יידן-ריין, אין אלע אבאמא וואטערס וועלן באקומען אונזערע הייזער. ער וועט דיר זוכן צו פארטושן אלע וועגן אז זאלסטיר איינרעדן אז זיין צוזאג גייט פארווירקלעכט ווערן. לאז דיר נישט, אינז זעמיר דא טו סטעי. ולה' הישועה,
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:19 pm
דורך מאראנצןזאפט
ויקץ ויחלום שנית.
ס'דא יסודות'דיגע נקודות פארוואס דא וועט 'קיינמאל' נישט צושטאנד קומען א נייע געגנט.
אין קורצן אנדערש ווי אין אר"י וואס יעדער חתן באקומט א דירה איז דא נישטא קיין קליענטעל פון דירה קויפער עס איז בלויז אינדעווידיואלן.
מה גם וואס דארט מוז מען קויפן, און כדי זיך צו שפארן וועט ער אים שיקן ערגעץ אנדערש. דא קויפט נאר דער וואס קען זיך ערלויבן.
א טאטע דארף נישט דא קויפן א דירה. ער מאכט חתונה א קינד, נעמט ארויס א דירה פאר סעווענטין פיפטי, און ממחרת החתונה, באקראץ דיך אליין.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:28 pm
דורך ברסלבער
זיי שרייבן דארט אז עס וועט זיין צו דינגען אויך.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:41 pm
דורך קאווע טרינקער
אפשר לוינט זיך עס, לאמיר זעהן, וואס זענען זייערע אינטערנעט תקנות?
אדמו"ר מספינקא-הרחבת הדעת ? ממש א סתירה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:44 am
דורך אביגדור
וויפיל געלט איז טעקס און מעינטענענס? וואסער? סוער סיסטעם? גארבעדז?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:23 am
דורך שלשלת
א שיינע חלום האב איך געזעהן
אין קרית הרחבת הדעת בין איך געווען
מיטן ציל צו כאפן קרבנות
א קונטרס פיל מיט מעלות
מוויל אבער בלייבן נעבן די אבות
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ווער שטייט אונטער דעם איז סודות התורה
אוי, נישט גע'דאגהט אידן
עס וועט שוין באלד פון דעם חלום גארנישט זיין
שיכור פון פרייד, געזונטערהייט
גייט ניו יארק סיטי בלייבן אונזער אהיים
ביז קעגן משיח מיר גיין
אמן ואמן
הלוואי כזאל נישט זיין גערעכט, און ס'זאל זיך יא אויסארבייטן. אבער די היסטאריע, ווי אויך לויט ווי אזוי די קונטרס איז געשריבן - אן קיין קלארע אינפארמאציע און קראנטע אחראים דערויף, קוקט מיר עס אויס כחלום יעוף
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:01 am
דורך קאווע טרינקער
נו! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן???!!!
נאר צוליב די מענטשען וואס מאכן חוזק ארבעט-עפעס-זיך-נישט-אויס נייע יישובים..........!!
עסקנים טענה'נען, זיי זעהן נישט קיין אנדערע סיבה....
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:46 am
דורך ברסלבער
אינטערעסאנט.

- לעשות כרצון איש ואיש
- 1.PNG (49.15 KiB) געזען געווארן 2425 מאל
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:05 pm
דורך קאווע טרינקער
אונז זעמיר אזוי אין תחת בלע"ז, אז כ'שמעם זיך צו זיין א איד.
נניח אז דאס א גוטע פלאן, און 500 משפחות באקומען חשק צו נעמען די בעבי-סטעפ, כל זה איננו שווה נאר אויב ס'דא אן אייגינער בית המדרש. - נייטראל (א mix פון וויזניץ פאפא סאטמאר בעלזא סקווירא און לימונוב) איז נישט גענוג. ער מוז האבן א "סאטמער'ע שוהל", אוקעי, כ'וועל אים נאכגעבען (אפשר איז ער שוואך אין די אמונה, און צוזעהן די התנהגות פון פון בעלזא בן תורה וועט אפשר שוואך מאכן זיינע יסודות), אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. ס'מוז זיין א בית המדרש וואס געהערט אונטער די נשיאות פון מהר"א/מהרי"י! אז נישט קען נישט קיין מהר"א חסיד זיך אריבערציען? וואס איז שוין דען די חילוק? אן הדלקה ל"ג בעומר? פארדעם דארף מען אויפהאלטן א מו"ץ און א ביהמ"ד א גאנץ יאר?
אויב יא, זענט איר נישט ווערט פאר "הרחבת הדעת". בלייב דא אויף די 8'טע שטאק און זיי מעביר סדרה דער בלאט/איד, און האב אינזין אלע גדולי ישראל (אויסער איינס) ביי ולמלשינים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:08 pm
דורך פרענטש וואנילע
קאווע טרינקער, די רעגען האט שוין אויפגעהערט און די זון האט שוין אויפגעשיינט, פארוואס ביסטו נאכ'אלס אזוי נעגאטיוו?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:17 pm
דורך פרענטש וואנילע
לופטיג און ארטאריש.. דער פאקט איז אז א סאטמארער אדער לימנובער, האט פיל א קלענערען פראבלעם צו דאווענען אין א נייטראלער בית המדרש ווי א סקווערער וויזניצער אדער בעלזער, והדברים פשוטים וידועים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:27 pm
דורך קאווע טרינקער
פרענטש וואנילע האט געשריבן:אז א סאטמארער אדער לימנובער
זיי זיך מסביר, א לימנובער איז דאך אויך סאטמאר געשטינקט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:30 pm
דורך פרענטש וואנילע
קאווע טרינקער האט געשריבן:פרענטש וואנילע האט געשריבן:אז א סאטמארער אדער לימנובער
זיי זיך מסביר, א לימנובער איז דאך אויך סאטמאר געשטינקט?
סארי, ואנכי לא ידעתי..
P D F
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:44 pm
דורך סאשי פיש
די פי די עף ארבעט נישט ער זאגט אז ער איז עקספייערט
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:58 pm
דורך חזקיהו המלך
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:11 pm
דורך סאשי פיש
א דאנק עס ארבעט א מחיה
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:49 pm
דורך common sense
ס׳הייבן זיך נישט אויף 500 משפחות אויפאמאל זיך אוועקצוציען צו א פלאץ וואו מען האט נאך קיינמאל נישט געוואוינט. אויסער אויב א רבי הייסט (וואס דעמאלטס פארלירט עס 3/4 די ווערט). און אויב ציט מען זיך אהין צוביסלעך וועט עס הייסן א דורכפאל ווען עס וועט האלטן ביי קארגע צוואנציג משפחות, און קיינער וועט דעמאלטס נישט ווילן זיך אהינציען (א שטייגער ווי town & country)
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 11:17 am
דורך שמעקעדיג
קאמאן סענס, מיט פשוט'ע קאמאן סענס ביסטו 101% גערעכט, אבער האסטו שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק "נויט ברעכט אייזן"?
עס איז שוין באו מים עד נפש, גענוג מענטשן שרייען "גענוג איז גענוג", און זיי זענען גרייט צו אנטלויפן אין סיי וועלכע ערי מקלט. פארשטייסט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:43 pm
דורך אבי גערעדט
פון אישי :
ר' חיים הערש שווארץ האט איצט אנואנסט ביים חנוכת הבית פינעם לאנטש רום אין איחוד קאנטרי, אז ס'גייט ארויסקימען בקרוב די פלענער פין אפאר הונדערט הייזער פאר א ישוב א גאנץ יאר אויף דעם לאט וואס מהאט אפגעקויפט נעבן איחוד, מיט די הילף פין ר' אברהם שמואל גראס