בלאט 1 פון 2
ביליגע טאבלעט'ס
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:28 am
דורך דעת תורה
עס איז דא הונדערטער מיני טאבלעטס, רוב רובם ענדרוידס. פאר אונטער הונדערט דאלער קען מען זיך איינהאנדלען א "7 טאבלעט מיט 1 גב רעם און א נישקשה'דיגן פראסעסאר פון 1.2-1.5 גהצ, לפעמים טאקע דועל קאור (אדער קוואד קאור, פאר ווער עס האט מער ליב די ווארט קוואד. אין פערפארמענס איז א גרויסער חילוק צווישן דועל און קוואד?).
מיין איסתפקתא איז, איז דא פארוואס צו צאלן ענדערש 4 צי 5 מאל אזויפיל פאר די טייערע ברענד נעים טעבלעטס, פאר א בעיסיק יוזער וואס דארף נישט צופיל מורא'דיגע זאכן דערפון, סתם עס זאל ארבעטן געשיקט און זיין רעספאנסיוו אין די רגע און נישט קראכן אדער פרירן. בקיצור, די סיבה פארוואס אנדערע זענען טייערער איז וועגן די בעיסיק פערפארמענס איז אנדערש כרחוק מזרח ממערב, אדער ווייל עס האט א בעסערע קעמערע, מער פ.פ.אי., בעסערע סקרין רעזאלושען, ברענד נעים, א.א.וו.? (גראדע מיין איך אז אין איין פרט איז יא דא א וויכטיגער חילוק, אז די ביליגע מאשינקעס זענען נישט 4g קעיפעבל).
נאך איין פראגעלע, טייל טאבלעטס שרייבן אז זיי האבן א ווייערלעס מעגליכקייט דאס הייסט אז חוץ ווייפיי קען מען האבן סערוויס דערויף אויך, די שאלה איז, ווען איך גיי אויף די קעריערס סייטס זע איך זיי נאר אפפערן א געקליבענע צאל טאבלעטס וואס מען קען האבן זייער סערוויס דערויף, געווענליך די גאר טייערע סארט. אלזא אויב קויף איך א ביליגע מיט א מעגליכקייט פאר ווייערלעס סערוויס, וועט ווערייזאן פאקטיש מיר ארויף לייגן אויף זייער סערוויס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:06 am
דורך ונבנתה העיר
מן הסתם לייגט מען אריין א סים-קארד.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 3:04 pm
דורך למדן
א גב איז שוין אפשר יא א שטיקל חתיכה אבער זייער אסאך וואס פארקויפן די קלענערע (512 מב) וועלן זאגן אפן אז אויב ווילסטו ס'אל ארבייטן קויף א טייערערע
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:09 am
דורך דעת תורה
וואס זאגט איר צו
דעם?בכלל איז יענער סייט פיל מיט מציאות.
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 5:56 pm
דורך דעת תורה
כרגע - מיין איך - איז
דאס די בעסטע טעבלעט אויף די מארקעט פאר אזא ביליגן פרייז.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:43 am
דורך שמעקעדיג
ווי שוין דערמאנט אין אן אנדערע אשכול - די נייע נעקסוס 7 פון גוגל איז אצינד די בעסטע און ביליגסטע טעבלעט וואס איז פאראן צו באקומען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:14 am
דורך דעת תורה
די ביליגסטע? איך האב א געשמאקע סמוד כינעזער אכט אינטשיגע טאבלעט, עס איז טאקע נישט אזוי מאדערן צוגעשטעלט, ווייט פון, אבער די בעיסיק פונקציעס טוט עס א מחיה. און דער חילוק פון זיבן ביז אכט אינטש איז כיתרון האור מן השמש. דער עיקר, עס האט געקאסט א מאה'לע פונקט, לאזט אריין לייגן עס די קארטלעך א.א.וו. קיין שום רעסטריקשאנס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:18 am
דורך שמעקעדיג
אקעי, די ביליגסטע פאר וואס דו באקומסט. די שארפסטע סקרין, לאנגע באטערי לייף, אויסגעצייכענטע ספיקערס, שנעלע פראסעסאר, די לעצטע אנדרויד 4.3, און האט אויסערגעווענליכע גוטע רעוויואס איבעראל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי איז די טייפן אויף די טאבלעטס, קען מען צוטשעפען סיי וועלכע קיבארד?
קען מען ארויפלייגן מייקראסאפט ואורד? זענען דא אנדערע פראגראמען וואס זענען אזוי גוט פאר טייפן ווי מייקראסאפט ווארד?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:31 pm
דורך שמעקעדיג
טייפן אויפן טאבלעט איז פאר מיר אן אפקומעניש.
מען קען האבן א פארקלענערטע ווערסיע פון ווארד אויפן טאבלעט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:44 pm
דורך [NAMELESS]
ערקלער ביטע, קען מען צוטשעפען א קיבאורד? אויב יא וואס איז די אפקומעניש?
וואס הייסט א קלענערע ווערסיע פון ווארד?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:59 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען נישט צוטשעפען א קיבאורד, עס האט נישט קיין USB,
אבער עס זענען פאראן בלוטוט קיבאורדס וואס ווערן קאנעקטעד ווייערלעס,
אבער טאמער האסטו שוין א קיבארד, מאי הועילו הטאבלעטן בתקנתם? איז דאך שוין א קליין לעפטאפ גרינגער זיך אנייצע צו געבן.
ווארד קען מען בעיקר נאר "ליינען", און עדיטן אביסל די טעקסט, אבער עס איז נישט א פול-פיעטשורד ווארד וואס דו קענסט קויפן פאר 200 טאלער אין געשעפט.
גוגל דאקס איז א בעסערע אפציע.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:די ביליגסטע? איך האב א געשמאקע סמוד כינעזער אכט אינטשיגע טאבלעט, עס איז טאקע נישט אזוי מאדערן צוגעשטעלט, ווייט פון, אבער די בעיסיק פונקציעס טוט עס א מחיה. און דער חילוק פון זיבן ביז אכט אינטש איז כיתרון האור מן השמש. דער עיקר, עס האט געקאסט א מאה'לע פונקט, לאזט אריין לייגן עס די קארטלעך א.א.וו. קיין שום רעסטריקשאנס.
האסט א לינק צו דעם?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:33 pm
דורך דעת תורה
שוין געברענגט אנפאנג פון די אשכול אפאר לינקס.
די טאבלעט נוץ איך איצט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:01 pm
דורך shefele
דעת תורה האט געשריבן:די ביליגסטע? איך האב א געשמאקע סמוד כינעזער אכט אינטשיגע טאבלעט, עס איז טאקע נישט אזוי מאדערן צוגעשטעלט, ווייט פון, אבער די בעיסיק פונקציעס טוט עס א מחיה. און דער חילוק פון זיבן ביז אכט אינטש איז כיתרון האור מן השמש. דער עיקר, עס האט געקאסט א מאה'לע פונקט, לאזט אריין לייגן עס די קארטלעך א.א.וו. קיין שום רעסטריקשאנס.
Link Please
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:02 pm
דורך shefele
דעת תורה האט געשריבן:שוין געברענגט אנפאנג פון די אשכול אפאר לינקס.
די טאבלעט נוץ איך איצט.
Thanks
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:24 pm
דורך סאשי פיש
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:57 pm
דורך למדן
צו וואס לוינט צו קויפן וויי פיי טאבלעטס אז מ' איז כסדר לימיטעד וואו מ' קען עס נוצן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:41 pm
דורך געפילטע פיש
פאר איינער וואס האט ווייפיי קענעקשען רוב טאג, אזוי דארף ער נישט צאלן פאר חודש'ליכע סערוויס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:30 pm
דורך למדן
און רוב עולם האט אפענע וויי פיי קאנעקשען רוב טאג?
ווי איך זעה איז וויי פיי טאבלעטס א האט אייטעם מער פון סערוויס טאבלעטס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:12 pm
דורך דעת תורה
וועמען מיינסטו רוב עולם, ביי וועם איז עס א האט אייטעם, ביי די נישט חרדים (בערך 99.999999999999999 פראצענט פון די מארקעט), אדער ביי היימישע אידן? אין כמעט יעדן אמעריקאנער הויז איז דא ווייפיי, אין אסאך גאסן, געשעפטן, רעסטוראנטן א.א.וו.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:33 pm
דורך למדן
איך האב טאקע געמיינט רוב נישט היימישע גאס און ווי כ'האב געזען אז דא איז עס אויך א אייטעם האב איך פארשטאנען אז דער עולם וואוינט ארום דעם לייברערי..., אדער געפארקט דארט ופוק חזי מה עמא דבר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:06 am
דורך געפילטע פיש
80 פראצענט פון US הייזגעזונטער האבן אינטערנעט אינדערהיים. די אנדערע 20 פראצענט איז מסתמא ס'רוב פון זיי אלטע קאקערס און טרעילער פארקס, סא יא, רוב אמעריקע האט ווייפיי אינדערהיים.
גראדע איז ביי אונז אויך דא א רוב, פראביר אמאל אויס צו וואקן אויפן גאס און סקען די ווייפיי קאנאקשענס מיט דיין סעלפאון, וואסטו זעהן וויפיל ס'דא, און אויב האסטו א פראגראם וואס זעהט די באהאלטענע ווייפיי'ס אויך וועסטו זעהן נאך מער.