בלאט 1 פון 1

לעב נישט פאר שפעטער לעב פאר יעצט

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:44 am
דורך מאטי
 
זייט איך האב מיר אנגעהויבן צו געדענקען (ווען איז דאס געווען?) לויט מח שליט ווען מיין קאנטשעס האט אנגעהויבן צו דמיונען און מאכן אויסקוקן ווי איך געדענק  לויט לעיקוואד (און צום לעצט לולקע ציבעך) ווען מיין מח האט פיזיש אנגעהויבן צו קענען געדענקען און אויפגעהערט צו פילטערן דער מושג זכרון.

 עכ״פ זייט איך געדענק זיך בין איך אלץ אין א מצב פון ווילן אנקומען צו א געוויסער קלימאקס אין לעבן וואס פון דארט און ווייטער וועט מיר שוין זיין גוט.  

ווען איך בין געווען נאר צוויי, האב איך שוין געוואלט זיין דריי.... איר קענט דעם ניגון ?  

דאס חזר׳ט זיך איבער ביודעים ובלא יודעים אויפן גאנצען לעבן ביי רוב מענטשן, אויפן לאנגע טערמין ווי אויך אויפן קורצן טערמין.

קודם טאקע ווי פריער דערמאנט דער פיאות טאג. ס׳דאכט זיך דעם קליינעם צאמי זייגער, אז אלע אלע זיינע פראבלעמען וועלן זיך ענדיגען דעם טאג , פון דארט און ווייטער איז בלויז פעקעלאך קענדיס  מיט זאזאס  ,הצלה טראקס, זאמד טראקס מיט טרייסיקלס, קיינמאהל מער נישט וויינען, אייביג באקומען די ערשטע גרעיפ דזשוס.

אבער נאך אפאר וואכן איז מפטירין כדאתמול, שלמה׳לע טשעפעט ווייטער מיט אים, חנה׳לע זעצט זיך נאך אלץ אויף ״זיין״ פלאץ. אא״וו
דאן קומט אבער א צווייטער קלימאקס און דאס רופט זיך ״כתה א׳״.

אה!! ווען איך גיי זיין א כתה א׳ אינגל! האא הא  איך וועל זיין אזוי גרויס! יעדער וועט מורא האבן פון מיר. דאס וועפט אויך שנעל אויס.
אזוי גייט דאס  פון כתה צו כתה אויפוואקסענדיג פארשטייט זיך  אינמיטן דער יאר איז אויך קלימאקסן מ׳ווארט אויף א קוזינ׳ס חתונה דער טאטע קומט אט אט אהיים פון אויסלאנד א קוזין קומט וואוינען פאר צוויי וואכן. 
אזוי וואקסט מען אויף ביז ביז.. מ׳הייבט זיך אן צו גרייטן אויף דער בר מצוה הוי איך דערמאן זיך צוריק וואס איך האב אלס צוזאם געטראכט אויף די פראזע ״- ווען איך וועל זיין א בחור-״  איך וועל זיין ערליך קיינמאהל מער נישט טון קיין עבירות איך וועל דורך לערנען אה״ח הק׳ ועוד ועוד אבער בעיקר אלעס וועט דעמאלט זיין נאר גוט, וואס הייסט!  איך גיי זיין א בחור!!! 
איך וויל אייך נישט אויפהאלטן דא מיט טעכנישע דיטעילס פון אלס בחור ביז די 15 און נאכדעם ביי 17 18 ווען דער קלימאקס ווערט א חתן ווערן תנאים מערידזש לייסענס קאלן די מחותן ער״ש נאכדעם די חתונה נאך די חתונה איז מען אין דריעם לענד פאר 3 חדשים און ס׳פאנגט אן נאכאמאהל צו ווערן אומעטיג.
 איך רעדט  ח״ו נישט קיינמאהל פון עצבות דיפרעסיע איך רעדט פון אזא סארט לעכצען נאך עפעס א באפרידיגונג נאך וואס מ׳האט זיך צוגעוואוינט צום פריערדיגען קלימאקס און האט אויסגעוועפט.  

איך געדענק נאך די חתונה איז מיין פרישער קלימאקס געווען דרייווען א קאר, ממש געפייגערט צו דרייוון כ׳האב געחלומ׳ט פון דרייווען אלעס חוץ דרייווען איז געווען מינדערוויכטיג און ווי א הכנה צום מאמענט וואס איך זיץ ביים רעדל. מהאמיר זיך ארויסגעלאזט עטליכע 5 6 ראציגע יונגעלייטלעך איינער האט געבארגט פון זיין פאטער אן אלטער בלויע סטעשן וואגאן די וואס מפלעגט פירן מתים. מ׳האט צוטיילט דעם לאנטש ברעיק צו 5 חלקים יעדע 10 מינוט האט און אנדערער גליקליכער געהאט די זכיה צו פירן דעם זשלאפי איך האב קיין לייסענס נישט געהאט, איך מיין אז עימיצער פון די 5 האט געהאט א פערמיט צו ראטעווען די מצב על כל צרה.... אזוי ליגט מיר אין קאפ.

אבער נאך א שטיק צייט האט פארשטייט זיך דאס אויך אויסגעוועפט און אזוי מיט די יארן און עקספיריענס האב איך שוין אנגעהויבן ארויס האבן דעם אויסגעוועפטקייט נאך איידער ס׳האט זיך אנגעהויבן אין דאך - דאס איז שרעקעדיג - האט דאס מיר נישט צוריקגעהאלטן פון וועלן טון די פרישע קלימאקסן הגם איך האב שוין מיט א קלארקייט געוואוסט אז דאס איז אן עבר ובטל.. דאן האב איך פארשטאנען אז איך דארף טוישן קאורס.

וואס איז דער געדראנג צו כסדר האבן פרישע באפרידיגונג און קלימאקסן ? פארוואס הער איך דעם אויסדריק פון מיינע אידישע קאסטומערס וואס זאגן נאך פסח וועלן מיר רעדן יעצט איז ביזי אהער אהין אבער נאך פסח!! דאן וועט זיין עולם התיקון... פון גויאישע הער איך זאגן עפטער די האלידעס,  קאלל מי 3 וויקס עפטער ניו יערס  וואס מיינט דאס?  וואס גייט דעמאלט בעסער זיין ? וואס זענען דעי סטעידשעס אין לעבן צו וואס מ׳איז זיך מגדיר ומצמצם? וואס איז שלעכט מיטן יעצט????

ער האט געכאפט דעם רויט לייט! ער קען אפקאלעצן אין מקוה א דריי פערטל שעה, טרינקען אפאר קאוועס דאוענען ארויס גיין צום קאר שמועסן מיט די שליסלעך אין די הענט אנגעלעינט אויפן קאר א האלבע שעה,אבער די רגע וואס ער וויל ארויספארן! וועט ער פאראורזאכן א סטענדסטיל פאר דריי גאסן אונטער אים!! ער איילט זיך! ער מוז אנקומען קענסט נישט ווארטן א רגע אויף ווען סווערט ליידיגער אביסל ? ווי יאגסטו דיך ?  וואס ווילסטו פארדינען, צייט ? דו האסט דאס יעצט! וואס איז שלעכט מיט צייט וואס מנוצט צו ווארטן ארויסצופארן אדער ביים רויטלייט איז דאס נישט פונקט אזוי געלעבט ווי קראצן די פאנגעס אין מקוה? דו איילסט דיך בכלל נישט.

א מענטש וואס מאכט אפ אז ״יעצט״ דער איצטיגער רגע דאס איז דער קלימאקס פון מיין גאנץ לעבן פאר די רגע לעב איך נישט פאר נאך פסח נישט פאר ווען מיין בעל הבית גייט מיר געבן א רעיז נישט פאר ווען איך גיי האלטן ביי 1000 לייקס אין שטיבל, ווייל די אלע זאכן ווי אויבן דערמאנט וועפן אויס איינס ביי איינס און דו האסט אנגעוואוירן נאך אפאר חדשים אין לעבן,  דער יעצט האסטו נאר יעצט!!!! לעב פאר יעצט!!!! 

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:51 am
דורך שלשלת
פיין געזאגט!

(איך ווייס נישט צו איך זאל דיר געבן א לייק, ווייל אפשר דאס איז נישט "יעצט געלעבט")

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:57 am
דורך שמעקעדיג
מאטי איך וויל דיר געבן א קוש אין האנט.
רבי אלופי ומיודעי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:54 am
דורך קינות גירושין
שמעקי, אז די רעדסט פון א קוש, איך קען עס נוצען, שוין זייער לאנג נישט באקומען איינס

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:53 am
דורך אביגדור
נניח.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:05 am
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:מאטי איך וויל דיר געבן א קוש אין האנט.
רבי אלופי ומיודעי.

א קוש מילא, אבער איך רבי אלופי ומיודעי? איך ווייס נאכנישט וויאזוי מ׳עסט דאס .

@שלשלת יעדער דארף ארבייטן אויפן אייגענעם יעצט נישט אויף יענעמ׳ס.

@קינות מיר קושן דיר אלע ווירטואל. :שלום: :שלום:that's the best we can do for now o

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:35 pm
דורך פייפער
moti107 האט געשריבן: איך וויל אייך נישט אויפהאלטן דא מיט טעכנישע דיטעילס פון אלס בחור... א מענטש וואס מאכט אפ אז ״יעצט״ דער איצטיגער רגע דאס איז דער קלימאקס פון מיין גאנץ לעבן פאר די רגע לעב איך

איר ווילט אונז נישט אויפהאלטן? אויפהאלטן פון וואס? פון אנצוקומען צו ווי? :)
קידדינג עסייד, איך בין מיך מדמה אז איך לעב נאר די יעצטיגע רגע. עס איז מיר נישט אינטערסאנט. פאר דיר יא?
איך רעד אז מען קען זערא טראכטען פון א מינוט ארום, וואס בלייבט?
אמת דאס שטעלט א גרויסע פראגע צייכן אויף דאס גאנצע לעבן. אז מען דארף אייביג נאר לעבן מיט דעם אינדערגרייכבארער עתיד, מיינט לכאורה אז בבפועל לעבט מען קיינמאל נישט. אנצונעמען אז עכט לעב איך קיינמאל נישט איז נישט אזא געשמאקע זאך.
איך טראכט אבער אז אויב לעב איך סיי ווי נאר פאר איין סעקונדע, שטערט עס מיך נישט. :D
די דזשואק ברענגט מיר ארויס אז עס איז נישט דא קיין הנאה אדער צער אויב לעבט מען נאר פאר איין סעקונדע. געלט איז נאר פאר שפעטער, כבוד איז נאר פאר שפעטער, נחת פון די קינדער איז נאר אז איך טראכט אז זיי גייען האבן א גוט לעבן שפעטער דורך דעם וואס זיי פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין. איז דען שייך צו האבן נחת פון א קינד וואס גייט שטארבן אין איין סעקונדע ארום?
אפי' אויף פיזישע הנאות פון עסן בין איך מסופק צו עס איז דא א הנאה פון קייען עסן אהן דעם וואס איך גיי [שפעטער] זאט ווערן. איז דא א הנאה פון קייען עסן און עס נאכדעם אויסשפייען? אפי' אויב יא קען זיין עס איז נישט מער ווי א געוואוינהייט אז די טעיסט פון עסן מאכען מיך זאט און ברענגן מיר מער כוח, אבער באמת איז עס אויך נאר פאר שפעטער. פונקט ווי מאכען אסאך געלט איז די גאנצע הנאה נאר פאר שפעטער, אבער מען מיינט אז עס איז דא א עצם הנאה פון מאכן געלט. דאס זעלבע טעות קען זיין איז אויך דא ביי עסן.
באטטעם ליין, איך האב מורא אז אן שפעטער איז נישט ווערט די יעצט. די פראבלעם איז נאר אז אויב איז די הנאה נאר אלס שפעטער קומט מען דאך קיינמאל נישט אן דערצו. שפעטער ווערט אלץ שפעטער און שפעטער. :(

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:54 pm
דורך מאטי
האסט בארירט א שטארקע נקודה עיין
כאן

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:05 am
דורך נולד מאוחר
פשוט קאמפלצירט האט געליינט ביכער אויף די נושא אפשר קען ער אביסעל שעירן איבער די נושא

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:24 am
דורך מאטי
.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:29 pm
דורך הקטן
moti האט אפגעשריבן זייער א שיינע ארטיקל בנוגע "לעבען פאר יעצט" די ארטיקעל האט גענימען 17 מעניט צי שרייבן אין האט א ערך פין 800 ווערטער אין 2364 בוכשטאבען. א יעדע סקונדע, א יעדע ווארט אין א יעדע אות איז געווען געלעבט, נאך ווי געלעבט - אויב געדענק איך גיט האט ער באקימען דערפאר א קיש אויף די הענט (אין פאר ווער עס ווייסט אויך נאך א קיש...)

ווען האט מאטי געלעבט?
ווען ער האט געשריבן די ערשטע "ל"
ווען ער האט געענדיקט שרייבן
ווען ער האט באקימען די פיפטע לייק
ווען ער האט באקימען די קיש אויפן...

איז מעגליך אז די ערשטע "ל" איז געווען געלעבט פארן עתיד?
די קיש אן דעם ארטיקעל איז דאך סתם נהמא דכיסופא, איז דאך דער גאנצע קיש געוואנדען אויפן עבר


וואט איז די מארעל אף די סטארי?

די פוינט איז נישט אין פארלייקענען אז סאיז געווען אן עבר וואס האט א הערגעשטעלט די יעצטיגע הוה. אדרבא, די עבר איז אין די עבר געווען א לעבעדיגע הוה ווייל ער האט זיך געזארגט אויפן עתיד
ווען איך גיי אריין ארבטען צי מאכן געלט צי קענען שפייזן מיין משפחה איז א יעדע סקונדע געלעבט פאר יענע סקונדע, א יעדע סקונדע טו איך וואס איז ריכטיג וכו'