בלאט 1 פון 2
הדר קבלוה אפדעיטס
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:38 pm
דורך דולה ומשקה
6:38 - פון אדמורי"ם דערווייל בלויז רבי שמעלקא לייפער אדמו"ר מחוסט געפונט זיך אויף דער אויבן אן
7:04 - חליסה רב איז שוין אוועק געגאנגען פון דער מעמד
7:05 - רבנים הייבן אן צוקומען
7:17 - אדמו"ר רבי יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א אנגעקומען מיט פיר גבאים, איינער פון די גבאים מיט א לעדערנע ספר אולי א תהלים
7:25 - הגאון רבי מיכל שטיינמעץ גייט יעצט ארויף צו זיין מקום הראוי לו
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:39 pm
דורך זר זהב
ישר כח, ברענג ווייטער אפדעיטס. א דאנק
נאר וואטש מ'זאל דיר נישט צו'מזיק'ן דיין פאון דארט
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:47 pm
דורך דולה ומשקה
א גרויסע עולם האט אנגעהויבן אריין צו שפאצירן (זעהט אויס אפאר באסעס זענען אנגעקומען).
די זיצען הייבן זיך אן אנצופילען
אבער סשלעפט זיך, דער פראגראם פאהר נישט, אולי דארף איך זיי געבן נאך אביסל צייט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:53 pm
דורך דולה ומשקה
זיצט שוין אויבן אן:
הרה"ג ר' אי"ה ביק
רבי דוד אייכנעשטיין
רבי יחיאל באב"ד
רבי חיים יוסף פריעדמאן
הרה"צ טעהטשער רבי
רבי חיים יעקב טויבער
הרה"צ ספינקא רבי 18
הרה"צ נירבאטור רבי
הרה"צ קאסובער רבי
הרה"צ אבד"ק סאטמאר ב"פ
7:30 - רבי משה וואלפסאן זאגט תהלים, נאך דעם וואס דער גריבוב'ער רבי'ס זוהן האט איהם אויפגערופען
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:54 pm
דורך דולה ומשקה
SPRINGELS אייס קרים באקומט קאסטאמערס...
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:55 pm
דורך דולה ומשקה
רבנים ואדמורי"ם זיצען אויסגעמישט, נישט דא איין צענטראלע שיינע זיץ אויף דער אויבן אן
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:56 pm
דורך דולה ומשקה
אסאך אידן גייען שוין אוועק כנראה פון די וואס זענען געוועהן 6:30
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:59 pm
דורך שלשלת
שכח פאר די אפדעיטס. קיפ איט אפ
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:59 pm
דורך דולה ומשקה
כ'האב מורא צו געבן ווייטערדיגע אפדעיטס מ'האט מיר געבעטן אוועק צו לייגען, עמיר זעהן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:01 pm
דורך דולה ומשקה
למען הידיעה, רבי חיים יעקב טויבער איז אנגעקומען מיט ר' אפרים בארענשטיין,
אסאך מאנשי וחסידי מהר"א ומהרי"י מסאטמאר זענען זיך משתתף.
פון באבוב איז גראדע דא זייער א קליינע עולם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:04 pm
דורך הוגה
IMG-20130509-WA0081.jpg
בארא פארק
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:04 pm
דורך Starbucks
ווער פון די רבנים האט די שענסטע בארד?
שענסטע פיאות?
ווער איז דער גרעסטער בעל בשר?
וועמענס גבאי ווארפט די שארפסטע בליקן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:05 pm
דורך הוגה
מאנסי
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:06 pm
דורך דולה ומשקה
מיט אנפילען דעם פלאץ האבען זיי הצלחה
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:08 pm
דורך דולה ומשקה
Starbucks האט געשריבן:ווער פון די רבנים האט די שענסטע בארד?
שענסטע פיאות?
ווער איז דער גרעסטער בעל בשר?
וועמענס גבאי ווארפט די שארפסטע בליקן?
זעהט מיר אויף ווי רבי יעקב יוסף האלבערשטאם וויל אריין קעשן פון דעם אווענט, ער קומט פאהר אלץ דער גרעסטע רבי אין ב"פ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:12 pm
דורך דולה ומשקה
אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.
זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:17 pm
דורך משולם טענענבוים
אין וואס איז מיט המבזה פני חבירו ברבים ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:20 pm
דורך אויס מענטש
אה! טייערע אידן קומט אין ביהמ"ד, א מחי' מען קען לערנען מיט א רואיקייט אלע בחורים און נערווען קריכערס זענען נישטא
חשבתי דרכי למקום פלוני לסטעדיום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש
רבותי
קיין איין שיפע טאש נישט צום האבן. דא אין ביהמ"ד נאר ערליכע בעלי בתים נאמנים לה' ולתורתו
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:21 pm
דורך לעיקוואד
איך פארשטיי נישט, האט מען נישט אפגערעדט אז לצורך כו"ע מודי אז ממעג? שריי אן צוריק יענער עסקן אז ער איז א רשע מרושע, דיין פרנסה איז דו ארבעטס פאר קאווע שטיבל נייעס אגענטור און דו מוזט באריכטען אויפ'ן פלאץ דורכ'ן אינטערנעט וואס סטוה'ט זיך. אלע רבנים זענען דאך מתיר, וואס איז ער סתם אזוי מבזה א יוד אין דער וועלט אריין?
ואל תתביישו מפני המלעיגים!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:23 pm
דורך אויס מענטש
[justify]ביי דעי וועי, אזוי ווי עס איז שוין נישטא קיין טיקעטס, וויל איך מעלדן ,אז איך האב מיין טיקעט ווער עס וויל קען קומען אין מיין ביהמ"ד איך געב עס אים בחנם.
כל הקודם זכה[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:28 pm
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.
זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.
ווען איך ווייס ווען אז ס'דיך וואלט איך דיר נישט אנגעשריגן... אמסארי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:33 pm
דורך זר זהב
הייסט דו ביזט דער שרייער געווען? כאמיר געווינדערט אז עפעס א קיהל-אויסזעהנדער מענטש איז אזוי ווילד?...
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:41 pm
דורך דעת תורה
דולה ומשקה האט געשריבן:אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.
זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.
זעץ זיך אין סעקשאן עי נעבן חיים נחום הלוי פריעד, ער האט דארט אויפן פלאץ אפגעשריבן אן ארטיקל לאנג ווי דער גלות.