בלאט 1 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט גענוג א גרויסע "ברוכים הבאים" סיין דיר צו מקבל פנים זיין.
מיר האבן שטארק געבענקט נאך דיר, און מיר קוקן ארויס ווייטער אויף אזעלכע וואוילע ערנסטע מענטשן מיט א שכל הישר, מפריש צו זיין בין טוב לרע. און נאך אזא גוטן שרייבער אויך, צו אלע מעלות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:50 pm
דורך בדחן
יהא בואך לברכה,
פארוואס האסטע א גאנץ יאר נישט געשריבען?? וועגן די קבלה וואס דו האסט געמאכט נישט צו שרייבען?? אויב יא הייב איך אויף דאס היטל פאר דיר..!!!!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:02 pm
דורך הוגה
ברוך שובך און שלום עליכם.
האסט געשריבן א הערליכע ארטיקל, אזוי שיין צינומען די נושא, און אזוי הערליך ארפגעליעגט אז עס זאל זיך גרינג ליינען. איך שטוין פון די פאקט אז דו זאלסט מאכן אזא פיינע דזשאב זוצנדיג אין פארק דארפנדיג טייפן אונטערן טיש. Wow!!!
אין א געלעגנהייט וואלטן מיר געוואלט הערן מער איבער די פראסעס פון אייער טראנספארמאציע.
פאר יעצט בין איך נייגעריג צו פארשטיין וואס אנדערע האבן שוין געפרעגט, עד השתא אמאי לא אתי מר. דו שרייבסט אז אפילו נאכן אנערקענען דיין אנטוישונג האסטו דיר ווייטער מונע געווען פון אינטערנעט אלץ ועשית ככל וגו' נאכן פסק פון רב וואזנער. און יעצט? איך פרעג פאר נייגעריקייט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכאם בעק!!!!
אוי האט מען זיך געבענקט!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:54 pm
דורך עסן עסט'זיך
וואו חיים נחום! פעסט!
יא, איך בין אויך געווען ביי די כיניס אבער סעזעהט אויס אסאך פאליטיק און עס זעט נישט אויס עכט ערליך איך ווייס נישט פארוואס אבער אזו שמעקט עס
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:23 pm
דורך דעינעש
בארואיגט אייך,
[פאר א נשוא פנים ווי אייך ברויך מען רעדן בלשון מכובד. אייך],
אחדשה"ט,
..מעגליך עס איז ווי איר שרייבט, א נעגאטיווע [כלשונכם,] מערכה קעגן די אינטערנעט, למחצה לשליש ולרביע, ביי ווי איינער, לא יצוייר. בארעכטיגט עס דען אפי' בצורה קטנה, אייער נעגאטיווע אפהאנדלונג צום מעמד הכינוס המרומם בכלל. און גלייכצייטיג אייער אזויגערופענע תשובה-צוריקקער צום אינטערנעט, וואס מאכט אייער תגובה אזוי רחמנות'דיג בעוולה'ט, ווי אנטריסענד (גוט געספעלט?) אויסקוקן.
איר האט זיך געשפירט מעגליך איזאלירט אין אייער ארום ביז איצט, און בעוול'ט פון עפעס איטליכע מערכה פירער אין אייער, אדער ביי אייער פני הקהילה מיטארבייטער, קומט מן הנימוס, נישט צו געבן אזא מין קאפפע מן הצד, פאר די גאנצע און איצט בלויזע מערכה און אירע פירער, קעגן די דאזיגע געגנערישע אינטערנעט באוועגונג, וואס ביי אייך, ווי איבערצייגט, אויב אזוי וואר, איז געווען דער בלויזע שליסל, אדער שלאס, אייך צו האלטן הרחק מן הכיעור, ובירא דשתית מיני' מיא..
נאר וואס, איר זיכט עפעס מער אייך צו זעטיגן אייער טאלאנט, און מבוקש, נישט זיכער אויב איר וועט עס דא, אדער ווי טרעפן, און אויף וועלעכן אופן, איר פרובירט מיט וואס עס איז בכחכם, פיין. אבער מיט אייער נעגאטיווטעט, צו אייער באטיטלענדע נעגאוויטיווע מערכה, איז נישט דער בלויזער פאזעטיווע אופן, אויף ווי אזוי אפצושלאגן אונזער\אייער, איצט בלויז איינצעלנער, אקטיווע מערכה.
און יא, איר זענט מכובד, אזוי ווי ביז היינט, צו ווייזן אייער סאלאדיריטעט, לקדש שם שמים באיזה אופן וצורה שיכול להיות. ואדרבה, קומט ארויף אויפן שטענדער, מיר ווילן איר זאלט ווייזן אייער ענדגילטיגע, דויערהאפטיגע און זיכערע מעטאדן אויסצושרייען דעם מי לה' אלי.
הכונו, הכונו..
(ובמחילת כבודכם, גארנישט פערסאנאל, וכבודכם הרמה במקומו מונח).
ותהא זה התגובה כפרתי, אויף מיין צוריקקער.. (פאסט עס?!..)
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:27 pm
דורך ונבנתה העיר
א שאד אז דו האסט נישט גענוצט מיין קארטל, דו וואלט'סט ווען געקענט ווייזן פאר די ענווים אוכלי ענבים ווי א איד דארף זיין מקושר צום שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:36 pm
דורך אביגדור
כאבן שאין לו הופכין.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:47 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז לעצטענס געווען באריכטעט איבער איינער וואס האט פארלאזט די אינטערנעט פאר א יאר. סאיז געוען א גאנצע נייעס. דא האבן מיר אונזער אייגענעם.
כקען נישט גלייבען אז חיים נחום האט ממש נישט געניצט די אינטערנעט א גאנץ יאר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:54 pm
דורך איחוד פעלד
דער ניק האט נישט געקענט פארלאזען? פארוואס נישט?
געדענקט, דא שרייבען ניקס, נישט מענטשען.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:00 am
דורך דעינעש
ס'ארא נפק"מ וואסערע שפראך, און נישט פארדרייען ס'אשכול.
פון אייער תגובה זעהט אויס אז איר האטעס גאנץ גוט פארשטאנען.
ואגב; גוגל קען טון די ארבעט פאר אייך, מעגליך צו אייער פולסטע צופרידנהייט , עס צוברענגען צו וועלעכע שפראך איר וועט אפשר בעסער פארשטיין.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:19 am
דורך בדחן
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 10:30 am
דורך אויס מענטש
[justify]יישר כח חיים נחום פאר די אינהאלסטרייכע ווערטער.
אין אסאך פאראגראפן האב איך מיר געפינען אין דעם זעלבען מצב ווי דיר, א שאד אז דיינע ווערטער זענען נישט געזאגט געווארן ביים כינוס, דורך איינע פון די בעלי דרשנים, עס ווינדערט מיר שוין זייער לאנג ווי אזוי די חכמי הרבנים למיניהם, קענען נישט בטעות טראכטן אמאל גראד די זעלבע פשוטע מחשבות וואס פאלט אונז אלע איין, עפעס א מין פארדרייטע מהלך המחשבה וואס די פאר רבנים/עסקנים וואס פירן אן די מערכה פארמאגן, אתמהה ? עס מוז זיין אז די גמרא איז גערעכט, בטילה מביא לידי שיעמום.
למשל, אויס הערנדיג די תכלית האסיפה, וואס איז פארגעקומען אפאר וואכן צוריק, אין בארא פארק, איז מיר ממש קאלט געווארן אין די ביינער, די רבנים וואס האבן אונז יארן געהאלטן און איין זאגן אז מיר האבן נישט קיין השגה וואספארא חורבנות אינטערנעט מאכט אן, שלום בית קעיסעס, חינוך, וכו', ווייל צו זיי האלט מען אין איין קומען, מיט די אלע פראבלעמען, איך האב זיי אלעמאל געגלייבט אז זיי ווייסן באמת וואס זיי רעדן, אבער לאחר האסיפה החעלמאית הנ"ל, בין איך אויפגעציטערט געווארן, דלא ידעי רבנן בין ימינא לשמלא, זיי גלייבן באמת אז אינטערנעט איז גאר עפעס אנדערש ווי אין טעכנישער מציאות, ממש אזוי ווייט צו זיין פון די מציאות, ווי געוויסע פון זיי פון א בלאט גמרא.
אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם יו טוב קליפס, mp3 פלעיערס מיט ראדיא, אדער חלילה וחס טעקסט מעסעדזשעס, בשכמל"ו, דער פראבלעם איז אז דער יונגערמאן טרעפט זאכן אויף אינטערנעט, וואס איר רבנים דארפט זיי ווען צושטעלן, צו גוטע שיעורים אין יהדות, פראקטישע עצות סיי אינעם גמשיות'דיגען לעבן און סיי אין דעם רוחניותדיגען לעבן, מאכט א באטעמטע קהלה א באטעמטע ביהמ"ד, וועט דאס ריפלעיסן, די אלע גרופס, פעיסבוק, טוויטער וכל לשון דלחישותא, און אפי' קאווע שטיבל המפוארה, ווי חיים נחום אליינס האט ערווענט, האט ער דעם ריעל לייוו וואס ער טערפט דא אין שטיבל נישט געטראפן אין ערגעץ, די קענסט דא טראכטן און זאגן וואס איז באמת דיינע מחשבות, אוון וואס יעדער נארמאלער מענטש טראכט בתוך לבו, {חוץ טאמער פייגערט איינער פאר לייקס דאן מו ער שרייבן וואס געפעלט די לייקס געבערס}.
נעם למשל אזא ווינקל ווי מאחורי, וויפיל פון די קשיות, וואס וועןר דארטן דורכגעארבעט, על פי התורה והיהדות, וואס ווען די פרעגסט ווען איינעם אין ביהמ"ד, די ענינים וועט ער דיר ענטפערן א תי' ער זאל אויסזעהן ווי מער ארטאדאקסיש, און אין די צייט וואס באמת, מוטשעט ער זיך מיט די זעלבע זאך, און אדער טוט ער מה שלבו חפץ, אדער ביטערט ער זיך מיט זיין אידישקייט, און זאגט שטילערהייט בשכמל"ו נאך די ברכה פון שלא עשני גוי.
וויפיל גוטע דרשות ספרים שיעורים, קען מען הערן/זעהן נאר דורך אינטערנעט, ווייל במחנינו איז עס מוקצה מחמת צמצום, רשעות ושיטות כרסיות.
עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן ואין העת בידי, אבער דאס איז זיכער אז די איינציגסטע וועג, צו באהאנדלען דעם אינטערנעט, איז נאר אויף דעם אופן, פון כל מה שאסרה תורה, יש בצד ההיתר דבר כנגדה, און די הנאות וואס דער אינטערנעט שטעלט צו פאר דעם נארמאלן איד, נישט קיין פורק עול, דארף מען צושטעלן באופן היתר, ולה' הישועה.[/justify]
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:35 pm
דורך מאראנצןזאפט
לכאורה איז דער חיים נחום טאקע נישטא געווען.
איך געדענק נישט אז איינער אין קאווע שטיבל זאל האבן אזא כמעט פערפעקטן גראמאטיק, חוץ אפשר יאיר. איך גלייב שווער אז ס'איז אים, נישט אין דעם גלגול!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:09 pm
דורך געפילטע פיש
הרב פריעד, בריך מתייך לשלום, ס'איז גוט אייך צוריקצוזען דא אין שטיבל, ס'איז אויפפרישענד צו זען איינער פון די לינקע אריבערקומען צום רעכטע לאגער, פונעם שמאל דוחה צום ימין מקרבת, אנערקענענדיג אז די אינטערנעט איז א פאקט, און מ'ברויך געבן די קינדער די כלים זיי זאלן זיך קענען ספראווען דערמיט.
האסט מיר גראדע דערמאנט וואס איך האב
געשריבן פאריאר.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:25 pm
דורך פרענטש וואנילע
וועלקאם בעק, הרב חיים נחום
ווי איך נעם ארויס דיין לאנגע תגובה אין א ניס שאלעכץ, אין איין ווארט, איר ווילט ארויסשיסען אייער גילטי קאנטשענס פאר'ן זיך נישט קענען אפרייסען פונעם אינטערנעט טראץ וואס ביי די כינוס ביסטו נתעורר געווארען און האסט זיך עס פארגענומען מיט א שטארקקייט זיך אפצורייסען פון די קליפת האינטערנעט והגעוועבעכץ..
הבנתי, ודו"ק, וק"ל. ודי בזה.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:32 pm
דורך פרענטש וואנילע
ס'נישט געפערליך צו זיין יא דא און נישט דא, איך בין חדשים לאנג נישט אריינגעטרעטען דא, איך האף עס צו טוהן נאכאמאל, אבער יא, איך האב א גילטי קאנטשענס ווען איך פארבראך טייערע צייט אויף די געוועב, טראץ וואס כ'האב א גוטען פילטער, איך פארשטיי דיך זייער גוט..
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:36 pm
דורך לעמיל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:לאמיך אייך זאגן נאך מער, איינער פון די רבנים וואס איז געזעסן אויבנאן נעכטן אין דעם פארק אויף אכצנטער עוועניו, האלט פונקט ווי מיר בנוגע דעם אינטערנעט, און, בלי גוזמא כלל וכלל... איך קען זיין ניק דא אין קאווע שטיבל!!
חיים נחום דו מיינסט דעיס ערנסט?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:07 pm
דורך אויס מענטש
חיים נחום כתב
נאר דער עצם דיבוק חברים, אז מ'קען רעדן וואס ליגט אויפ'ן הארץ און מח, און מ'דארף נישט שפילן די נארישע פאליטיקס וואס דאמינירן דעם לעבן.
[justify]זאת היתה גם כן במחשבתי כמותך.
ובעניני מאחורי הענין הנ"ל כפליים לתושי'
איך גיי מיר אויפרייסן!!! ראה הוזהרנוך!
פארוואס דארפן אלעמאל זיין אזעלכע שוטים ? אפגעריסענע, איבריגע אין די בריאה, און אין יעדן גוטן אשכול שרייבן געפילאזע טיפשות.
שטייט חיים נחום און שרייבט א מעכטיגע ארטיקל, דער ארטיקל איז גוט געשריבן בלי שום שאלה, די קענסט נאר זיין מחולק מיט דעם גאנצן רעיון אבער דער רעיון איז א פעטער, די האטס יעצט צוויי ברירות אדער מסכים זיין צו דעם אינהאלט אדער נישט, אבער גיין עס אראפשלעפן, אז ער וויל זיך פארענטפערן, גילטי קאונטשענס, וואס דער 16'פיסגער פערד {כפול שמונה} פילט אין זיין פיצי הארץ -פון מוח איז קיין רעדע דאס איז ביי אים אינעם חלק אחוריים- דאס איז בארבאריזע טפשות דאס איז א טפשות וואס טוט וויי פאר אלע ארומיגע פון דעם געשלאגענעם.
לענ"ד. איך שלאג פאר אז אין אזא פאל זאל מען יענעם בכלל נישט ענטפערן אפי' נישט אים צו ענטפערן מחמת דינא לכף זכות, לאז אים בילן צדיקים ילכו בם וטפשים ישתגעו בה.
אנטשולדיגט פאר די אויפרייס אבער נאך אזעלכע בדחני"ם ווי פרענטש ווענילע וכת דיליה איז דאס א הכרח והוא רחום יכפר...[/justify]
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:48 pm
דורך געפילטע פיש
רייס דיך נישט אויף, ס'נישט געזונט, ס'דא וואס זאגן אז ס'שאדט פאר די אוירען, און ווען מ'ווערט עלטער הערט מען זייער שווער.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:00 am
דורך בדחן
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:פרענטש וואנילע האט געשריבן:וועלקאם בעק, הרב חיים נחום
ווי איך נעם ארויס דיין לאנגע תגובה אין א ניס שאלעכץ, אין איין ווארט, איר ווילט ארויסשיסען אייער גילטי קאנטשענס פאר'ן זיך נישט קענען אפרייסען פונעם אינטערנעט טראץ וואס ביי די כינוס ביסטו נתעורר געווארען און האסט זיך עס פארגענומען מיט א שטארקקייט זיך אפצורייסען פון די קליפת האינטערנעט והגעוועבעכץ, הבנתי, ודו"ק, וק"ל. ודי בזה.
פרענטש: אז דו ווילסט דינען ווי מיין אומזיסטער פסיכאלאג, יהא שכרך כפול מן השמים. אבער איך האב שוין געזאגט אז איך האב אויסגעווארט די גאנצע יאר ווייל איך האב נישט געוואלט מאכן קיין ספאנטאנער באשלוס, נאר צוריקקומען מיט די פולסטע החלטה אז דאס איז די ריכטיגע זאך. און יא, איך האב געגעבן א שאנס פאר די כינוס-רבנים, און איך האב אויסגעפאלגט זייער פסק, אבער דער יאר האט מיר נאך מער איבערצייגט ווי אומגערעכט זיי זענען, און ווי ווייט זיי זענען פון דעם מציאות.
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ס'נישט געפערליך צו זיין יא דא און נישט דא, איך בין חדשים לאנג נישט אריינגעטרעטען דא, איך האף עס צו טוהן נאכאמאל, אבער יא, איך האב א גילטי קאנטשענס ווען איך פארבראך טייערע צייט אויף די געוועב, טראץ וואס כ'האב א גוטען פילטער, איך פארשטיי דיך זייער גוט..
אויס מענטש האט געשריבן:איך גיי מיר אויפרייסן!!! ראה הוזהרנוך!
פארוואס דארפן אלעמאל זיין אזעלכע שוטים ? אפגעריסענע, איבריגע אין די בריאה, און אין יעדן גוטן אשכול שרייבן געפילאזע טיפשות...ווי פרענטש ווענילע וכת דיליה איז דאס א הכרח והוא רחום יכפר...
שמך ״אויס מענטש״ נאה לך, זעלטן אז מען זאל אזוי גוט צוטרעפן א נאמען צו די אינהאלט און תוכן פון א בריאה,
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:45 am
דורך לעיקוואד
אויס מענטש האט געשריבן:[justify]און זאגט שטילערהייט בשכמל"ו נאך די ברכה פון שלא עשני גוי.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:34 am
דורך שמעקעדיג
דער קעפל זאגט: "און יעצט בין איך דא צוריק".
עמערזשענסי אריין אין די פארשוואונדענע ניקס אשכול!