יוצאי חלציו פון דעם ראגאטשאווער ז"ל
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 10:09 am
דער מטורף שמריה ראזענבערג אויף זיין בלאג פעילד מעסייע ברענגט היינט נאך א "שאקירנדע דילעמא" פון א בוך: On the eve: The Jews of Europe before world second world war דורך איינעם בערנארד וואסערסטיין, פארציילט ער א מעשה אז ווען דער ראגאטשאווער'ס איידעם איז געשטארבן אן קינדער, און דער ראגאטשאווער'ס זוהן האבן געדארפט געבן חליצה, איז געווען א פראבלעם, איינער איז געווען א קריסטליכער משומד אין לעניגראד, דער צווייטער איז געווען א קומוניסט אין קאניגסבערג. איז געווען א דיון ווער עס זאל ענדערש געבן חליצה, האט דער גאון באשלאסן זאל זיין ענדערש דער קומיניסט. די קאמענטירער אויף דעם בלאג מערקן אן דעם גרויסן עם הארצות דא ווייל אויב עפעס האבן דעם איידעמ'ס ברודער באדארפט געבן חליצה.
ווייסט איינער ווער עס זענען געווען דעם ראגאטשאווער'ס קינדער און איידעמער און אויב עס איז בכלל דא עפעס אמת מיט די געשיכטע?
ווייסט איינער ווער עס זענען געווען דעם ראגאטשאווער'ס קינדער און איידעמער און אויב עס איז בכלל דא עפעס אמת מיט די געשיכטע?