בלאט 1 פון 1

הערליכע אסיפת חינוך פאר מאמע'ס פון בנות ציון באבוב 48

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 4:37 pm
דורך [NAMELESS]
פארגאנגענע מיטוואך איז פארגעקימען א הערליכע צאמקום פאר הונדרעטער מאמע'ס וואס האבן טעכטער אין בנות ציון דבאבוב, בנשיאות אדמו"ר ר' בן ציון האלבערשטאם שליט"א.
וואס איז געוועהן אזוי שיין און אייגענארטיג איז געוועהן אז עס איז געוועהן די ערשטע חינוך אווענט פון וואס איך ווייס, וואס די ציל איז געוועהן צו רעדן "פאזיטיוו"! לא יזכר ולא יפקד דאס נער'ישע ווארט אינטערנעט בכלל!! קיין איין מאהל איז נישט דערמאנט געווארן טעכנאלאגיע, כלים, ואביזרייהו. מען האט גערעדט אז דאס איינציגסטע וואס מ'קען טוהן היינטיגע טעג, איז אריינלייגן א pride צו זיין א ערליכע איד.

אזוי אויך האט מען אויפגעקלערט אז לאנגווייליגע מענער און גוי'טעס לאקערן אויף אינאסענט מיידלעך דורך זיי אינטרעדוסען צו שמיציגע האטליינס און פאון טשעט גרופעס. מען רעדט זיי איין אז דאס זענען נאמבערס וואס מ'קען הערן math help, און אזוי ווערט מען אריינגעצויגן לא עלינו.

ס'קומט זיי קרעדיט, בנות ציון!!

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:18 pm
דורך אביגדור
חינוך איז נישט לייכט.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:43 pm
דורך הוגה
איך גלייב אז עס קומט אביסל צו פארדאנקן מרס. ציפי רייפער. זי איז א באבובער פרוי וועם איך האב קענען געלערנט דורך project inspire און אש התורה. זי האט גוט ארויס די יסודות פון אידישקייט, אמונה, השי"ת, כלל ישראל, וכו'. זי רעדט אין אסאך פלעצער איבער די וועלט פאר פרויען ווי אויך פאר מיידליך אין מיידל שולעס. פארשטייט זיך אז אסאך חסידישע שולעס זענען שטארק סקעפטיש, האלטן זיך צו די מסורה (פוו איגנארענס) און לאזן איר נישט אריין. אבער איך האב געהערט אז אין באבוב און דאכצעך פאפא גיבט זי היינט שיעורים פאר די מיידלעך אין די פרויען.

קען עס איינער באשטעטיגן?

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:10 pm
דורך אביגדור
קרוב ה'.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:25 pm
דורך בדחן
איך וויל ענק נישט אוועקנעמן די חגיגה, אבער לויט ווי איך געדענק האט מוהר״א מסאטמער געטיען פאריאר די זעלבע זאך, עקסטער אנשים עקסטער נשים, ער האט גערעדט פאר די מענער און א צווייטער פאר די פרויען, די טאפיק איז געווען אריינצוגעבן פאר א מיידל שטאלץ צו זיין א איד.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:39 pm
דורך אביגדור
גיי פארשטיי.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:41 pm
דורך איינגעמיירעט
נישט פון אינטערנעט נאר פון האט ליינס וואס איז דאס מער פאזיטיוו כפארשטיי נישט
וואס איז דאס האט ליינס ?
ווער פארכאפט מיידלעך וואו? וואס? ווען ?????

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
פוי

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:44 pm
דורך איינגעמיירעט
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גיאות צוזיין א יוד
איך האב אבער יא א פראבלעם מיט אנדערע פארשידענע נערישע גיאות׳ן און אגאוסטישקייט.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:48 pm
דורך בדחן
1) איך ווייסט נישט איבער וואס אז די אסיפה און סאטמער מאנטריאל איז געווען, אבער זיי האבן דארט א בעה״ב ר׳ משה מנחם טירנויער שליט״א, מן הסתם ווייסט ער וואס ער טוט.

2) אמת עס איז געווען א אסיפה א וואך צוויי צוריק, אבער עס האלט נאך נישט דארט אז א באבוב מיידעל איז דערמיט א סעמפל און א לימוד לגבי די פרט פאר אנדערע סקול׳ס, אפשר במשך הזמן וועלן זיי זיך ארויסשטעלן צו זיין בעסער ווי אנדערע.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:55 pm
דורך אביגדור
נישט אייביג.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:01 am
דורך בדחן
ביז אכט יאר צירוק איז טאקע דאס געווען די טאלקינג פוינט אז באבוב חינוך איז די איידעלע חינוך,
עס איבריג ארויס צוברענגן וואס מען האט זיך איבערצייגט ווי איידעל עס איז, און עס איז טאקע בעסער אז מען זאל נישט מאכען דא קיין צימען און רעדן דערפון, אבער די טאלקיניג פוינט האט שוין עקספייערט.

כלום אהובים, כולם ברורים, כולם צדיקים,

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:08 am
דורך אביגדור
זכרון אחד לכולם.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:16 am
דורך בדחן
איך בין נישט קיין מוסר זאגער איז זאג בסך הכל מיין מיינוג, און דא קימט בכלל נישט רמ״ד, איך האב סך הכל געשריבען אז באבוב הייסט נישט א בעסערע סקול ווי די אנדערע, לייק איט אר ליוו איט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:19 am
דורך newkave
בדחן, איך קום אלס איינער אן נגיעות...

אייער שנאה שפראצט! איך מוז מודה זיין אז ער איז גערעכט, ווייל רוב מנהלות און טיטשערס אין ב'פ קומען טאקע פון בנות ציון.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:15 am
דורך איינגעמיירעט
איך האב עפעס א ספעציעלע הנאה צוזעען דיין געטריישאפט און דיין פאטריאטישקייט צו דיין חסידות,ס׳געט מיר א דוגמא און א לימוד אינעם סוגיא פון חסידות

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:15 am
דורך איך אויך
"ת)[צ]למידה" ,וואסי דאס? עפעס פון מאחורי?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:12 am
דורך שמעקעדיג
יאפ, מאחורי פון די ציינער...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:13 am
דורך אביגדור
מי יתן כל עם ד' קדושים.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 3:08 pm
דורך היימישער ליטוואק
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט דער JOKE? (אויב באלאנגט דער ענטפער אין מאחורי/צימעס - ביטע שיק ענטפער אין אישי.)

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:22 pm
דורך למדן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט דער JOKE? (אויב באלאנגט דער ענטפער אין מאחורי/צימעס - ביטע שיק ענטפער אין אישי.)

דאס איז די יודישע גיאות פון די בנות ציון (זאג וויזוי דו ווילסט), אלס ליטוואק וואלסטו עס געמעגט פארשטיין, אפשר ביזטו מער היימיש