בלאט 1 פון 1

ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 6:26 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב אמאל געהערט אז אויף ווילדע פרוכט ביימער ווי ס'וואקסט פירות וואס מ'עסט נישט, זאל מען דערויף קיין ברכה נישט מאכן כאטש וואס ס'בליהט שיין, עמעצער ווייסט אפשר די מקור דערפון?

Re: ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 3:04 pm
דורך דולה ומשקה
דער "מסתעף" איז וויכטיגער מיט א געוויסע נקודה מער ווי דער "ברכת", דער 'ברכת' קען מען נישט הערען אדער זעהן אין "די וואך", אבער דער 'מסתעף' יא,

לאמיר דאס צו ברעקעלען:
א סטעידש (מנהג סקיווירא, ועוד),
מיט א שטענדער,
דער שטענדער האט א פרוכת צו נישט, אויב האט עס יא איז עס בלוי אדער גאר א ווייסע,
א דיקע סידור אדער א פשוטע צעטל וואס האט דער ברכה אויף איהר,
דער זילבערנע שטעקן הענגט אויף דער שטענדער אדער אויף דער הענט (כמדומה די רעכטע האנט)
א רעזשוואלקע, בעקעטשע אדער טיש כאלאט, (אויב טיש-כאלאט א ווייסע אדער געהעריגע געבלימטע), אדער גאר א טלית (כמנהג צאנז-קלויזענבורג)
מיט א הוט אדער קאלפיק, (ובבא בימים מיט א שטריימיל)
דברי תורה שטייענדיק הארט לעבען דעם בוים אדער ערשט שפעטער נאכען 'לחיים'.
עפעס זאל מען ווייסען מיטן פינגער אויף דער בוים (למשל: אויף די צווייגען, בלעטער, פירות וכו', יעדער קומט אויף מיט עפעס)
רקידה נאכען ברכה
סעודת לחיים - מ'זינקט א א ניגון, מ'זאגט א 'תורה', מ'טיילט 'לקח', מ'טיילט 'משקה', אפשר נאך א רקידה.
גאר מהודר פרסימא ניסא איז דאך עפעס א ענין, ס'דא א מאמר חז"ל 'ברוב עם הדרת מלך' אולי ארויס קומען מיט 'פארענטשעס' (אזוי ווי יענע טוט פאר בדיקת חמץ...)

Re: ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:15 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
Wow אזוי זוכענדיג אלטע אשכולות בין איך אקעגן געקומען דעם אשכול און כ'האב זיך דערמאנט אז כ'ווייל מאכן א ברכה אויף ביימער. באשערט! זאגט מען ביי אונז

Re: ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:54 pm
דורך אשרי העם
ווען הייבט מען אם מאכן ברכות דא אין קאנעטיקוט?

Re: ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
ערשט דארפסטו ארגאניזירען א פאטאגראף....

Re: ברכת אילנות והמסתעף

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 10:01 pm
דורך Chasidishmashpia
אינטרעסאנטע הלכה אז מען מאכט נישט ברכת אילנות בשבת ווייל עס איז א שאלה פון בורר ווייל מיט די ברכה איז מען מוציא ניצוצות פון די ביימער. דאכט זיך אז די מקור איז א כף החיים.