בלאט 1 פון 3

TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:15 am
דורך ידען
Pbs האט א show וועגען חסידים וואס לאזען איבער די אידישע חסידישע רעליגיע

http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/16364/

זיי האבען דארט א פאר אירע ווי איינער פייערווערקער און א פרוי געטער און אויך PROFESSOR SAMUEL HEILMAN וואס זאגט אז אונז גלייב נישט פון בירט קאנטראל. איך מיין אז ער איז נישט געווען מאחורי הפרגוד אז סע דא א סאך רבנים וואס לאזען יא.

ער רעט אויכעט וועגען די אינטערנעט אז סע א גרויסע פראבלעם און אז די סיטיפילד איז שוין זייער שפעט און סע אזוי ווי מע וויל צו מאכען די שטאל נאך דעם וואס די פירש איז שוין ארויס געלאפען.

ווער איז די פראפעסער?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:28 am
דורך יואליש
כ'האב נישט געזעהן די שאו. אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע, און פון די ערשטע אדרעסן פאר די מידיא. ער האט געשריבן אסך ביכער, ווי "דיפענדערס אוו די פעיט" און "סליידינג טו די רייט." ער איז אויך שוין געווען א קאמענטעטאר אין איינע פון די ערשטע דאקיומענטריס איבער קאנטעמפערערי חסידים, "עי ווארלד עפארט."

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:29 am
דורך האלאנד
וויאזוי הייסט פייערווערקער די ערשטע נאמען

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:37 am
דורך galitzyana
vusra glick huben zie getrufen

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:23 am
דורך ר' שמחה
ידען האט געשריבן:פרוי געטער

http://www.inspirationallivinginc.com/

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:58 am
דורך קאווע טרינקער
האלאנד האט געשריבן:וויאזוי הייסט פייערווערקער די ערשטע נאמען

כ'מיין שאול

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:08 am
דורך אברעמעל
ער הייסט שלומי, איך געדענק אים נאך פון די 13, ער האט שוין דעמאלטס ריוואלטעד.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:09 am
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן:אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע."

כמדומה מ'קען זיך חולק זיין אויף זיין פאקט אז ס'רוב עולם איז ארים.
ס'שווער אויס צו רעכענען כלפי אנדערע גרופעס, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז ער איז גירעכט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:14 am
דורך ניו יארק
אוי שלומי!!! איינער האט א בילד פון אים?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:16 am
דורך קאווע טרינקער
הלא הם מופיעים בספר הפנים.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:16 am
דורך יידל
היילמאן איז נישט דער גרעסטער עקספערט. דוכט זיך מיר אז דא אדער אויף אייוועלט האט מען שוין גערעדט וועגן אים און מ'האט אויסגערעכנט טעותים אין זיין בוך "סליידינג טו די רייט".

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:44 am
דורך יואליש
נישט דער גרעסטער, אבער זייער עקסעסיבעל צו די מידיא. די מערסטע וואקאל אויף טי ווי זענען לאו דוקא די שארפסטע עקספערטן.

דרך אגב, כ'האב געהאט מיט אים א שמועס וועגן זייער דקות'דיגע ענינים אין סאטמאר און ער האט עס פיין ארויסגעהאט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:53 am
דורך יואליש
ניו יארק האט געשריבן:אוי שלומי!!! איינער האט א בילד פון אים?


וואס ברויכסטו א בילד, ער זעלבסט איז אויפן פראגראם (מיט א בילד פון זיינע אינגע יארן).

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:56 am
דורך ידען
וואסערע דקותדיקע ענינים?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:56 am
דורך זר זהב
איך קען אים, נישט געוויסט אז ער איז היינט אזוי. מיין שאלה איז וואס האט חסידיזם מיט גיין אנגעטון א יארמולקע? נאר חסידים גייען דען א קאפל?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:37 am
דורך אברעמעל
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:25 am
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע."

כמדומה מ'קען זיך חולק זיין אויף זיין פאקט אז ס'רוב עולם איז ארים.
ס'שווער אויס צו רעכענען כלפי אנדערע גרופעס, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז ער איז גירעכט

אויב קוקט ער ביי די גאווערמענטס נומבערס און זעהט אז יעדער האט מאכט בערך 10.000 פער יאר איז גאנץ גערעכט
גדענקסט נישט ווי סאיז ארויס געקומען אז מאנרוי איז די צווייטע ארומסטע שטעטעל אין אמעריקע (זיי לעבן ווי פון די רייכסטע)

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:13 am
דורך קאווע טרינקער
אמת, כ'פארשטיי פון וואו ער ציעט זיינע מסקנות.
איך האלט אז אויב איינער האט ארויס די חסידישע מהלך החיים, איז דאס דער חסיד זעלבסט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:27 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל נישט רעדן אויף אנדערע, אבער אז זי אליין רעדט ווי אימער און האט אייגענע וועבסייטס... יא, טאקע די מרת. געטער, זי גייט אביסעלע איבער די גרעניץ.. מיינט איר נישט אזוי?
איך האב איר גראדע געקאנט אין די געזונטע יארן, ס'איז מיר אויסגעקומען צוליב א סיבה צו האבן עפעס א שייכות צו די משפחה, און ס'איז מיר מיינד-באגלינג וואוהין זי איז אנגעקומען.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:30 am
דורך חזקיהו המלך
יאנקל האט געשריבן:די גאנצע מעשה איז בלויז צען מינוט. הזאת "שאו" יכונה?


אזוי קוקט אויס די דארעכגעפאלענע סעקולערע וועלט, ביי חסידים איין "טיש" וואס מען ריפט אפילו נישט "שאו" קען דויערען א צוויי שעה,

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:29 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:די גאנצע מעשה איז בלויז צען מינוט. הזאת "שאו" יכונה?

שריי מיך נישט אן. כאב נישט געקענט זעהן די גאנצע ווייל מיין סערוויס האט געהיקאפט אבער כעל טוישען פאר דיר.

ווען הייסט עס show? נאר אויב סע האט מער ווי א האלבע שעה אדער מער?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:59 am
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

ווערט אויך געזען אין "א שטעטל of our own".

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:02 pm
דורך אויס מענטש
וואסי פשט, אז עס קומען ארויס אזויפיל שאו'ס, פילמ'ס, לעצטענס פון עקס חאסידים ?
די מידיא האט זיך ספעציעל גענומען צו דעם פראיעקט ?
אדער ווייל עס איז ארויס געקומען איינס זענען די אנדערע פועלי יוצאים פון די ערשטע ?