בלאט 1 פון 1

Broadway triangle

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:46 am
דורך ידען
אין די נייעס איז זייער א סאך מאל לעצטענס וועגען די Broadway triangle.

מע שלאגט זיך ארום וועגען דעם און די זאליס ווילען עס מיט די ujo און די ארוינים נישט.

ווי איז עס ? א גאס אדער א געגענט?

דא קען מען זעהן א קליפ וואס מע האקט אויף די שטאט וואס געט מער פאר די חסידים ווי פאר אנדערע


http://www.abclocal.go.com/wabc/html5/v ... /new_york#

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:10 am
דורך בן תמליון
עס איז א רייע ליידיקע בלאקן אין פארעם פון א טרייענגל. עס איז געווען א גרויס פלאן צו בויען דירות א טייל עפארדעבל, און די ספאנישע מיט די ארוינים האבן קאנווינסד א ריכטער אז דער אויסשטעל פון די גרויסע דירות בעפארצוגט חסידים, די גאנצע פלאן איז געגאנגען שלאפן. למעשה יעצט ווארטן נישט די היימישע בעלי בתים פון די לאטס און בויען אין גרויסן פאר אנשי שלומינו. קומען די ספאנישע שרייען די אידן בויען נאר פאר זיך. ווען די רעגירונג האט זיי געוואלט געבן עפארדעבל הייזער דא האבן זיי עס געשטערט זאלן זיי קיין טענות נישט האבן.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:14 am
דורך ידען
שרייען קען זיי העלפען?

און די שפאנישע בויען אמאל פאר אידען?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:23 am
דורך בן תמליון
עס העלפט אזויפיל אז גם לי גם לך לא תהיה. דער פלאן אויף וואס יו זשעי או האט געארבעט וואלט געברענגט טויזנט דירות 20 פראצענט עפארדעבל פאר יעדן וואס עפלייט. די פארטא ריקעס דא האבן נאך קיין איינציקן הויז געבויט די לעצטע פופציק יאר אלעס בויען אידן.