בלאט 1 פון 1

ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 8:01 pm
דורך משה געציל
נא! דער פסח איז שוין פאריבער, מען קען שוין ווייטער עסן די גבעת יאגערט און לאו דוקא די טראדיציאנאלע יאגערט פון מהדרין...
איך מיין אז עס צייט צו מאכען א שטיקעלע חשבון וויפיל פאטעטאס האט איהר איינגעקויפט פאר פסח און וויפיל איז איבערגעבליבען?
וויפיהל קעסטלעך מאראנצען האט איהר מנדב געוועהן נאך יו"ט פאר בלומבערגען?... איז דאס נישט ממש א שאד אויף אידיש געלט?
וויפיהל פונט מצות איז אויסגעגאנגען?
וויפיהל עקסטער העבי דאטי סילבער פויל האט איהר געדארפט צובאדעקען אייער קאנטערס?
אה! שיעור נישט פארגעסן פון די התאחדות זאלץ...
בקיצור די ליסטע איז גרויס, אפשר איז צייט טאקע יעצט ממחרת היו"ט צו נעמען א שטיקעלע פאפיר אין אראפ שרייבען פינקטליך וויפיהל איר דארפט בערך פון א יעדן פראדוקט, איך מיין אז דאס איז גאנץ א גרינגע וועג זיך איינצושפארען פון אומנויטיגע ערב פסח הוצאות.